Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 11, 2008 4:23 pm

אקעי לאמיר זען ווער וויל אונטייל נעמען און די זיך אקציע

די קרעמער דריי דיך אגאנצן טאג אויף לי עווי און קוק אויף ביידע זייטען
צייטליך די גיי אויף 13 און קוק גיט אויך 18
יאנאש דריי דיך אויף גארפילד (איך מיין אז ער דאווענט נאך ער וועט באלד ארויס קימען)
אלעקסיי די מאך זיכער אז יעדער האט רעדיאו'ס (דיין טאטע איז א שומראם)
איכהער די פאר ארום מיט דיין טשערי לייט
אנדי אויף דיר ווארטן מיר די זאלסט ברענגען די עליקאפטערס

Advertisement

דינסטאג מרץ 11, 2008 4:26 pm

יאנאש, יו אר די בעסט אוו די בעסט! ווי אר סטעינג טונד לייק נעווער ביפאר.

קרעמער, ס'ווארט "סטעי קוקו" האט מיר געקאסט אן אויספלאץ.

ווי איך הער גייען אן די זיכענישן אויף א מאסיווער פארנעם, דער ראש הקהל פון היימישע קרעטשמע גאווערנער מאשקע האט היינט נאכמיטאג ערקלערט א "קרעטשע אוו עמערדזשענסי" וועלענדיג באקימען געלט פון די פעדעראלער רעגירונג פאר פוד סטעמפס. פרעזידענט דזשארדזש W בוש גייט מארגן קומען באזיכען און ארימפליען מיט זיין העליקאפטער "מארין וואן" צו באטראכטן די זיכענישן פון אויבן, דער ריפארטער פאר סי.בי.עס. מוה"ר ראבערט בערגער הי"ו פון ירושלים עיה"ק קומט ספעציעל צו פליען צו באדעקן (קאווערען) די נייעס פון די נאנט, א ספעציעלער קארוואן פול מיט סיקרעט פאליציי און געהיים אגענטורן, ווי אויך דער טראלי און דער מיני-באס איז ערווארטעט צו ברענגען ר' איזאק'ן אבער צום פלאץ פון די זיכענישן צו קענען מיטהאלטן פון גאר נאנט ס'גאנצע פאסירונג.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

סטעי טונד. וויט מאור נויז, העיר איז יאנאש.

דינסטאג מרץ 11, 2008 4:32 pm

נו צייטליך אז דו ביסט שוין יא טונד, אפשר גיס איך שוין אריין אביסל וואשער פלויעד אויך...

טענקיו קרעמער דארפי ענד צייטליך פור די אפדעיטס, דארפי דיין אינפארמאציע איז נישט אזוי ריכטיג ווי גוט, אבער וואס ווייסט א דארפסמאן.

אוקיי גייעס מיר דא אין ק.נ.א נעמען איצט א סאפפער ברעיק, און מיר האפן צו זיין לעבעדיג אויפן שלאכט פעלד ביי די זוכענישן, אויף די האלב ניינע נייעס וועלמער געבן אן אפדעיט.

גוד עפטערנאאן עוורי וואן.

דיס איז יאנאש וויט ק.נ.א. ווי גאט די ניוס, יו קאווער יור עירס.

דינסטאג מרץ 11, 2008 4:50 pm

יאנאש די פארשעמסט מיך , איך קען גיט די מלאכה ביי אינץ און דראף מאך זיך דאס אפט

דינסטאג מרץ 11, 2008 5:12 pm

יאנאש שרייבט: ווי גאט די ניוס, יו קאווער יור עירס

כא כא כא

א הילכיגער אויספלאץ האט באטראפן די אנגעצויגענע געזיכטער פון מתעסקים וועלכע זענען פארפארעט אין כבוד המעסעטשוסעטס ביים אפירזוכן דעם איזעי, ווי הייסט ער נאר, נו, עפעס מיט א זאק, וועלכער איז עפעס אפירגעקומען נאכן אהינקומען און מען האפט אז ער איז נישט הינגעריכטעט געווארן דורך די מיליטאנטישע רעבעלעך וועלכע קורסירן אין די געגענט מיט זאפאסן פון פייער און וואסער.

