צענטראלע רעזיסטענס אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:16 pm

לכאורה האט געשריבן:צל, גיי אן, ביסט נישט אליין, מיר ליינען מיט אינטערעסע און קאמענטירן ווען נויטיג

ג"א מצרף.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:24 pm

איך רעד נישט פון ליינען דא, איך רעד פון שרייבן דא.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:45 pm

דממה דקה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין. יעצט אז איך בין שוין אנטי טראמפ, איז צום האפענונג אז איך וועל נתקבל ווערן דא אין דעם עקסקלוסיוו אנטי טראמפ ניקס.. און ח״ו נישט צוריק ארויסגעווארפן ווערן אויף די גאס.

דער עולם איז מסכים?

ניין, גייט נישט אזוי, טוה אויס די שיך, גיי קיין טשאפקאווא מקבל נזיפה זיין, אויב די קעניגן וועט דיר מוחל זיין קענסטו צוריק אריין אין די עקסקלוסיוו קלאב.

עפעס ריקט זיך שוין מיט דעם טשאדעלע...

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קומען אריין באריכטן אז דער וויסטער אנטיסעמיט דאנאלד טראמפ גייט מעגליך אנטיילנעמען ביים צענטראלן דרשו סיום הש״ס.

לויט די שמועות וואס צירקולט יעצט ארום איז געקומען א ידועה פון חב״ד אין וואשינטאן צום צענטראלן אגודה אפיס אין ניו יארק אז קושנער האט זיי באשטעטיגט אז מ׳קען דערפון רעדן.
נאט אייך א גרינע...

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:02 pm

נעכטן האב איך געשריבן אין דעם אשכול אז מען זאל מיר נישט אנרופן א אנטי טראמפ ניק, ווייל איך בין נישט, איך בין אויף טראמפ זייט אין פאליסי מער ווי מיט די דעמאקראטן, בעסער געזאגט מיט כמעט אלע פאליסיס בין איך מיט טראמפ'ן, נאר איך בין אקעגן זיין צודרייטער פרעזענליכקייט, ממילא האב איך געזאגט, כ'מיין, געשריבן, אז איך בין נישט אנטי טראמפ, נאר פראו אייגענע שכל.

שרייבט מיר איינער נעכטן אין אישי אזא פראגע: אויב דו ביזט מיט טראמפ אויף רוב פאליסי זאכן מער ווי מיט די דעמאקראטן, דאן פארוואס שטיצטו אים נישט, דער עיקר איז דאך פאליסי, איי זיין פרעזענליכקייט, נו, אויף עפעס מעג מען פארקוקן.

אויבערפלעכליך האט יענער א גערעכטע טענה, ניין?. פרעזענליכקייט רעכטס, פרעזנליכקייט לינקס, וואס מאכט עס אויס?. זאל יענער זיין דאון סינדראם אויכעט, למאי נפק"מ. אז ער איז גוט אויף למעשה, אויף פאליסי, נו, פארוואס נישט וועלן אין 2020 טראמפ.

איך האב אבער באשלאסן, בעיקר נאכן זעהן ידידי ר' צל'ס בקשה אז מען זאל דא שרייבן, יענעם נישט צו ענטפערן אין אישי, נאר טאקע דא ברבים. און אפשר וועלן אויך אנדערע אידן הנאה האבן, און בעיקר @מעטמים וואס טענה'ט אז איך ליין זיין מוח, בין איך נייגעריג צי מיט דעם הסבר וועט ער אויך עגריען מיט מיר.

איז אזוי, לאמיר אייך פרעגן א קשיא, אבער איך פרעג אייך נישט די קשיא דא אויף אייוועלט, נאר שבת אין ביהמ"ד צווישן 4 אויגן, צווישן מיר און דיר, ממש פנים אל פנים, קיינער הערט זיך נישט אינטער, קיינער ליינט נישט וואס דו גייסט מיר ענטפערן די פראגע איז: מאכט פאר איינעם אויס, איך רעד נישט פון ביזנעסער, איך רעדט פון פריוואטע מענטשן, ווער עס איז דער פרעזידענט? גייט סיי וועלכע אינערן אדער אויסערן פאליסי פון א פרעזידענט עפעקטירן איינעם אין פערסענעל לייף?.

איך רעדט נישט וואס עס גייט זיין אויב יענער און יענער גייט ערוועלט ווערן, איך רעדט פונעם עבר, האט אמאל סיי וואסערע פאליסי פון א פרעזידענט איינעם ערנסט עפעקטירט? דער תירוץ, איך רעדט טאקע נאר צווישן 4 אויגן נישט אין פאבליק, ווייסט יעדער איינער איז אז ניין, פינטל. גארנישט.

אוודאי קען מען טענה'ן אז די דעמאקראטן ברענעגען אראפ דער מאראל פונעם לאנד וכו', אבער ווי געזאגט איך רעד פונעם עבר.

איז יעצט ווערט שווער די פראגע, דאן פארוואס זעהט מען מענטשן לעבן ממש מיט די פאליטישע נייעס, מען קאכט דערין, מען אטעמט דערין, מען שוויצט דערין, הלמאי, עס איז דאך 'כצל עובר', 'הכל הבל', ליפט, גארנישט,?. דער פשוט'ער און פארשטענדליכער תירוץ איז ווייל מיר זענען בירגער אין א לאנד, ממילא אויטאמטיש צי מען וויל יא צי מען וויל נישט, ווערט מען פאטריאטן פארן לאנד, און דער פרעזידענט איז דער העכסטער מאן אין לאנד, ער איז דער סימבאל פון לאנד פאר די גאנצע וועלט, ער איז אמעריקע און אמעריקע איז ער ממילא וויל מען אז דער מענטש זאל ריכטיג פארשטעלן דאס לאנד פאר די וועלט, און פאר די אייגענע געפיל.

איז לויט אינזערע הנחות ביז אהער קומט אויס אז דער פרעזידענט האט מיט פאליסי גארנישט, נישט פאר דעם וועלט מען אים אריין, נאר פאר זיין פרעזענליכקייט, פאר זיין שפראך, פאר זיין אויפירונג. איז יעצט לאמיר גיין א טרעפל ווייטער, און צוקומען פארוואס איך האלט אז דער טראמפ קארוקטור איז א בושה פאר לאנד.

מיינע ערשטע זכרונות פון א פרעזידענט איז פון 'פרעזידענט בוש השני', דער נאמען פרעזידענט קלינטאן געדענק איך אויכעט, טראץ וואס עטוואס פארוואלקענט, אבער איך האב נאך דאן נישט פונקטליך געוויסט וואס דער ווארט פרעזידענט מייינט.

אויפוואקסענדיג מיט פרעזידענט בוש אין ווייסן הויז האב איך געגליכן צו קוקן זיינע בילדער אין צייטונג, און צו הערן דער נייעס, און יא, בוש איז געווען דזשענטעלמאן, ער איז געווען א געלונגענע מענטש, עס איז פאר מיר געווען א כבוד, אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק, אים צו האבן אלץ פרעזידענט, און אלץ דער וואס פארטרעט מיר פאר די וועלט. זיין'ס רעדע איז געווען פאטריאטיש, ער האט געמאכט א פיינעם רושם, איך בין געווען שטאלץ אלץ אמעריקאנע בירגער.

