בלאט 1 פון 3

האלטס ענק רואיג

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:11 pm
דורך איזאק
איך וועל נישטא זיין פאר די נעקסטע פאר שעה, איך בעט דעם עולם נישט צו ווערן היסטעריש און מיך נעמען זיכען.
פארדעם האב איך ספעציעל געעפענט דעם אשכול ענק צו לאזן וויסן, איך האב עטליכע זאכן צו ארלעדיגן.

זייטס געזונט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:20 pm
דורך יאנאש
הההההההעעעעעעעעייייייייייי איזאק איזאק איזאק גיי נישט אוועק, פליז בלייב דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:48 pm
דורך צייטליך
קעי, ווען האט ער דאס געשריבן? פונקטלעך 2:11 פי.עם. און ער זאגט אז ער וועט נישט דא זיין די נעקסטע פאר שעה, ס'ווייניגסטע וואס עס קען מיינען איז 2 שעה (אזויווי עס שטייט אין די גמרה מיעוט....שנים - סאמטינג לייק דעט) נו, יעצט אז ס'איז שוין 3:47 מיינט עס אז ער ברויך שוין דא צירוק זיין און בערך צוואנציג מינוט ארום, ס'מיינט אז מ'קען זיך שוין גרייטן פאר זיין צירוק-קום, און פארשטייט זיך אויב וועט ער נישטא זיין נאך א האלבע שעה פון די אנגעגעבענע צייט ברויך מען אנפאנגען מיט א מאסיווער זוך-אקציע.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:49 pm
דורך אלעקסיי
מיין טאטע איז א שאמראם, איך על עם זאגען ער זאל צוהעלפן מיט די זוך-אקציע. (אגב, ער האט אויך א בלוט'עדיגע פאסיק...)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 3:14 pm
דורך דארפסמאן
איזאק ווי גייסטו ? איך מעג וויסן ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 4:26 pm
דורך קאניאק
סי נישט שיין צו פרעגען

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 7:24 pm
דורך קרעמער
צייטליך האט געשריבן:קעי, ווען האט ער דאס געשריבן? פונקטלעך 2:11 פי.עם. און ער זאגט אז ער וועט נישט דא זיין די נעקסטע פאר שעה, ס'ווייניגסטע וואס עס קען מיינען איז 2 שעה (אזויווי עס שטייט אין די גמרה מיעוט....שנים - סאמטינג לייק דעט) נו, יעצט אז ס'איז שוין 3:47 מיינט עס אז ער ברויך שוין דא צירוק זיין און בערך צוואנציג מינוט ארום, ס'מיינט אז מ'קען זיך שוין גרייטן פאר זיין צירוק-קום, און פארשטייט זיך אויב וועט ער נישטא זיין נאך א האלבע שעה פון די אנגעגעבענע צייט ברויך מען אנפאנגען מיט א מאסיווער זוך-אקציע.


זיי מוחל גיי צו פרופייל און שטעל אן דיין זייגער אויף 4-

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 8:08 pm
דורך איך_הער
איזאק, כ'פראביר דיך צו פאלגן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:34 pm
דורך סאכדעס
בעסער פרוביר נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 11:15 pm
דורך מאשקע
איך בין שוין באזארגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:29 am
דורך בני היכלא
איזאק?

זאל איך איבערקלערן נאך דיר?


וואו ביסטו?

נאך אלץ נישט צוריק?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:57 am
דורך סאכדעס
דערווייל בינעך רואיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:18 am
דורך יאנאש
איך הייב אן ווערן נערוועז.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:19 am
דורך קרעמער
אויב סאכדעס איז רואיג און יאנאש ווערט נערוועז - איז דאס אן אנדייטונג אויף פאן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:30 am
דורך איך_הער
קרעמער, וואויל.

איזאק, צו ביסלעך הייבעך אן מורא צו האבן, כ'ווייס איינעם וואס ביי אים האטצעכעס אויך אזוי אנגעפאנגען, כ'וויל אפילו נישט זאגן ווי אזוי ס'האטצעך געענדיגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:37 am
דורך דארפסמאן
אפשר זאל מיר מאכען א זיך אקציע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 12:23 pm
דורך צייטליך
יאנאש, וואס טימער? ס'בויך דרייט זיך שוין, איך האב אביסל מורא.

איך האלט גראדע נישט אז מ'זאל שוין גיין מיט א גרויסע "זוך אקציע" אין פובליק, קודם זאל מען דא מאכן א "מיני זוך אקציע" א שטילע מעשה, אנע פאמפע, און לאמיר ווארטן אויף די רעזולטאטן.

ווי זאגט איך הער, "שטילע וואסערן גרובן טיפער"...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 12:23 pm
דורך אנדי פעטיט
איך האב מיך שוין פארבינדען מיט ראביי לידער פון זק"א ער קומט שוין צו פארען מיט די קאוסט גארד העליקאפטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 1:09 pm
דורך יאנאש
אנדי, שכוח פאר די פאזעטיווע נייעס, עטליסט העמער האבן אן העליקאפטער פאר ריידס.