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:47 pm

כי לאכטי מאוד מאוד.

עטץ זענסט איינס בעסער פונעם אנדערן, ריזיגער פון ריזיג.

עטץ האטס אבער מיר געמאכט היבש טרויעריג, ווייל אין די מינוט וואס כאגעזען די צוויי ווערטער, 'איכער טיטצעך?' בינעך געווען זיכער אז דאסיזער, דאס קענעם קיינער נישט נאכמאכן, און אט דא קומט איר אויף מיט א טעאריע, אז ס'איז גאר די פארכאפער וואס ניצן זיין איי די, צו פארטושן דעם עולם, און פון די אנדערע זייט מאכט איר מער שרעקעדיג, ווייל וואסעפעס האבן די פארכאפער אויפגעפיקט אט די צוויי ווערטער, וואו איך בין אריין געמישט, מיינטעס עפעס?

זאלעך מער באשטעלן סעקיורעטי?

איזאק, נו וואס טאקע?

מיטוואך מרץ 12, 2008 9:21 am

שוין יארן נישט אזוי געלאכט, עטץ זענטס אלע גערירט געווארן אויפן העכסטן פארנעם, איינס בעסער פונעם צווייטן.
וואט עי טיעם.

מיטוואך מרץ 12, 2008 9:28 am

בד"ה, מיט טרערן און די פיס, ווייטאג אין די שיך בענדלעך און א רינענדיגע נאז, שטיי איך דא פאר ענק טייערע צוהערער און עס איז געבליבן בלויז צו מעלדן אז די קרעטשמע פענער זענען איצט אין די מינוטן גענידערט געווארן צו האלב, די שאוער'ס זענען פארלאשן געווארן, די בראנפן איז מנודב געווארן אז יעדער זאל קענען טרונקן, ווען די שרעקליכער בשורה איז אריינגעקומען פון די ק.א.יו. גלייך אריין צו די טישלעך פון ק.נ.א.

יא ליידער איז מקיום געווארן נהפך לשמחה יגונינו, און די זוך פארטיי אנגעפירט דורך סאכדעס (מיר ברויכן עקסטער באשרייבן וויאזוי ער קוקט אויס 'רואיגערהייט') האט געפונען דעם קערפער פון איזאק.

לויט די ערשטע באריכטן ווי מיר האבן געהערט פון איינע פון די אנוועזענדע אויפן ארט, קוקט אויס אז יא אשר יגורנו בא, דאס וואס מען האט א גאנצע צייט געציטערט האט טאקע פאסירט, און איזאק איז געטראפן געווארן געזונט און פריש, נאך בעסער פון אלעמאל...

ווי עס ווערט ערווארטערט וועט ער שפעטער ערשיינען במלוא הדרו (מאנכע זאגן אז ער האט אפי' א נייער פילונג אין די צאן) און מעלדן וואס עס איז פארגעקומען מיט אים די לעצטע שטיק צייט, ווי אויך וועט ער לאזן וויסן אויב ער וועט נאך אלץ רעדן פאר פייער און פאר וואסער אפי' ער איז מער נישט אונטערן טעראר.

ריפארטינג לייוו דיס איז יאנאש פראם ק.נ.א.

צייטליך בעק טו יו.

מיטוואך מרץ 12, 2008 9:57 am

איך האב דורך געלייענט יעצט דעם גאנצן קידנעפינג קעיס, פאר שרעק איז מיר געווען זייער שווער זיך צו קאנצעטרירן מיינע געדאנקען.
איך האב נישט באמערט גלייך ווער די רעפארטערס זענען, פון וועלעכע סטעישאן עס ווערט געבראדקעסט, איך האב נאר געטראכט פון איזאק.
ווער ווייסט וואס ער מאכט מיט, וואס קען מען אים העלפן, ער האט דאך זיכער א משפחה מיט קינדער, אוי וויי וואס טוט מען ?????