חלפה עונת בוש, עס איז געקמען צו די 2008 וואלן האב איך מתחלה געשטיצט מעקעין, פארוואס? ווייל זיין בילד האט מיר אויסגעקוקט די מערסטע ענדליך צו דער בילד פון א פרעזידענט אין מיין חלום, אבאמא איז א שווארצער, ער קען דען זיין פרעזידענט?, אבער למעשה האט דאך אבאמא געווינען, האבן מיר אין געגעבן דער טשאנס, און יא, ער האט געפעסט די טעסט, ער איז א 'פרעזידענט'.

איך האב אסאך געקוקט בילדער פון אים, געהערט זיינע רעדעס, און איך האב געזען אז ער צו די זאך, ער האט געהאט א פרעזעדענטליכע שפראך, ער האט געברענגט רעספעקט פאר'ן לאנד, ער האט געברענגט רעספעקט פאר אירע בירגער, און דאס איז עס. זענען מיר ווייטער געווען שטאלצע אמעריקאנער מיט א פרעזידענט וואס ברענגט שטאלץ.

אין יעצט קומען מיר צו טראמפ, טראמפ איז א סימפל משוגענער, און דאס האלט רוב אמעריקע, און די גאנצע וועלט. חוץ די טראמפ שטיצער האלט יעדער אזוי, און די גאנצע וועלט האלט עס מיט דורך די שפאלטענעס פון זיין טוויטער אקאונט, ער פארשעמט דאס לאנד אויפן וועלט סטעידזש, ער פארשעמט דאס אמעריקאנע בירגער פאר זיך אליין, און דאס איז דער סיבה פארוואס איך וויל אים נישט אלץ מיין פרעזידענט טראץ וואס איך עגרי מיט רוב פון זיינע פאליסיס.

און דעם אשכול שרייב איך נישט פאר טראמפ שטיצער, אבער איך וועל געבן א נקודה למחשבה פאר די וואס פארשטייען נישט מיינע ווערטער לגבי טראמפ. איך וועל אנכאפן א דוגמא פון א צווייטע מדינה, איך וועל אנכאפן מדינת ישראל, פארן איינציגסטן סיבה וויל פון דארט קען דער ציבור אביסל די פאליטיק.

לאמיר זיך מדמה זיין אז ביבי נתניהו איז דאס וואס טראמפ איז, למשל, דער טוויטער אקאונט @ביבינתניהוהאמיתי שיקט יעדן טאג פולע טוויטס, און עס ווערט געליינט חוץ דורך איזרעליס, אויך דורך פולע איבער די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט דורך וועלט פירער, עס ווערט דאך נישט געשריבן דורך סתם איינער, נאר דורך דער סאמע פירער פון א וועלט מאכט.

איין אינדערפרי: דער גראבער אביגדור ליבערמאן וואלט שוין לאנג געזאלט זיין ארעסטירט! ער באלאנגט איז זיין געבורט לאנג ראשע!. 5 מינוט שפעטער: דער מערסט קארופטירטער מענטש אין לאנד מאנדלבלאט איז גאר דער וואס פארשט מיר אויס? עס איז דער גרעסטער פאליטישע רדיפה אין מדינת ישראל!. א מינוט שפעטער: וויטש האנט!. צומארגנס: דער הויך האלדזיגער בעני גאנץ וועלכע טוט זיך אויף אלץ א 5 שטערנ'דיגער גענעראל איז סתם א פאפער! א גענעראל זוצט אינדערהיים און שיקט באפעלן, א פשוט'ער סאלדאט וואס קעמפט פאקטיש איז פול מער ווערד!. א מינוט דערויף: משוגענע יאיר לפיד וכו'.

וואס וואלט איר געהאלטן אויף דעם ביבי? איר ווייסט דעם תירוץ. איי די ליכוד'ניקעס שרייען אז ער איז דער חכם מכל אדם, און ער האט א היסטאריע פון אבנארמאלע געווינסן, און אז ער איז א באהאלטענע חכם, און די אלע מאדנע פראזן איז נאר ווייל וכו', און אז די אלע קלאגעס אקען אים איבער זיין קארופציע איז נאר א 'וויטש הענד', ווייסט אבער יעדער איינער אז דער וועלט דזשאדזשט אים לויט וואס זייערע אויגן ליינען און הערן, און ער איז א משוגענער. דאס איז דער פוינט.

און צום ענדע א קלארשטעלונג: איך האב עס געשריבן אין דעם אשכול מיטן ציל זיך צו אויסשמועסן מיט אחים לדעה, איך האב עס נישט געשריבן פאר קיין איין טראמפ שטיצער, ווייל זייער "טראמפ לאגיק" איז עפעס וואס איך קען אויסעווייניג: 'אבאמא האט מער פארשעמט דאס לאנד מיטן זיך ביקן פאר דעם און יענעם', 'אבאמא פלעגט גיין אן א רעקל אין ווייסן הויז', 'פונקט פארקערט יעצט איז אמעריקע רעספעקטירט ווייל ער לאזט זיך נישט אינטערדריקן פון נאטאו און פון טשיינע נאר ער פייט פאר אמעריקע און יעדער זעהט אז אמעריקע קען מען מער נישט טרעטן', 'עכט, סירעסלי? דו האלטסט אז טראמפ פארשעמט דאס לאנד מער ווי אבאמא :oops:'.

דאס אלעס מיט אלעם ווייטער קען איך פון אויסעווייניג, ממילא א שאד אייער מיה צו שרייבן, איך עס נאר געשריבן פאר חברים המקשיבים אין דעם אשכול, און ביטע נישט פירקלען דא.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:10 pm

ישר כח, הערליכע ארטיקל.

מען ברויך דאס פרעימען.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:15 pm

עכט היימיש האט געשריבן:נעכטן האב איך געשריבן אין דעם אשכול אז מען זאל מיר נישט אנרופן א אנטי טראמפ ניק, ווייל איך בין נישט, איך בין אויף טראמפ זייט אין פאליסי מער ווי מיט די דעמאקראטן, בעסער געזאגט מיט כמעט אלע פאליסיס בין איך מיט טראמפ'ן, נאר איך בין אקעגן זיין צודרייטער פרעזענליכקייט, ממילא האב איך געזאגט, כ'מיין, געשריבן, אז איך בין נישט אנטי טראמפ, נאר פראו אייגענע שכל.

גראדע גוט געשריבן, עטוואס ריכטיגע נקודות ;l;p-

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:17 pm

ר' "עכט היימיש", איך בין קענטיג אביסל עלטער פון דיר, שוין געבוירן אונטער דזשימעלע ירום הודו (לרפו"ש, הגם ער האט לעצטנס געזאגט אז ער איז שוין גרייט צו שטארבן). ווי שוין געשריבן אמאל זענען מיינע ערשטע זכרונות פון א פרעזידענט געווען פונעם לעגענדארן שטאטסמאן מר. רעיגען, נאכגעפאלגט דורך בוש הראשון. איך געדענק ווי מיינע קושקעס האבן זיך איבערגעדרייט ליינענדיג אין "די צייטונג" יענעם מיטוואך אז דער אינגאטש ביל קלינטאן גייט מיר דא איבערנעמען די הנהגה... און נישט בלויז אויף פיר יאר, נאר גאר אויף אכט האט ער זיך באזעצט אין 'מיין' ווייסע הויז. כ'בין געבליבן אויפגערעגט אויף אים, און אויף זיין פלונית'טע [געשטימט פאר ריק לאזיא קעגן איר ביי די ניו יארקער סענאט וואלן, אוי האט ער פיין פארלוירן, 12 פונקטן נידריגער אויב איך געדענק גוט]. ביי די וואלן צו איבערנעמען דעם שמוציאן האב איך געקלערט פון גיין פאר דזשאן מעקעין, דער 'מעוועריק' און 'סטרעיט שוטער', למעשה בין איך סייווי נישט געווען קיין רעפובליקאנער רעגיסטרירטער, און בוש השני האט געמאכט די פריימעריס און איז געווארן דער 'באליבטער זוהן' וואס איז אנגעגאנגען צו געווינען דעם ווייסן הויז (שטייצעך מיט די הילף פונעם סופרים קאורט).

