גריסן און שמועסן
דאנערשטאג מרץ 13, 2008 6:19 pm
קרעמער, נו, האבעך נישט געדארפט לאכן.
יאנאש, אן עכטע שכוח, פארן שרייבן אזא לאנגס און א גוטס, און איך בין כמעט זיכער אז דו האסטעס נאר געטוהן, אז איך זאל נישט בלייבן א פאהל.
Advertisement
פרייטאג מרץ 14, 2008 12:16 am
איך בין יעצט אנקומען מיט די מסמסכים טראק, צו די זיך כאקציע, און כאהף אז עס איז נישט צו שפעט, אבער איך האב אייביג געווויסט, אז ווען א מענטש רעדט פאר פייער און וואסער איז א אלדסהיימער פאציענט, און אויפדעמארויף האטעך שומרים אוו בי פי, ארויסגעגעבן א מאפעל, אז אלע אלטסהיימער זאל געדענקן, אנצוהאבן זייער ברעסלעט, ווייל אזוי וועט מען זיי טרעפען, און זעהט אויס אז דער זאק האט דאס פארגעסן,
פשוט, פארוואס, מיז איך אנקומען צו די החלטה, ווייל ווען א נארמאלעזירטע בירגער, מיט אלע געזונטע גלידער, זאגט פאר זיינע קאלעגן אז ער גייט ארויס פון אפיס א מינוט, ווערט מען גארנישט באזארגט, מא שניי כאן, ווי נאר דער ווארט איז ארויסגעטאצען פונעם זאק, האט זיך זאפארט מיטן גאנצען אהבת ישראל געפאנגן א זיכעראציע , און די יאנאש קאוועראפיש אויף זיין מינוטליכע טאק שוי אויף די קעי ענ עי ראדיאוי (כאט טא פוי) האט נישט אויפגעהערט צו רעדן דערפן און יעדע העלידאקטער וואס איז געפלויגן אין הימעל, האט מען חושד געווען אז ער האט דעם זאק אין זיין מאפלער,
פרייטאג מרץ 14, 2008 9:26 am
חחחחחחחחחחחחח,
פון ס'גאנצע הלוך ס'ילך דא,
איך האב נעכן נאכט ארויסגעפרינט דריי פולע פעיזשעס, און געלעהזן רואיג ווי נאר,
א באנדע חברה דאס, איינס מער אונטערסאנט ווי דער צווייטער,
שפעציעל מיט די פרישע "לאנגע" קאווערעזש פון יאנאש און צייטליך, ממש יום וליל לא ישבתו,
שכח פאר די אינטערטעימענט, נהניתי עד למאוד
מיטוואך יולי 09, 2008 10:29 pm
פראפראפראבאם ברעקינג ניוס פראם די ק.נ.א. העדקווארדער'ס:
טייערע צוהערער מיר האבן פאר אייך גאר גאר העווי נייעס, דער פראבלעם וואס איז פארגעקומען מיט איזאק'ן איז שוין גארנישט אראפ פון די אגענדע, מיר האבן אלע געמיינט אז זה הוא, די חברה האבן זיך אפגעלאזט פון אים, אבער דער איצטיגער מצב ווייזט אז זינט מיר עט די ק.נ.א. הויפקווארטירן האבן זיך אפגעלאזט פון די סטארי זענען זיי צוריק געקומען מיט אזא קראפט אז דאס מאל האט איזאק ניטאמאל געקענט נעמען די פאר מינוט צו מעלדן אז ער וועט פעלן.
ווי עס קוקט אויס איז ער פריש פארכאפט דורך יענע חברה, און עס איז נישטא קיין וועג אים צו קאנטאקטן, אנדערש פון לעצטע מאל וואס זיי האבן גענוצט זיין גוגל אקונט וואס דורך דעם האבן מיר געקענט לייגן שווערע דרוק, דאס מאל אבער הערט מען נישט פון זיי קיינע פאדערונגן אדער געלטער, מיר האבן מורא אז זינט עס איז שוין אריבער אזויפיל טעג זינטן פארשוואונדן קען גאר זיין אז דאסיזעס.
מיר האלטן איצט אינמיטן אינסטענטיווע געשפרעכן מיט אלע אפטיילונגן פון די קרעטשמע געהיים פאליציי, די ק.א.יו., טרינקן אשכול, ועל כולם די פייער און וואסער אשכול, און מען וועט בעזר השם צאמשטעלן א קאאליציע צו ארבעטן אויף איזאק'ס דראמאטישע צוריקקער, און דאס מאל פארשפרעכן מיר אז מיר וועלן מער נישט לאזן א חבר אונזערער פארפאלן גיין אנע איינמעלדן פון פאראויס.
וויט דיס ריפארט, דיס איז יאנאש פראם ק.נ.א. ספעשל פארסעס דעסק.
מיטוואך יולי 09, 2008 10:33 pm
כולנו למערכה 08'
מיטוואך יולי 09, 2008 11:37 pm
כ'קלער אז מ'דארף נישט מער חושש זיין ווי אמאל