אההההה, ביים לעצטן רעפארט, ער לעבט !! אקעי, מהאט עם טאקע אויסגעזעצט א פאר ציינער, עפעס האט ער געדארפט א פילונג, שוין קיינמאל קיין ערגערס, אבער יעצט צו מיין עיקר פוינט:

איך כאפ מיך הערשט וואס כאב קיינמאל נישט געוויסט, כאב עם נאך קיינמאל נישט געזען אזוי, דער יאנאש איז הילעריעס (נישט הילערי) אנבעליוועבעל, זיין רעפארטינג ארבייט האט די ווערט ווי עטליכע לאנגע ארטיקלען, ווי ביסטו געווען ?
דו ביסט עמעזינגלי פאני, און צייטליך איז אויך נישט אוועקצומאכן, און קרעמער מילא

מיטוואך מרץ 12, 2008 11:12 am

נאר א פאר ציינער זילבי ? ווייסט וואס כאב צאמגעכאפט ?.... בעסער מרעדט נישט.

עניוועי דיין פוינט האב איך געוואלט שרייבן, אבער אז דו האסט עס געשריבן איזעס גענוג און נאך, דארף איך מער גארנישט צולייגן.

מיטוואך מרץ 12, 2008 11:21 am

איזאק;
ברוך שובך לשלם

יאנאש;
יו אר עי זשיניעס אין קאמיקעל רעפארטינג

צייטליך;
דיין פראפייל וואקסט ווי אויף הייווען, ומי מחדש? שאור שבצייטליך

מיטוואך מרץ 12, 2008 11:44 am

א באנדע לצים, שכוח פאר די געשמאקע אשכול?
-----------

איזאק,

ווען נעמסטו קוועסטשענס?

מיטוואך מרץ 12, 2008 12:27 pm

יא טריאו, הייב אן צו פרעגן, אבער איך זאג דיר שוין איך וועל נישט רעזיגנירן צוליב דעם סקאנדאל...

מיטוואך מרץ 12, 2008 12:29 pm

חחחח, אינמיטן לאכן קען איך גארנישט פרעגן, כ'האף אז באלד וועל איך נאך געדענקן וואס איך האב געוואלט פרעגן...

מיטוואך מרץ 12, 2008 1:20 pm

אוי דאנק איך ג-ט פאר די היימישע קרעטשמע, איך מיין עס ערנסט, אזוי מיך אויפצולעבן.
דער יאנאש איז פלעין אראפ פון זינען... צייטליך !!

מיטוואך מרץ 12, 2008 3:07 pm

נישטא קיין ווערטער
א שאד איך האב נישט אזויפיל עקסטערע צייט
באט אלע איינס ביי איינס כל איש בשמו געבוירן
זענט עטץ אלע גיט
א שיינעם טאנק

מיטוואך מרץ 12, 2008 6:34 pm

וואס האט געשריבן:אוי דאנק איך ג-ט פאר די היימישע קרעטשמע, איך מיין עס ערנסט, אזוי מיך אויפצולעבן.
דער יאנאש איז פלעין אראפ פון זינען... צייטליך !!


קאלדנט אגרי מאר...

מיטוואך מרץ 12, 2008 9:04 pm

קרעמער, איך לאך פון דיין תגובה, נישט אזוי ווייט פון דאס וואס דו שרייבסט, נאר דאס וואס ערווארטעט דיר פון יאנאש'ן.