בוש קעגן קערי בין איך נאטורליך געווען מיט בוש'ן, דערנאך מיט דעם אלטן מלחמה העלד מעקעין קעגן דעם אינגן אומערפארענעם סענאטאר פון שיקאגא (פון דא און ווייטער איז שוין אלעס דאקומענטירט אויף דער אייוועלט, נאר נישט מיט דעם ניק..). עס ליגט מיר פיין אין זכרון דער שווארצער נאכט ווען אבאמא האט געווינען, פון מיין פענסטער אין בעד-סטיי האב איך געזען די שחורים שאלן אויף די גאסן און שרייען אויס "אבאמא איז דער [קללה] פרעזידענט!"

מיט ראמני האט אבער נישט באקומען מיין שטיצע, ווייל ערגעץ ביי די פריימעריס האט ער מיך באוויזן גוט אויפצורעגן (מיט וועמען בין איך דאן געווען? אפשר ניוט גינגריטש...). איך דארף איבערקוקן מיינע תגובות פון דעמאלטס, אבער כמעט זיכער אז איך האב דאן געשטומט פאר אבאמא מיט א צוגעשטאפטע נאז.

נאך אכט יאר אבאמא בין איך שוין גרייט געווען פאר מיין נעקסטע בוש, דזשעב! ווייסן מיר דאך אלע וואס דארט האט זיך אויסגעקאכט, עס איז געקומען דער בולי הידוע פון ניו יארק (עכשיו בפלארידע) דאנעלד דזשאן טראמפ און אראפגעשלעפט די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי צו זיין נידריגקייט, און נאכ'ן שפרינגען פון בוש צו קרוז האב איך אנערקענט אז טראמפ איז העיר טו סטעי, און איך האב געסוויטשט פארטיי - אזוי צו זאגען - און זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן "איך בין מיט איר" וואגאן, שלעפנדיג דעם צינגל פאר פרוי קלינטאן וואס איז אמאל געווען אויף מיין מערסט-פארהאסט ליסטע [יא יא, אזוי דרייט זיך א וועלט..]

וואס וויל איך דא? אה יא, איך וויל דא האלטן דעם רעזיסטענס אשכול אקטיוו, און זיך באקענען בעסער מיט אונזערע קאלעגע אנטי/נעווער'יסטן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:46 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איז אזוי, לאמיר אייך פרעגן א קשיא, אבער איך פרעג אייך נישט די קשיא דא אויף אייוועלט, נאר שבת אין ביהמ"ד צווישן 4 אויגן, צווישן מיר און דיר, ממש פנים אל פנים, קיינער הערט זיך נישט אינטער, קיינער ליינט נישט וואס דו גייסט מיר ענטפערן די פראגע איז: מאכט פאר איינעם אויס, איך רעד נישט פון ביזנעסער, איך רעדט פון פריוואטע מענטשן, ווער עס איז דער פרעזידענט? גייט סיי וועלכע אינערן אדער אויסערן פאליסי פון א פרעזידענט עפעקטירן איינעם אין פערסענעל לייף?.

איך רעדט נישט וואס עס גייט זיין אויב יענער און יענער גייט ערוועלט ווערן, איך רעדט פונעם עבר, האט אמאל סיי וואסערע פאליסי פון א פרעזידענט איינעם ערנסט עפעקטירט? דער תירוץ, איך רעדט טאקע נאר צווישן 4 אויגן נישט אין פאבליק, ווייסט יעדער איינער איז אז ניין, פינטל. גארנישט.

כ'האף איר זענט גרייט אז יענער אין אישי גייט אייך איבערווייזן אז יא...

לויט ווי איך געדענק האבן צוויי ניקים זיכער געשריבן אז במציאות האט זיי עס אויסגעמאכט. איינער לגבי אבאמאקער, דער אנדערער לגבי טעריפס פון טראמפ. און מיר דוכט זיך אז נאך איינער האט געשריבן אז לגבי פירן א ביזנעס איז אים גרינגער געווארן נאך וואס טראמפ האט אראפגענומען פארשידענע ביזנעס רעגעלעישענס.

ביים פיילן טעקסעס ווי כ'פארשטיי פארדין איך פערזענליך מער כמדומה כמעט 3 טויזנט מער, און ווי כ'האב פארשטאנען האט עס עפעס מיט טראמפ'ס פאליסיס, דארף מען הערן פונעם אקאונטענט (היות כ'וואוין דאך נישט אין אמעריקא, האב איך ביז היינט באקומען בערך א טויזנטער פער קינד, היי יאר איז עס געוואקסן כ'בין נישט זיכער וויפיל אויב האב איך ריכטיג אויפגעכאפט איז עס נאך 400 פער קינד).

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 3:08 pm

קען זיין ביי יחידים, אבער אין אלגעמיין מיין איך עפעקטירקט עס נישט. און אפילו אויב יא איז נישט דאס דער סיבה פארוואס איינער שטיט אדער יא אדער נישט א קאנדידאט.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 3:15 pm

טענקס היימיש, שוין לאנג נישט געלייענט א תגובה אזוי %100 צום דבר...

----
למעלה, דו האסט געמיסד די פוינט. די פאקט איז אז רובה דרובה מענטשן זענען אנגעהוקט אין א מענטש אדער א פארטיי ריגארדלעס פון די ספעציפישע פאליסיס עט עני גיווען דעי. דאס וואס דו שרייבסט ספעציפיש, לאמיר נאר פארשטיין, דו ביזט געווען אן אנטי טראמפער בעפאר דעם געוואלדיגן טעקס קאט?.... ביזט געווען א שטארקע אבאמא חסיד בעפאר אבאמאקעיר?... דער טראמפ חסיד איז אצינד אן אנטיסט צוליב די טאריפס. א מכה בדופן!

דעטס די פוינט.

----
היימיש האקט...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 3:38 pm

אמת אז ווען מען רעדט פון איינער וואס ליגט אין פאליטיק און ווערט א חסיד/מתנגד איז ריכטיג וואס די זאגסט, אבער ווען מען רעדט פון מענטשן וואס פאליטיק גייט זיי אן ווי די פאריעריגע שניי, קוים וואס זיי ווייסן בכלל עפעס צו זאגן איבער דעם פרעזידענט, אויב וועט א פאלעסי אים פערזענליך עפעקטן אדער בענעפיטן קען ער יא ווערן דערוועגן א חסיד/מתנגד, און אפילו ווען נישט, וועט ער עכ"פ רעדן אויף אזא וועג.

איך פערזענליך האב ב"ה קיין פאליטיק קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אדער געליינט, אפילו אשכולות דאהי וועגן פאליטיק האב איך נישט צוגעלייגט און לייג נישט צו קיין משהו קאפ דערצו, און נאך היינט איז דא זאכן וואס כ'האב קיין מושג וואס דאס מיינט [טי-פארטי, ליבעראלען (אמאל האב איך געמיינט דאס מיינט עקסטרעם דעמעקראטן, לעצטענס האט זיך מיר געדוכטן איינער שרייבט עס מיינט עקסטרעם ריפאבליקן, וואסא חילוק, ניטאמאל א גוגל סערטש איז מיר אינטרעסאנט צו מאכן דערוועגן...) וכו' וכדו'.