צייטליך, מיינע קוועלער געבן איבער אז נעכטן נאכט איז ער געזעהן געווארן צווישן חרדישע אידן אין אן אומגעגנט פון ניו יארק סטעיט.

היינט אינדערפרי האט מיר גוגל איבערגעבן אז איינער (קען זיין אז ער, נישט זיכער) האט אריינגעסיינט אין זיין גוגל אקאונט פאר געציילטע סעקונדן, אבער וויבאלד יענער האט גלייך אפגעהאקט דעם פארבינדונג זענען מיר נישט ערמעגליכט געווארן אנצוהוקן א טרעיס.

זינט דאן איז נישט געזעהן געווארן קיין שפור פון אים, אבער די אנפירער פונעם קאמענד צענטער זאגן אז עס איז נאכנישט צייט אריינצומישן דעם המון עם.

פון די ק.א.יו. (קרעטשמע אינוועסטיגעישן יוניט) איז היינט באריכטעט געווארן אז דער אויבן געברענגטע בריוול איז זיכער מיט איזאק'ס האנט שריפט, אבער מען דערקענט עטליכע סימנים וואס קענען אויסגעטייטשט ווערן אלץ סטרעיס (גארנישט מיט טרעיס) סיגנאלן, זיי גייען דערווייל אן מיט נאך טעסט'ס, און ביים ערשטן געלעגנהייט וועלן זיי אדרעסירן דעם פאבליק.

לעטס האופ פור די בעסט.

ריפארטינג שלעפעריג דיס איז יאנאש וויט ק.נ.א ניוס, בעיק טו יו צייטליך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:15 pm
דורך איזאק
wow אזא טומעל האב איך אנגעמאכט ? א דאנק פאר יעדן, יאנאש דו ביסט פאני, חחחחח, סא גוטס פון א רעפארטער, שוין סאט זיך פארשלעפט, אבער קוק אהער, צוויי תגובות פון סאכדעס, צוויי תגובות פון צייטליך, א העליקאפטער פון אנדי, א ריזיגע און פאני תגובה פון יאנאש, און אלעס דורך מיינע צוויי שורות, טויג איך ?

איכער, טיצעך ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:37 pm
דורך יאנאש
ברעיקינג ניוס, ק.נ.א. ספעישל מיד דעי אפדעיט.

מיר האבן איצט אריינבאקומען א טעלעפון רוף פון איינעם וואס מיינט אז עס האט זיך אים געדאכט אז ער האט געזעהן איזאק'ן אויף די ערד נעבן זיין דירה, ער איז געווען ארומגעבונדן מיט שווערע קייטן.

די פאליציי האט אין א אינטערוויו מיט אונזער קראספאדענט אנדי פעטיט פון די ק.א.יו. איבערגעגעבן אז באזוכנדיג איזאק'ס אפיס האבן זיי געטראפן שטארקע אנדייטונגן אז ער איז גענומען געווארן פון דארט מיט מאכט, און זיין קאמפיוטער איז נישט געווען אויפן טישל, און עס קען זיין אז די פארכאפער וועלן פרובירן צו שטיל מאכן די זוכענישן דורך פאלש זיך אנגעבן אלס איזאק.

מיר דא ביים נייעס טישל שרייען אויס 'היה לא תהיה' מיר וועלן זיך נישט לאזן פארנארן מיט פאלשע מאנסעס, און מיר בעטן די טויזענטער צוהערער, 'ביטע בלייבט אנגעצויגן, בקרוב וועלט די ק.א.יו. מעלדן דעם נייעם זוכעניש סטראטעגיע וואס נעמט א אומגעראכטענעם דריי צוליב נייע אינפארמאציע וואס קומט כסדר אריין'.

עס איז מיר איצט אריינגעקומען א צעטל דורך גוגל שמועס, און דער וואס נוצט איזאק'ס אידענטיטי פרובירט ווייטער איינצורעדן דעם ציבור אז ער איז גאר איזאק, און ער סטראשעט איז אויב הערן מיר נישט אויף מיט די זוכענישן וועט ער פערזעהנליך טערארעזירן דעם נייעס סטאנציע.

אויפן אנפראגע וויפיל די רענסאם סומע איז, האט ער מיר גענטפערט מיט א שוידערליכע גרויזאמקייט hahahahahaha, און מיט א שטרענגקייט מיר געפרעגט you want to continue this ? און גלייך זיך אפגעהאקט, און די ק.א.יו. האט נישט געקענט כאפן דעם איי פי אדרעסס.

סטעי טונד דיטעילס וויל פאלאו.