מיטוואך מרץ 12, 2008 10:38 pm

יאנאש, צולייג דעם רואיגן סאכי'ן

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 10:23 am

גוד מארנינג ענד וועלקאם בעק געטרייע ליסענער ענד טענקיו אלל פאר די קיינד ווארדס אן מיי ביהעף, עס איז מיר נישט אויסגעקומען צו מעלדן פארדעם, אבער די לעצטע צוויי טאג איז צייטליך געפלויגן סאלאו, נאכדעם וואס יאנאש האט געברויכט נעמען וויקאציע פון די שווערע איבערלעבענישן די לעצטע פאר טאג, אבער איצט ברוך השם זעמער צוריק.

היינטיגע טאג צייכנט אפ דער ערשטער פירטאגצייט פון די איזאק פארלוירעניש, און מיר דא אין די ק.נ.א. פלאנירן א ספעציעלן רעפארט מיט דעטאלן וואס וועלן פארעפנטליכט ווערן צום ערשטן מאל, סטעי טונד.

איך מוז איצט אראפלייגן די מייק צוליב די טרערן וואס שטיקן מיר פון דעם פרישן שוידערליכע סקאנדאל (א קאזין מיט סאנדאל), דער מייסד הקרעטשמע האט זיך נעכטן אויסגעדריקט קעגן איינע פון אונזערע קאמיק ריפארטער, וואס מאנכע באצייכענען אים אלץ דער בעסטער... אז ער איז פלעין אראפ פון זינען, פארטיידיקער פרובירן נאך צו פארוואסערן דעם אויספלאץ מיטן טענה'ן אז עס איז נישט געווען קרעמער 'וואס' האט דאס געזאגט, נאר ער האט פשוט צוגעשאקאלט מיטן קאפ ווען א צווייטער האט דאס געזאגט, די אינוועסטיגאציע גייט אן מיטן פולן קראפט, ספעציעל נאכדעם וואס ספעשל סעקרעטאר מיסטער כ'הער פונעם מייסד'ס אפיס, האט קלאר גענומען פאראנטווארטליכקייט זאגנדיג - ענד איי קוואט: קרעמער, איך לאך פון דיין תגובה, נישט אזוי ווייט פון דאס וואס דו שרייבסט, נאר דאס וואס ערווארטעט דיר פון יאנאש'ן. ענד קוואט, פון די ווערטער קוקט אויס אז מיסטער קאסמא איז יא קלאר דער אינציטאטור פון די שוידערליכע ווערטער אנטקעגן איינע פון די סאמע בעסטע קאמיקל ריפארטערס אף אלל טיימס.

דאס קומט נאכדעם וואס מיסטער קרעמער האט זיך שוין אין די פארגאנגנהייט אויסגעדריקט מיט ראסיסטישע ווערטער קעגן קאלירטע מענטשן, און זינט דאן האבן זיינע נאנטע אים מער נישט געלאזט ערשיינען אין פאבליק אנע באגלייטונג, אבער זעהט אויס לאור זיין דרשה האט מען אים ארויסגעלאזט, און עס האט ליידער פאסירט וואס האט פאסירט וואס האט פאסירט וואס האט פאסירט.

מאנכע זאגן אז דער ריפארטער איז גאר געווען א גוי און האט זיך מגייר געווען עטליכע יאר צוריק און דאס קען זייער מעגליך אויסגעטייטש ווערן אלץ אנטיסעמיטשע ווערטער, וואס אויב וועט זיך דאס ארויסשטעלן אלס אמת, דאן וועט זיין ביג טיים טראבל.

מיר פרובירן נאך צוזאמצושטעלן א גאנצע בילד, איבערדעם וועלן מיר נאכנישט ווארפן קיינע קאנטער אטאקעס, אבער מיר קענען נאר זאגן אזויפיל אז מיר האפן פאר קרעמער'ס סעיק אז די גאנצע סומעטאכע איז נאר א אדר בלבול.

דיס איז עי ספעשל ריפארט, ריפארטינג לייוו דיס איז יאנאש פראם ק(רעמער ששש). נ.א.

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 10:57 am

דער לץ הערט מיך נישט אויף צו סורפרייזן, עס פארטונקלט שוין כמעט די אש ומים אשכול.