ממילא איך בין נישט און קיינמאל געווען קיין חסיד און נישט מתנגד נישט פון דעם און נישט פון דעם, נאר וואס יא, נישט זייענדיג א חסיד וואלט איך נאך אלץ געוואלט אז דער וואס טוט עפעס וואס גייט מיר בענעפיטן זאל ווערן פרעזידענט, צב"ש דא אין קאנאדע, כ'האב קיין מושג וועלכע זייט האט אמאל געגעבן מער קינדער געלט, אזויפיל ווייס איך אז כ'קען קוים ווארטן אז יענע חברה זאלן נאכאמאל געווינען... מיינט נאכנישט כ'ווער א חסיד פון זיי דערוועגן, סך הכל זיך איך מיינע בענעפיטן און דאס וועט מיר מאכן ווילן יענעם זיין פרעזידענט [יתכן אז מיין אומוויסענהייד וועט מיר מאכן פארלירן ערגעץ אנדערש צוליב דעם, לדוגמא לגבי חינוך, כ'האב קיין אנונג, כ'ברענג נאר ארויס די פוינט אף וויו פון לענ"ד רוב כלל ישראל, וואס איז קיינמאל נישט געליגן אין פאליטיק, און נעמען א מיינונג אין פאליטיק].

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 3:43 pm

למעלה, לגבי ליבעראלן, זיי זענען עקסטרעמע דעמאקראטן. אפשר 'ליבערטעריענס' זענען עקסטרעמע רעפובליקאנער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 3:50 pm

לכאורה האט געשריבן:למעלה, לגבי ליבעראלן, זיי זענען עקסטרעמע דעמאקראטן. אפשר 'ליבערטעריענס' זענען עקסטרעמע רעפובליקאנער.

חחח גוט, יתכן דאס איז וואס כ'האב געזען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:01 pm

פריש
צוגעלייגטע
Screenshot_20191105-170051_Gallery.jpg
Screenshot_20191105-170051_Gallery.jpg (535.88 KiB) געזעהן 427 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:29 pm

אט אזוי!

ווען עס וועט זיין דער פראצעס אין סענאט, ברויך זיין ריזיגע פראטעסטן אין אלע גרעסערע שטעט אין לאנד, אזוי ווי מען זעהט אין אנדערע לענדער ווי דיקטאטורן פארכאפן זיך די מאכט מיט קארופציע.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 7:49 pm

@עכט היימישע, צווישען פיר אויגען האב איך נאך א משל, ווען דיין בחור פארציילט דיר אז א בחור זיין עידזש האט אים איבערגעדרייט די אייערשפייז סתם על לא דבר און דיין בחור האט אים דערלאנגט א פראסק ביזטו ברוגז אויף דיין בחור? זיכער נישט (קענסט אים מסביר זיין אז נעקסט טיים גיי צום ראש הישיבה אבער דעטס נאט די פוינט העיר) און אז טאמער דער איבערדרייער טוהט עס דריי טאג און א ציה און דיין בחור רייסט אים אן די ביינער אז דער איבערדרייער דערוואגט זיך מער נישט צו זיינע מעשים רעים, וואס זאגסטו צו דיין בחור? זשאב וועל דאן - יעצט גיי צוריק לערנען.

זאג נאר טאטע? וואס פרייסטו דיך? עס גייט דיר עפעס בעסער היינט? ניין אבער איך האב הנאה צו זעהן ווען איינער טוהט די ריכטיגע זאך, ווען מיין בעקעריי לייגט צו אייטעמס, מיין שמש געט מער סערוויסעס, מיין גראסערי האט פרישע איידיעס און אייטעמס ברענגט עס מיר א הנאה, אט אזוי פיינעלי טוהט שוין איינער די ריכטיגע זאך.

אקוראט די זעלבע איז מיט מיסטער טראמפ, די פאלשע רעפובליקען פאליטישענס האבען געזינגען פאר יארען א ניגון מען דארף האבען לאוער טעקסעס, אימיגרעישאן, ענערזשי און די מידיע מאכט פון זיי צימעס, געיס וואט, מקעין און ראמני זענען געלאפען און זיי האבען זיך איינגעבויגען צו די מידיע ביז זיי האבען געכאפט די בראטעדיגע פראסק אז זיי האבען דערלייגט עלעקשאנס, די רעפובליקענס האבען געוואונען די מאנדאט אין 2010, עס איז אבער א שאד געוועהן יעדע וואוט ווייל זיי האבען נישט רעזיסטענט אבאמא ווייל זיי האבען געפחדענט פאר שאט דאונס, זיי זענען געוועהן ללעג ולקלס, די רעפובליקען מאסען זענען געשטאנען און געווארט מתי יבוא דער מענטש וואס וועט זיך קענען קעגן שטעלן מיט א שטארקייט קעגן די מידיע און די דעמאקראטען, קיין איין נארמאלע מענטש האט זיך נישט אנגעריפען א חוץ יחצאל אליינס און אז קיינער שטעלט זיך נישט צו צום עמוד און עס ווערט נאכט דאן זאל דער וואס קעקעצט דאווענען.

די פוינט וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען אמת טאקע אז רוב מענטשען אין אמעריקע האבען נישט פערזענליך קיין טריקעל דאון פון א פרעזידענט אבער יעדער האט הנאה ווען איינער טוהט די ריכטיגע זאך, פארמאכען א גרעניץ זעהט אויס ריכטיג, פעיר טרעיד זעהט אויס ריכטיג, פראו ענערזשי זעהט אויס ריכטיג, ווייניגער רעגיולעישאנס זעהט אויס ריכטיג, ארויסברענגען ווען עס איז דא פעיק ניוז זעהט אויס ריכטיג, און מען אפלאדירט ווען איינער טוהט די ריכטיגע זאך און אזוי זעהען אויס א סך פון די מענטשען וואס גלייכען יא פרעזידענט טראמפ.

ספעציעל ווען די פארקערטע זייט שטייט לעצטענס פאר זייער מאדנע זאכען ווי הרגענען געבוירענע בעביס, איבער מאכען אלע בנינים אין אמעריקע צוליב די וועלטס אינטערגאנג אין צוועלף יאר, ווייניגער ענערזשי, אונטערסאנטע חתונות, אראפ מיט די פליגערס, ארויף מיט די שטייער און אשר על כן איז די רעזיסטענס ביי פופציג פראצענט און נישט העכער.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:06 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- עכט היימיש!!!

ממש don't have the words!

די עיקר וואס איך עגרי מיט דיר איז, אז האבן א נארמאלע ביהעיווער איז סאאאאך וויכטיגער ווי פאליסי.

איבער פאלעסי, גערעכט אז פערזענליך אפעקטירט עס נישט צופיל, אבער למעשה שטים איך יא פאר דער וואס איך האלט גייט זיין די בעסטע פארן לאנד.
אבער דאס פארשטייט זיך איז נאר, ווען די טשויס ווער ס'האט די בעסטע פאלעסי איז צווישן נארמאלע מענטשן, אבער נישט ווען איינע פון זיי איז א.......

