בלאט 1 פון 30

חצות הלילה ואילך - אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 1:55 am
דורך אלעקסיי
דעים אשכול עפען איך זייענדיג אונטערן איינדרוק פון ארום שמוסען מיט בני היכלא'ן, דא וועט מען קענען שמועסן איבער אלץ און אלעמען מ'כ'חצות הלילה ואילך. מסכים אלע? ווער עס איז נישט מסכים זאל זיך אנרופען!

אקעי, איך זעה אז יעדער איינער איז מסכים דא, פראטאקאלירט, באשטעטיגט, אנגענומען איינשטימיג.

הויב מיר אן:

בני היכלא, תיקון חצות האט מען שוין געפראוועט? אדער חודש אדר דרייט מען זייך ארויס מיט אן אמתלא???

הוספה: אזוי ווי די עולם איז זייער קאנפיוסט ביז ווען מען מעג שרייבען דא, לייג איך צו א סעיף צום אשכול, אז:

לכתחילה קען מען נאר שרייבען ביזן עלות השחר,

בדיעבד ביזן נץ החמה,

און אין לך דבר העומד משום פיקוח נפש, קען מען שרייבען ביז חצות היום אויכעט, עס איז נישט פון די ג' חמורות.

נאך א זאך, איך האב ספעציעל געשריבען מ'כ'חצות הלילה, אזוי אז איינער איז זייער מיד קען מען שוין אריינשנאפסען אפאר מינוט פריער אויכעט, אנצוגרייטען די מקום, אויפקערן, מסדר זיין די בענקליך, וכו'.

איך האף אז יעדער וועט הנאה האבן פון די נייע מקום, וחפץ ה' בידינו יצליח להגדיל קרעשטמע ולהאדירה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:10 am
דורך אלעקסיי
שוין געזעצט פראווען דעים תיקון, אזש מען האט שוין קיין צייט מגיב צו זיין, העמיר ווארטען אויף מארגען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 2:29 am
דורך לאקשען ברעט
יא די חברה האבען מיר געטאוד די קאר ווייל זיי האבען זיך איינגערעדט אז זיי דארפען קלינען די שניי
געהעריגע אנטיסעמיטען
92 דאלער קאסט די טיקעט ווער עס וויל זיך משתתף זיין קען עס שיקען צי מיר אויף "פעי פאל"

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:11 pm
דורך סאכדעס
קומט מיר פאר אז א קליין עולם וועקן זיך צו חצות,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:30 pm
דורך איך_הער
סינאכנישט חצות, עמער ארויס גיין פון דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:32 pm
דורך סאכדעס
דוקא קעמען בלייבן דא, שלא תהא כהנת כפונדקית

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:33 pm
דורך איך_הער
איך גלייך נישט צו זיין 'אויבערחכם', כ'וויל פלעין זיין איך הער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:34 pm
דורך סאכדעס
איז ביסטו אן אונטער-חכם?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:35 pm
דורך איך_הער
פאר די נעקסטע תשובה, עסטע מוזן ווארטן עטליסט ביז חצות, נאכדעם עמער זעהן ווייטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:36 pm
דורך סאכדעס
איך האב פיעל צייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:42 pm
דורך לאקשען ברעט
פין ווי האסטו עס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 9:59 pm
דורך קרעמער
הערה בעלמא: חצות די טעג איז בערך איינס אזייגער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 11:15 pm
דורך אלעקסיי
העמיר מוזען ווארטען נאך א 3/4 שעה, איי איי איי...

קען מען טאקע נישט טרעפן קיין איין שיטה וואס זאל האלטען אביסעלע פריער? (אדער אביסל שפעטער פאר בני היכלא...)?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 11:19 pm
דורך זיידעניו
נאדיר די קאמארנע שיטה און קענסט שוין

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 11:23 pm
דורך אלעקסיי
קאמארנע איז דאך א שעה שפעטער, נישט אזוי זיידי?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 2:23 am
דורך בני היכלא
אלעקסיי
פונקט ווען איך בין ארויס פון קרעטשמע, האסטו געוואלט כאפן א שמועס, נו שוין, עני יוניט עוועילעבעל נאו?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:08 am
דורך אנדי פעטיט
איך בין דא. ס'דאך נאך חצות יעצט, ניין? וואס הייסט? מ'האט צוריק געדרייט די זייגער צו פאר חצות?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:20 am
דורך אלעקסיי
איך בין אויך דא. כאפ מיר א טענצל???

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:57 am
דורך סאכדעס
דו גיבסט דאך לחיים

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:38 am
דורך איך_הער
WOW אנדי האט א פוינט, דער פותח האשכול, שרייבטעך קלאר אז מ'קען דא שרייבן פון נאך חצות הלילה, ער שרייבט אבער נישט ביז ווען, סאו מעג מען קלאר שרייבן דא. דערווייל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 11:43 am
דורך דארפסמאן
איך זעי אז מען שרייבט מער פאר חצות ווי נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 12:23 pm
דורך אנדי פעטיט
דארפסמאן האט געשריבן:איך זעי אז מען שרייבט מער פאר חצות ווי נאך
וואו זעהסטו?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 7:30 pm
דורך סאכדעס
ס'איז איצט נאך חצות פונקט ווי נאך חצות...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 9:37 pm
דורך איך_הער
אז איינער וועט אריין קומען דא אין צוויי אין א האלב שעה ארום, קענער דא שרייבן א תגובה בשמי, בלא אחריות ובלא תופסא דשטרא.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:59 pm
דורך אלעקסיי
11:59, אדם טועה בשעה ומשהו.