פור אלל אף אז דיס איז יאנאש פראם ק.נ.א.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:44 pm
דורך קרעמער
דאכט זיך מיר איך האב אים געזען פריער אויף ליע עוועניו, די סימן איז: ער האט גערעדט פאר פייער און פאר וואסער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:49 pm
דורך צייטליך
קול מבשר, בולעטין אפטיילונג, דינסטאג נאכמיטאג ניין און פערציג נאך דריי.

און ווייטערדיגע באריכטן איבער די זוכענישן נאכן פארלוירענעם ניק "איזאק" פון קרעטשמע ניו יארק.

ווי די קרעטשמע אינוועטיגעשן יוניט גיבט איבער הערשט א שטארקע צומישעניש איבער די נאכאנאדע זיכענישן, מאנכע אינגעלייט מיט לעמפלעך ביי די פאדערשטע פענסטער און עטליכע לעפלעך אויך פון אינטן האבן דאס שוין אויסגעלאשן פאר עטליכע מינוט צירוק אלץ אנדייטונג אז דער זוך אקציע איז פאריבער און ער איז שוין געטראפן.

אבער ווי מיר באקימען יעצט אריין די נייעס פון ק.נ.א. הערן מיר פון א נאנטער מיטגלידער אינערהאלב ק.נ.א. אז די זאך איז וויייט פון פערטיג, דער ארבייטער דארט אין ק.נ.א. מיסטער 'יאנאש' האט געבעטן אז מיר זאלן מעלדן פאר אלע קול מבשר צוהערער אז די מענטשן וואס דרייען דא אן די גאנצע מעשה האבן זיך באהאלטן אינטערן שלייער פון דער באקאנטער "איזאק" ניק, מענטשן מיינען אז ער איז דאס און מ'פריידט זיך שוין, אבער ער טענה'ט אז נישט, איזאק אליין איז נישט זיכער מיט זיך.. ער זאגט אז ער קען נאכנישט יעצט ענטפערן, ווי נאר ער וועט זיין פארטיג מיט די "פייער און וואסער" וועט ער צירוק קימען צו אינז.

אין נאמען פון די 'חברה הצלה' וואס ווילן נאך האלטן דערווייל די גאנצע מעשה אין געהיים מעלדן מיר אז מ'זאל זייער אכטונג געבן נישט צוגיין נאנט צו אום ווילאנג דער אינוועסטיגעשן יוניט ענדיגט נישט מיט די אויספארשונג.

שנשמע וניסוואסער בשורות טובות.

*

האלט איר ביים מופן און איר ווילט נישט מאכן שמוציג אייער דירה? דאן רופט נישט קיינעם. מופט נישט!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 3:20 pm
דורך יאנאש
טענקיו צייטליך פור די ספעישל ניסוואסער אפדעיט.

מיר ווילן איבערגעבן פאר אונזערע איבערגעגעבענע צוהערער אז מיר גריבלן נאך טיפער, און מיר וועלן אייך האלטן געשפאנט וועא"מ.

איינע פון די הויעכגעשפריצע ק.א.יו. ווארטזאגער האט אונז איצט געשיקט א בליץ פאסט אז די געשיכטע ליגט שוין אין זייערע קלאסיפירצירטע ארכיון עטליכע וואכן - קען גאר זיין חדשים - און די טעראר וואס איזאק גייט אריבער די לעצטע צייט האט מעגליך גאר פאראורזאכט אז ער זאל זיך נעמען רעדן פאר פייער און פאר וואסער אויף א פארנעם וואס איז נישט געזעהן געווארן אין די טאון אף קרעטשמע א לאנגע צייט.

אבער איזאק'ס נאנט באקאנטע געבן איבער אז דאס איז להיפוך, ממש דאס איז איזאק און שוין יארן וואס ער רעדט אזוי, און דאס אז ער האט היינט גערעדט איז אן אנדייטונג אז ער איז נישט פארכאפט, די משפחה האט נישט געוואלט קאמענטירן אויב דאס איז א נייע ערשיינונג אדער דאס איז גאר דער געווענליכער איזאק...

די ק.א.יו. האט אונז געזאגט אז אויב אין די נעקסטע אכט ביז צעהן שעה וועט ער רעדן 'פאני' וועלן זיי אנ'נעמען אז ער איז אללרייט, אבער אויב איז ער שטיל ביז דאן וועט מען מוזן טראכטן אז עס קען זיין אז די דאזיגע אויסברוך איז געליגן אויף זיין הארד דרייוו און ער איז יא פארכאפט.

סטעי טונד מיר וועלן אייך האלטן אפדעיטעד

דיס איז יאנאש אף ק.נ.א.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 4:02 pm
דורך קרעמער
א מערהייט קרעטשמעריסטן זאגן אז אויב ביז 24 אדער 48 שעה באווייזט ער זיך נישט במלא הדרו והדרו, מיט די געבורטס-פלעק און סאוציעל ציפערן, וועט מען באטראכטן די אפציע פון ווארפן פיטשעס.

סטעי קוקו