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:33 pm

על מעלת כבוד הרב עכט היימיש.

כ׳האב געליינט דיין שיינע מעשה דא מיט ישוב הדעת (נדנ) נאך נאכטמאל, צום אלעם ערשט א קאמפלימענט. וואס אימער דו האסט געוואלט ארויסברענגען, האסטו דעליווערט 100% פערפעקט. שיין צוטיילט, און גוט אוועקגעשטעלט.

יעצט איך וויל ענפערן, הגם איך האב באשלאסן צו שטיין ווייט פון דאנעט, פארט וועל איך פראבירן זיך צו מאכן די קעיס אויף דעם אנדערן זייט מטבע, אזוי געזאגט.

איך וויל שטארק עגריען מיט דיר אויף איין צד, און שטארק דיסעגריען אויפן צווייטן צד. קודם כל, וואס הייסט ס׳כאפט נישט קיין אמת׳ע נפק״מ פאר קיינעם פון אונז וועכע ערל עס זיצט למעשה אין וואשינגטאן? איך ווייס פון אידישע קינדער [מיט נעמען], און להבדל נישט אידישע ביזנעס אייגענטומער וועלכע האבן ליידער פארשלאסן די טויערן פון זייערע געשעפט צוליב די טראמפ טאריפן, אנדערע וועלכע הינקען אינטער און מיטשען זיך זייער. ווידער אנדערע [אמעריקען מעיד] וועלכע הייבן זיך די קעפ, שווארץ אויף ווייס. און דאס איז איין בלאסן עקזעמפל.

אני הקטן, דאס מיט וואס איך בין עוסק פאר פרנסה, דער אינדאסטרי האט געכאפט א מעכטיגע טרייסל אדאנק די טאריפן. אפעקטירט האט עס מיר נישט עכט, מיינע ווענדערס אבער יא, און נישט סתם. איך האב א חבר וואס האט גרויסע פראבלעמען מיט זיין משפחה בנוגע בירגערשאפט, ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקא, און אינטער טראמפ זענען די ענינים געווארן זייער שטרענג. דאס איז בלויז טעכנישע חלקים פארוואס ס׳זאל פאר איינעם אנגיין אויב דער אדער יענער זיצט אויפן בענקל.

ס׳האט נישט קיין פשט אריינצוגיין אין - לדוגמא, א שטייער שניטן דעבאטע אויב למשל ס׳האט אויסגעמאכט, און וויפיל, ווייל ביידע זייטן האלטן זיך ביי זייער׳ס סייווי, דער רעכטער [גוי פארשטייצעך] איז מסכים צו פארלירן פוד סטעמפס, ווייל ער האלט אז די גאווערמענט מיז עס סטאפן, און דער לינקער איז מכסים זיין טשעקל זאל זיין אפאר גראשן ווינציגער, אזוי איז דא מער געלט אין די קאסע.. הקיצור, כ׳האב ס״ה געוואלט ארויסברענגען אז ס׳כאפט יא א שטארקע נפקמ פאר מענטשן, כ׳רעד פון אונז אידן, ווער עס זיצט ביים רידער. נישט אז מיר קענען עס בייגן אזוי אדער אזוי, א נפק״מ כאפט עס אבער יא, ׳טעכניש׳.

נאכדעם קומט די חלק פון ׳אידעלאגיע׳, מיט וואס איך בין מיט לכאורה (ידנ) געווען כמעט אויף איין בלאט[ע] ביזן ויהי בימי אחשורוש [קרעדיט; צל]. איז אזוי...

איימעניט, איך קען דאך טאן גענוי וואס די האסט געטאן מיט מיר.

יום ג׳ פר׳ לך אווענט, שטייעך אין ביהמ״ד און איך טרעף זיך אן מיט מיין חשוב׳ן ידיד ר׳ עכט, א איד וואס איז ראשו ורבו אין תורה. ער האט קיין מינדעסטע השגה פון די אמעריקאנע פאליטיק, קיין ריפאבליקאנער, קיין דעמעקראט. איך שלעפ אים צו א זייט אויף א מינוט, און צווישן פיר אויגן, קיינער זעהט און הערט נישט.

נאך א קורצע אויפקלערונג איבער די אידעלאגישע חילוקי דיעות צווישן רעכטע און די לינקע, דהיינו, שטייער שניטן פאר מיטעלע פארדינער, פרא פראגראמען פאר ארימע [לאו דוקא העלט קער פאר אלל], ווער ס׳איז מער פרא תועבה זאל זיין א געזעץ, און פאלעסיס בנוגע גלאבעל אנווארימונג [לדוגמא; די קיעסטאון פייפליין]. וכו׳ וכו׳.. און פארשטייצעך, דער וואס זיצט ביים רידער וועט אלץ זיכן צו אנשטאָפּן דעם געריכט סיסטעם מיט וואס מער ריכטער וואס פארטרעטן זיין צד אידעלאגיש.

יעצט שטעל איך אים אהער 2 קאנדידאטן. איינער הייסט מיסטער ׳רעכטס׳, און דער צווייטער ׳לינקס׳. עכט היימיש שטומט רעכט. עכ״פ אויב רעדט מען טאקע פון א ערליכער איד.

א רגע, כ׳האב אויסגעלאזט א וויכטיגע פרט. עכט היימיש׳נס ב״ב ארבעט פולשטענדיג אויף די ביכער, מיט א סעלערי גראוס פון $100,000 א יאר. הממממ... [חחח.. איך האב סתם געזיכט צו פארלויפן דעם וועג ער זאל נישט האבן קיין נגיעה פאר די לינקע בלויז צוליב פוד סטעמפס].

[נישט פארגעסן אז עכט היימיש האט קיין וויסטן השגה וואס דאס אוועל אפיס מיינט].

יעצט. ביפאר ער האט דעם געלעגענהייט אפצוגעבן זיין שטומע, האב איך אים צוגעלייגט א הוספה בנוגע מיסטער ׳רעכטס׳. אז אמת אז ער וועט פולשטענדיג שטופט דעם רעכטן וואָגן, פארט איז זיין פערזענדליכקייט שטארק אפגעפרעגט ביי נארמאלע מענטשן. ער איז זייער א אפענע פאריקטער. וואס איך מיין צו זאגן איז, אלעס וואס די האלטסט נאר אז דער נארמאלער גוי טוט בסתר, טוט ער בגלוי, און אפשר ערגער. הגם זיין לעבן איז אוועקגעשטעלט אויף א נארמאלן דרך החיים, פארט איז זיין אויפירונג, ספעציעל ווען ער זיכט זיך אפצורעכענען מיט איינעם, אפטמאל זייער אומאויסגעהאלטן. איז עס א פראבלעם פאר דיר?.. דער ענפער איז ניין. כנ״ל.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, קענסט נישט זאגן פאר א מענטש וואס האלט מיט די פאליטישע נייעס, מאיזה סיבה שיהיה, ער זאל גענצליך פארקוקן אויף זיין אידעלאגיע, אויף קיין שום פאל. פארפאלן, איך טויש אבער נישט מיין מיינוג בהוק ובאקרוק. פארוואס פונקט ער? ווייל אמעריקא איז משוגע! קענסט גיין פרעגן די ריפאבליקאנער אין די פריערערע פריימערי שטאטן פארוואס זיי האבן געדראפּט קרוז׳ן. [הגם איך ווייס דער ענפער, אבער נישט יעצט און אוודאי נישט דא].