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:09 pm

קול מבבבבשרררר....
ליחודים ליחודים חיתה חיתה אורה ושמחה וששון ויקר... העלאו פרענקעל, יא, פרענקל העלאו, פרענקעל, העלאו פרענקעל , פליעלילפ, פרענקעל העלא, פליעלילפ, פליעלילפ, פליעלילפ, העלאו דאס איז פרענקעל, יא ווא.. פליעלילפ, פרענקעל העלאו...

פאר מער דריקט נומער 6.

קול מבשר צוויי אזייגער נאכמיטאג, די נייעס היינט איז געספאנסערט דורך יאנאש, דאס בעסטע און לעבעדיגסטע שרייבער, פאר אלע אייערע שרייבערייען רופט נאר יאנאש אויף: 845-718-1347

א גרויסער סקאנדאל איז היינט ארויסגעקימען אויף דער וועטעראן שרייבער און גרינדער פון 'היימישע קרעטשמע דאט קאם' ר' קאסאמא קרעמער, נאכדעם וואס ער האט זיך מכלומערשט אויסגעדריקט אממממ. מיר ווייסן עס נישט וויאזוי אנצירופן, בקיצור, מיר דא אין קול מבשר נעמען נישט קיין שטעלונג צילוב פארשטענדליכע סיבות. די נייעס איז געבראכן געווארן היינט פארמיטאג דורך א גרויסע רעפארטער פאר די ק.נ.א. נייעס ארגענעזאציע, וואס לויט מאנכע איז ער פון די גרעסטע "קאמיק ריפארטער" אין די פעלד. כ"ק אדמו"ר מטשענקחיסוייקע שליט"א איז היינט אפגעפלויגן צו די שווייץ פאר עטליכע טעג אוף אפרו.

וועלטליכע נייעס נאך די פאלגענדע עדווערטייזמענט.

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:12 pm

חחחחחחחחחח דאס איז וואס כ'קען צולייגן.

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:21 pm

יאנאש האט געשריבן:איך מוז איצט אראפלייגן די מייק צוליב די טרערן וואס שטיקן מיר פון דעם פרישן שוידערליכע סקאנדאל (א קאזין מיט סאנדאל), דער מייסד הקרעטשמע האט זיך נעכטן אויסגעדריקט קעגן איינע פון אונזערע קאמיק ריפארטער, וואס מאנכע באצייכענען אים אלץ דער בעסטער...


יודעי דבר צייגן אן אז אזא עגא איז נאכנישט געזען געווארן זינט אלי' שפיצער פארן חטא, דעיוויד פעטערסאן האט צוגעלייגט אז ער האט דאס נאך אלץ נישט געזען.

יאנאש האט געשריבן:דאס קומט נאכדעם וואס מיסטער קרעמער האט זיך שוין אין די פארגאנגנהייט אויסגעדריקט מיט ראסיסטישע ווערטער קעגן קאלירטע מענטשן, און זינט דאן האבן זיינע נאנטע אים מער נישט געלאזט ערשיינען אין פאבליק אנע באגלייטונג, אבער זעהט אויס לאור זיין דרשה האט מען אים ארויסגעלאזט, און עס האט ליידער פאסירט וואס האט פאסירט וואס האט פאסירט? "וואס" האט פאסירט..[/quote]

דו זאגסט דאך דא דעם גאנצן תירוץ!



יעצט פארלאז איך דעם סטעידזש, איגנארירנדיג די פראגעס פון די אנוועזנדע רעפארטערס.

דאנערשטאג מרץ 13, 2008 2:28 pm

(כדי ס'זאל זיין ממש עכט וועלן איך עס ווייטער ציען)

זאג, מיסטער קרעמער, איר גייט ריזיינען??!!

קיינער ענטפערט נישט, איך זעה נאר א ריקן...
שרייב א תגובה

Advertisement