ווי די חילוקי דיעות איז יא שטארק אנגעזעהן איז, דו האלטסט אז טראמפ איז א ראסיסט. אנטשולדיגט, איך בין מיט דיר שטארק מחילוק. ער איז א ראסיסט פונקט ווי מיר וואס עקל׳ט זיך פון א שווארצן פשוט ווייל ער איז גרויליג, ער פירט זיך אבער אויך שיין צו אים. איך מאך דערמיט פ א קידוש ה׳, און ער מאכט אמעריקא גרעיט און יונייטעד עגען. דו האלטס אז ער איז א אנטיסעמיט. אנטשולדיגט, איך בין שטארק מחילוק מיט דיר.

סאו די חילוקי דיעות איז מער ווייניגער נאר, אויב דו זעהסט זיינע ראליס, קוקסט זיינע רעדעס און הערסט זיינע דרשות. אויב אבער ביסטו א תורה טרייע איד וואס ווייסט פונעם קאפ צו זאגן בנוגע די אלע שטותים, אזא איינער איז א שטומע פאר טראמפ.

ווי געזאגט, איך האב פארשטייעך אויסגעלאזט א גאנצע זאק מיט פשטים פארוואס אזא אייער ווי איך למשל בין אויף זיין זייט, אין קורצן אבער, איך גיי א טריט ווייטער ווי ענק. מיר, אינטערסירט בכלל נישט אז טראמפ פירט זיך אויף בגלוי אווי ביל קלינטאן און די יונגע יארן בסתר [חברה, ס׳איז טויט איבער געטריבן. טראמפ איז שטארק מעגליך א שפיי אין וואסער קעגן דעם מנובל ביל], און איך געב קיין דעקל נישט פאר די רעספעקט פונעם אוועל אפיס, איך האלט אז די רעספערקט איז עביוזד געווארן אויף א נידערטרעכטיגן אויפן. [מעגסט מחילוק זיין מיט מיר, ס׳איז נישט אסור]. אזוי אויך גרוילט מיר די פאלטשע דזשורנאליזם וואס בודזשעוועט אויפן פולסטן טעמפאו, צען מילאון מאל ערגער ווי די בלויז עטליכע משלים וואס מיר אידן האבן עס געשפירט אויף די אייגענע באקן ביינונז אינדערהיים. אשא״כ זאל מען טאקע אריינשטעלן אזא איינעם אהין. ער איז נאך א רעכטער אויך? דאס איז שוין א ליתר שאת!

איין זאך נאר, באמת אינטערסירט עס מיר א לאך אין קאפ. וואס יא, אויב קומט איינער שרייבן אז ״די טראמפיסטן די טראמפיסטן, נעבעך, איינגעלייגט.. רבוש״ע ווי נידריג דער דור האט זיך דערקייקלט, השם ישמרינו״ ווי כאילו ער איז אויפגענומען געווארן צו זאגן של״ס תורה בשם הילערי קלינטאן.. און עפענט אשכולות ע״ד דהכא, ר׳ איד, שנייד די קרעפלעך! אזאנע צעדרייטע גע׳שרייבאכצער נעמט מיר ארויס פון די כלים, סאו ביטע. איך בין גרייט אויף אלעם ביז אהין, ולא עד בכלל.

א גוטע נאכט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:22 am

שיינע שמועס, טשאדעלע, כ'האב הנאה אז כאטש אמאל זענען מיר געווען אויפ'ן זעלבן בלאט, אפשר איז נאך דא האפנונג אויפ'ן צוקונפט אויך.

---
ויהי אחרי ה'וואלן' של נאוועמבער 5 יארע ניינצן למספרם, גיבט מען לחיים דא אין רעזיסטענס/ווידערשטאנד שטובל, לרגל די נצחון פון די דעמאקראטן ביים גאווערנאר זיץ אין קענטאקי. הפנים, טראמפ וואס האט דארט נעכטן קאמפיינט פאר'ן צד שכנגד, איז געווארן "קענטאקי פרייד טשיקן".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:31 am

לכאורה, גוט...

@טשאדעלע, זייער א אינהאלטרייכע תגובה, נישט פון דעם האב איך גערעדט מיט דיר, און ישר כח פארן בויען דעם אשכול, אקעי, יעצט צום ענין.

דו ביזט זייער שיין מסביר ווי אזוי טראמפ 'שאדט" פאר אידישע ביזנעסער, און בכלל "וויפיל אידן ארבעטן אין מאנופעקטשערונג מעיד אין די יו עס עי ווס אינדרויסן"?

דו ווייסט אויך דעם תירוץ.

אימיגראציע ביזטו אויך שיין מסביר ווי אידן ליידן פון אים, נישט בלויז וופיל אידן האבן בעבר געליטן פון די סטייל פאליסיס, און וויפיל אידן זענען זייערע דזשאבס אין געפאר פון לאטינאוס ווס אידן וואס מוזן זיי האבן און א שיינע פאר אידן מוטשען זיך מיט דעם מאנגל פון זיי?

דו ווייסט אויך דעם תירוץ.

עס איז יא דא די אלע ליבעראלע רעגולאציעס וואס פארשווערן סמאל ביזנעס אייגנטומער מאחינו בני ישראל, באט, רוב דערפון זענען לאקאלע און האבן גארנישט מיט טראמפ, און אפילו אויב עס איז דא רעגולאציעס וואס טראמפ האט אראפגענומען וואס העלפט אידן, איז עס פשטות פיצי קעגן די טאריפס אויף פארקערט.

אשר על כן איז ביי מיר ברור אז חוץ אפאר רייכע קאפיטאליסטן און זייערע משפחות, [וואס גראדע לעבט כלל ישראל און אירע מוסדות אויף די אידן, און איך סאפורט זיי זייער שטארק.] שטיצן אידן נישט טראמפ בעיקר וועגן פאליסי.

יא אמת, היימישע אידן גלייכן טאקע נישט די דעמאקראטישע משוגעת'ן בנוגע די אויתיות קאמיוניטי, איז נישט דאס זאכן וואס אפעקטירט אסאך די שטיצע פון פאליטיקאנטן ביי אנ"ש, מען קען דאס זעהן ווען אידן בייזערן זיך איבער דעם באלאזיאו רעגט מען זיך אויף זיינע עקסטערעמע רעגולאציעס, און נישט אויף זיין וויסטע ליבעראליזם אין די עניינים.

צוריק צו טראמפ, פשטות גלייכן אידן טראמפ ווי דו זאגסט, ווייל ער איז א חסיד'ישער גוי, און איך גלייב אז רוב היימישע אידן וואס שטיצן טראמפ, איך רעד נישט וואס שלינגען אים אראפ, נאר וואס שטיצן אים מיט א פעשאן, זענען פשוט נישט אויסגעשטעלט צו דעם שטראם פון נייעס פון זיינע מאסן שקאצערייען.

און די וואס יא, קען איך דיר מסביר'ן אין אישי פארוואס איך קלער אז זיי שטיצן אים.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:42 am

צל עובר האט געשריבן:אט אזוי!

ווען עס וועט זיין דער פראצעס אין סענאט, ברויך זיין ריזיגע פראטעסטן אין אלע גרעסערע שטעט אין לאנד, אזוי ווי מען זעהט אין אנדערע לענדער ווי דיקטאטורן פארכאפן זיך די מאכט מיט קארופציע.

יאפ, איך האלט ס'איז גראדע גאר גוט וויאזוי די פראסעס האט זיך אויסגעשטעלט.

קודם בנוגע די עצם אימפיעטשמענט, די צורך, און די בענעפיטן.

מען "מוז" אים אימפיעטשן (אימפיעטשן און רעמאוול זענען באזונדערע זאכן, שטייצעך מען רעדט נאר פון די חלק האימפיעטשמענט) פאר עטליכע סיבות.

1) עטיש. ער האט דורכגעפירט די גרעסטע אביוז אוו פאוער אין פרעזידענטליכע היסטאריע (אפילו ניקסאן האט ס"ה דורכגעפירט א דאמעסטישע גניבה'לע, קלינטאן אפגערעדט, סתם בעלאוני) ער האט גענוצט די פאוער אוו די פרעזידענסי און איינגעשפאנט די גאנצע גאווערמענט אינעם עפפארט צו אריינמישן א פרעמדע גאווערמענט אין אונזער עלעקשאן, לטובתו. סאו אלס פשוט עטישקייט און פאר די פיוטשער פונעם לאנד, למען ידעו דורותינו, און פאר די צוקונפט פון דעמאקראסי איז עסענשאל אים צו דערלאנגען דעם שטראף, נאדיר דעם פארשימלטן שווארצן פלעק אויפן לעגעסי פון דיין פרעזענסי פאר די רעסט אף יור לייף, און לדורות הבאים וועט מען לערנען מיט די קינדער אין אלע אמעריקאנע שולעס אז דער 4'טער פרעזידענט אין אמעריקא צו ווערן אימפיעטשט איז געווען "דאנעלד זשאן טראמפ" פארן דורכפירן דעם גרעסטן אביוז אוו פאוער אין אמעריקא. זאל מען וויסן ס'איז קיין הפקר וועלט.

2) פאליטיש. אויב געדענקסטו, ביז פעלאוסי האט געמאלדן די אפיציעלע פתיחת האימפיעטשמענט עטליכע וואכן צוריק, איז געווען כאאס ביי די דעמאקראטן.

נאכפאלגענדיג די מוללער רעפפארט האבן האלב דעמאקראטן געשריגן אימפיעטש, די אנדערע האלב האט צוריקגעשריגן כוויל נישט... ס'איז סועסייד וכו'. שיף, נאדלער, קאמינגס האבן געעפענט איין אויספארשונג נאכן צווייטן, מאיז געשפרינגען פון ראשע צו טעקס ריטורן, צו עמאניומענטס קלוז וכו' ס'איז געווען כאדאראם. אבער קיין אימפיעטשמענט איז נישט געווען און טעכניש און פאליטיש נישט געקענט זיין.

דאס האט צוגעברענגט א טאפעלטע פראבלעם. ערשטנס, די דעמס האבן זיך ארומגעפראסקעט, די דעוויזיע איז געגאנגען עד לב השמים, און צו האבן א געהעריגע אפאזיציע אין די 2020 עלעקשאן און אים דיפיעטן מוזן די דעמאקראטן זיין פאראייניגט, ופשוט הוא.

צווייטענס, יעדעס מאל סאיז ארויפגעקומען א פרישע טראמפ סקאנדאל איז אנשטאט שרייען אויף טראמפ איז די פאוקעס גלייך געווארן אויסגעדרייט אויף די דעמאקראטן, "מען האט ענק אריינגעוועלט דעם לעצטן מידטורם אדער די רעפובליקענס?!!". "If only we had a Dem majority to punish him", "עטץ ווייסט ענקערע קאנסטוץעטוציאנאלע רעכט פון אימפיעטשמענט?!!!" וכו' וכו' האט מען אזוי באוואשן יעדן קאנגרעס דעמאקראט אנשטאט דער כלב וואס האט אנגעחזירט אליין...

דאס האט דער פרישער אוקריינער סקאנדאל געסאלווד! דאס איז אן עוולה וואס יעדער תינוק בן יומו פארשטייט, און ווער נישט איז שטייצעך פאר פארטיי אדער טראמפיזעם אפיליאציע חשבונות, אשע"כ האט דאס געגעבן דעם פולן גרינעם ליכט פאר אימפיעטשמענט וואס האט אצינד סיי פאראייניגט די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי און סיי אריינגעשטעלט איינמאל פאר אלעמאל טראמפ אין די קראסהעירס פון זיינע סקאנדאלן, אנשטאט די קאנגרעס דעמאקראטן...

3) פאקטיש אפשטעלן די מעדנעס. ווייל אויב זאגט מען נישט יעצט א שארפע "סטאפ!" וועט ער עס אנע ספק נעמען צום נעקסטן סטעפ, ער'ט אינוואלוון יעדע גאווערמענט עיזשענסי און יעדע פרעמדע רעגירונג צו אנפליקן, באשמירן און אוועקלייגן יעדן אפאונענט זיינער, נוסח פוטין סלעש סאוויעט יוניען. אשע"כ אויב וויל מען נאך עני ברעקל שאנס אין א פעיר עלעקשאן האט מען געמוזט בע"כ אראפלייגן א פוס.

יעצט בנוגע די "פראסעס".

דאס האט זיך גאר פיין אויסגעשטעלט, אמער ס'איז א דבר פשוט אז די שוואכלינגען אין די רעפובליקען פארטיי קענען נישט קלערן פון רעמאוול, סאו קיין סענאט קאנוויקשאן וועט נישט זיין. אבער די אימפיעטשמענט אליין וויאזוי סאיז אויסגעשטעלט גייט נישט שאטן און אויב עפעס העלפן די דעמס אין 2020.

איז צב"ש העטעך פעטעך וואלט ווען ווען די סענאט רעמאוול אפשטימונג געווען בעפארן קאנגרעס אימפיעטשמענט וואוט וואלט אויסגעקומען אז דער סענאט עקוויט צום ערשט, דאן קומט קאנגרעס און אימפיעטשט, איז וואלט ער טאקע געכאפט דעם שטראף אבער ס'וואלט אים לדעתי גאנץ מעגליך געקענט ארויסהעלפן אין 2020, ווייל די דעמאקראטישע באזע וואלט געבליבן מיטן טעם מצה בפיו האבנדיג געשאסן דעם לעצטן פייל און איינגעשלאפן אינעם קריטישסטן סטרעטש ווען מ'דארף זייער אפמאוסט אינטעסעטי פארן עלעקשאן!

יעצט איז דאך אבער אזוי. קאנגרעס האט דעם ערשטן ווארט, מען אימפיעטשט אים, און אלע אויבענדערמאנטע פונקטן ווערן געסאלווד, מען האט אים דערלאנגט דעם פראסק פאר די היסטארי בוקס און די דעמס זענען פולי יוניפייד!

יעצט גייט עס אריבער אין סענאט, דארט הייב מיר אן צו וואטשן דעם סירקוס. מ'האמיר פון איין זייט א זשאנסאן וואס זאגט ס'באזארגענדע אלעגעישאנס וואס מ'דארף "אריינקוקן"... א רוביא וואס טוויט שטארקע פסוקי תנ"ך..

און פון די אנדערע זייט האמיר א דיטש מיטש וואס מירמעלט "כ'זעה נישט גארנישט אזוי געפערליך".. א קענעדי וואס געבט אזא קוויטש מיט זיין סקוויקי בעבי שטימע "ריעד די טרענסקריפטס".. א לינדזי גרעהם וואס שרייט "כ'האלט נישט ביים ליינען די טעסטימאוני טראנסקריפטס"... מ'האמיר דעם הייליגן "ליבערטעריען" רענד פאול וואס פלוצלונג איז ער דא מיט א נייע פריאריטעט אז די "גאווערמענט זאל אויפגראבן די פראטעקשאן פון די פריוואטע וויסלבלויערס".. מ'האמיר דעם אלטן טשאק גרעסלי וואס האט נישט באקומען די לעיטעסט אפדעיטעד טאלקינג פוינט מעמאו און טענהט חי וקיים, "נאו קוועד פרטו קוואו"... נאכדעם האמיר א גרופע וואס זינגען "טאקע דא אביוז, טאקע פארען עלעקשאן אינטערפערענס, טאקע קוויד פראו קוואו, אבער... נישט אימפיעטשעבל"..

דער גאנצער כאאס גייט דער אמעריקאנער פובליק מיטהאלטן מיטן פולן פאמפע און צוזעהן אזא נישמיר נישדיר "עקוויטל"..

די לעצטע מאוו גייט פארזיכערן די פארקערטע אפעקט, די טראמפ וויילער גייען זיך שפירן היבש "סעטעספייד", אמער, זיי האבן דאך אפגעהאלטן א גרויסע "זיג", טראמפ איז עקוויטעט.. מיטש מעקאנעל, זשים זשארדען, לינדזי גרעהם און מעט גאעטז זאגן אלע בפירוש טראמפ איז עקוויטעט, הוברר הדבר אז דעיר איז נאטינג ראונג, פערפעקט קאול!! איז אויב נישט טאטאל איינשלאפן וועט עס עטליעסט שטארק אראפסלאוען זייער מאג"א אינטעסעטי פון זייער זיך אננעמען פארן "באקריוודעטן" וואילער פרעזידענט.

די דעמאקראטישע באזע ווידער וועט דאס נישט אזוי גרינג אראפשלינגען, זיי וועלן נישט מוחל זיין די קאראפשען פארווישעריי זשאסט פאר פארטיי לקיקה, און זייער בלוט פרעשור וועט זיך הייבן זשאסט אין טיים אין ברען פונעם עלעקשאן סייקל.. און נישט אויסגעשלאסן אז סענאט קומטנאריין פולי אין פלעי אין אזא פאל...

ונזכה ונחי'..
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:48 am

הערליכע ארטיקל @כאפצעם.

אז מען טראכט אריין, רענד פאול'ס סוויטש פון פרא וויסלבלאועריי צו אנטי וויסלבלאועריי,איז לכאורה נאך גרעסער ווי לינדזי'ס סוויטש פון אנטי טראמפ צו פרא טראמפ.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 11:29 am

פיינע אשכול! כ'האב נישט געטראכט אז איך וועל אזוי הנאה האבן פון א ריזיסטענס אשכול... זייער אינטערעסאנט, קלאר, און צו דער זאך! קיפ אפ!
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:19 pm

כאפצעם, א דאנק פאר דיין לאנגע תגובה, פיין געשריבן!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:31 pm

אן ארטיקל פון די וואשינגטאן עקזעמינער (שטארק פרא טראמפ געווענליך, מסתמא דער קאלומניסט איז נישט, כ'קען אים נישט) ברענגט ארויס אז די רעפובליקאנער וואס האלטן זיך אן מיט טראמפ'ן, וועט ער זיי אראפשלעפן אין תהום רבה ווי אן אנקער:

Gov. Matt Bevin’s loss should send a message to embattled Republicans in Trump Country: President Trump is not going to save you if you're drowning.

Republicans’ loss of both chambers of Virginia’s legislature should send a message to Republicans in the rest of America: Trump is going to drag you down like an anchor.
Since Trump’s shocking upset win in November 2016, the story of politics in America has been pretty simple: Democrats win, Republicans lose.
The explanation is pretty simple, too: Trump has made Trump voters, but not Republicans, out of working-class independents and Democrats, and he has made Democratic voters out of independents and Republicans. Trump has also motivated Democrats to unprecedented levels.
The net effect is a massive shift of the electorate towards Democrats.
To be perfectly clear, Trump didn’t cause Bevin to lose in Kentucky on Tuesday. Bevin did that. But Trump tried and failed to save Bevin. Bevin tried to use Trump as a life raft. Bevin sank despite Trump’s popularity in his state.

Bevin was a remarkably unpopular governor. He ran far behind all the other Republicans running for statewide offices in Kentucky — they swept every office except governor. Bevin was extraordinary also in how furiously he tried to ride Trump’s popularity.

That’s understandable: Trump is amazingly popular in Kentucky. Consider the numbers over the past decade or so. Sen. Rand Paul’s two statewide wins have been by margins of 15 and 11 percentage points. Mitch McConnell’s two wins have been by 16 and 7 percentage points. John McCain won by 17 points, and Mitt Romney won by 22 points. But Trump carried the state by a massive 30 points in 2016.
A down-on-its-heels, opioid-ravaged, working-class, alienated electorate found its champion in Trump.
So Bevin thought that by attaching himself to Trump, he could overcome his own electoral gravity. Bevin somehow tried to run on opposing impeachment. He campaigned on restricting immigration and gave his opponent the Trumpian nickname “Li’l Andy.” Bevin's ads regularly pictured him and Trump together. The governor even wore an ugly jacket emblazoned with many images of Trump’s face.
The two polls this fall showed either a tie or a Bevin lead. So Bevin brought in Trump for a massive rally the day before Election Day. Trump failed to help Bevin enough.
There's a bigger story here. In general elections, Trump’s popularity among the white working class translates into one thing only: votes for Trump.
Trump’s core supporters — the type of people he brought out of the political woodwork to give him victories in Pennsylvania, Michigan, Ohio, Iowa, and Wisconsin — still aren’t Republicans. They’re just Trump voters. And that doesn’t mean they’ll listen to Trump’s endorsements, either. It means they’ll vote for Trump, and that’s it.
In Kentucky, the standard Republican gets about 55%. Bevin’s poor first term lost him enough points to drag him below 50%. Had he been able to tap into Trump’s well of independent and Democratic voters, he could have won. That didn’t happen, because Trump voters are just that — Trump voters.
In Ohio, some blue-collar places that had voted Obama and then Trump have swung back, voting on Tuesday for Democrats.
We saw the same thing clearly in Michigan a year ago. Trump in 2016 famously outperformed past Republicans in nearly every county in that state, swinging 12 counties from blue in 2012 to red in 2016. Come the governor’s race in 2018, half of those counties swung back to blue, and the rest gave back most of their GOP gains. Macomb County, the most populous such county, swung 16 points to Trump in 2016, and then 15 points back to Democrats in 2018.
These back-and-forth counties are white and working class. The results in 2018 and 2019 don’t mean the white working-class independents have soured on Trump. They mean that the populist love of Trump was never a love of the GOP. In Michigan, that meant a Trump win in 2016 and Democratic wins in 2018.
While Trump didn’t bring working-class white America into the GOP, he has caused a partisan realignment elsewhere: driving upper-middle-class white America out of the GOP.
Democrats took over Virginia’s state legislature on Tuesday, in part by finishing their conquest of suburban Virginia. In Southeastern Pennsylvania, Democrats took over the county council in suburban Delaware County.
For Trump, it may look like an even trade: lose the wealthy whites and gain the working-class whites. But for the rest of his party, it’s one-sided: lose the wealthy whites but don’t gain anything.

It seems that once again, the folks who entered into a partnership with Trump are coming out on the losing end.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 13 געסט