גריסן און שמועסן
שבת נובמבר 14, 2009 11:59 pm
איך האב רחמנות אויף האניג מיטן גרוש אז זיי דארפן אליינס טראגן דעם עול פון דעם גאנצן אשכול, עבעך מיך משטטף זיין
Advertisement
זונטאג נובמבר 15, 2009 12:09 am
אההה! א גרויסן דאנק ר' הייליגע אויגן! האסט אראפגענומען א עול שאין דוגמתו פון מיינע לייצעס! יעצט קעמיר גיין שלאפן אן דעם וואס קרעמער וועט בכלל כאפן...
זונטאג נובמבר 15, 2009 12:45 am
אבער איך וועל כאפן
זונטאג נובמבר 15, 2009 12:50 am
נע! קיינמאל! איך שלאף מיט אפענע לעקטער!...
זונטאג נובמבר 15, 2009 12:56 am
דארפסטע גיין אינעם לעכטיג אשכול
זונטאג נובמבר 15, 2009 1:06 am
נו, שיקזשע מיר אהין, וואו גייט מען?
זונטאג נובמבר 15, 2009 1:14 am
זונטאג נובמבר 15, 2009 1:28 am
אה! טשכוח!
זונטאג נובמבר 15, 2009 1:29 am
פאר א קאלעגע קרעטשמער, עניטיים
זונטאג נובמבר 15, 2009 1:38 am
א שמייכל שענק איך דיר. זעסט?
זונטאג נובמבר 15, 2009 2:45 pm
דאנקע שעהן
דינסטאג נובמבר 17, 2009 12:48 am
פשיהאא, איך ךמוז זאגן אז די קרעטשמע האצעך אסאך געטוישט אין די לעצטע צייטן, אין גאנצע צוויי מעסלעס האט קיינער נישט באזוכט אין דעם אשכול, דערוילעם האצעך אנגעהויבן לייגן פריער זעט אויס
דינסטאג נובמבר 17, 2009 11:59 pm
מיר האלטן אצינד א שעה נאך חצות בערך א שעה פארבליבן צום אשמורת הבוקר וואס אויף דעם שטייט אז הקב''ה איז שט בעולם הזה, ביום ר''ח כסליו הבעל''ט וואס הכל בתר רישא גריר, דאס מיינט אז עס איז אריבער א גאנצע חודש פונעם ווינטער זמן דאס מיינט 30 ווינטער נעכט פון 12 שעה לאנג דאס מיינט 360 שעה קדושת חוה''מ, 360 שעה וואס עס שטייט דערויף אל יאבד אפי' אחת מלילותיו, 360 שעה וואס עס שטייט דערויף לא איברי לילה אלא לגירסא, 360 טונקעלע שעות, עס כאפט א פחד וויאזוי האט מען אויסגענוצט די שעות? מען האט ליידער נישט געלערנט קיין איינס דערפון, (יעצט דערמאנט אז איין פארטאגס האט מען ב''ה יא געלערנט פון 10 מינוט פארן עלות ביז 5 מינוט נאכדעם און מחבר געווען לילה ליום בלימוד
מען האט ליידער נאך נישט זוכה געווען צום זיסן גמרא טעם אין א ווינטער נאכט דעם תש''ע, מען האט נאך נישט זוכה געווען זיך אויסצובעטן אין די עת רצון, ליידער נאכט נאך נאכט האב איך נישט קיין שום פארוואס איך זאל מיר יאגון צו גיין שלאפן, וועם (חוץ די בוכ''ע) גייט אהן וואס איך טוה? ווער (חוץ איך) גייט מרויח אז איך גיי שלאפן איך פעניע ליידער אזויווי יעצט אויפן אינטערנעט, אצינד האב נאך נישט קיין געדולד צו גיין שלאפן, עס איז באמת שווער, געלט מאכט מען נישט, מען שטייט בלא חומה בלא שמחה ווי די גמרא אין יבמות רופט עס אן, מען זיצט און מען הערט פינקי וועבער,
פון איין זייט דרינגט עס אריין אין די טיפע סטרונעס פון הארץ און ברענגט ארויס די געפילן אויפן העכסטנס,
פון די אנדערע זייט ברענגט עס ארויס אנזעץ וויפיל פאר אידישקייט מען האט שוין אויפגעטוהן אין די לעצטע 23 יאר פון ווען מען האט מסכים אראפצוקומען אויפן עולם השפל נאכן ווערן באשוואוירן תהי צדיק ואל תהי רשע, וויפיל נעכט אין דעם חודש האט מען ליידער מחמת המצב פוגם געווען במחשבה ד''מ, לאמיר האפן די קומענדיגע ניינציג יאר צו לעבן א חיי נחת מיט :
בני ברוכי
חיי אריכי
מזוני רויחי
בריות גופא
נהורא מעליא
שלו' בית
געזונט
נחת
נישט קיין שום צער כל דהו,
קיין קרעכץ,
שמחה בגשמיות רוחניות, פיזיש, גייסטיש, געפיליש, אמת'דיג
ביי אונז און גאנץ כלל ישראל בלי שום יוצא מן הכלל, מיר אלע זאלן זוכה זיין צום ישועה כלליות ופרטיות, עס זאל שוין זיין תאיר כאור יום חשכת לילה,
מיטוואך נובמבר 18, 2009 12:40 am
טייערער חבר, פארשטיין דיין צער איז אוממעגליך,
אזאנס מיטצומאכן טאג טעגליך?
דער הויז ליידיג, נאר וואנט און דאך,
אוי, ווי האלט מען אויס אזא זאך?
ווען ענדיגט זיך נאכט, און אויפשיינט דער טאג?
נאך אזויפיל ענגשאפט, אן ענדא צו דיין פלאג.
א הארץ איז דען פון שטיין?
מיט דיר, מיין ליבער, איך וויין.
א ישועה, טאטע, פון וואנען?
ווער ווי דו פארשטייסט, מלך חנון.
אבער, ווער קען דען אפשאצן דיין חלק,
דאס מסירות נפש צו בלייבן הייליג.
ידידי, אויב מ'קען צולייגן א פלייצע,
הער נאר אויס א חבר'ס עצה.
עס איז קיין הילף, דער טאן דעם שארפן,
טוטסט זיך דאך אזוי פארווארפן.
דער רבוש"ע מעסט לויט'ן יכולת פון די שעה,
אין הקב"ה בטרוניא בא.
אונזער טאטע ווייסט וואו דו שטייסט,
דעריבער זיי ביי זיך פעסט און דרייסט.
אויף טאטי'ס פלייצע גיב זיך א שליידער,
ברחמיו וועט אט ווערן סדר.
א שטוב וועסטו בויען שיין און פרעכטיג,
דור ישרים יבורך, און אלעמאל לעכטיג.
דער באשעפער זאל באשיינען באורו הבהיר,
אט וועט שוין זיין, לילה כיום יאיר.
אנדערש זאלסטו נישט קלערן,
נאר אט וועלן מיר א שמחה פון דיר הערן.
אט אט, הנה זה בא,
וועט זיך וואונטשן 'מזל טוב' און א גוטע שעה.
שטארק זיך,
וואונטשט
שטארק זיך.
מיטוואך נובמבר 18, 2009 1:28 am
ערעב שטארק זיך,
נאה הם הדברים למי שאמרם, דו פארדינסט זיך ערליך דעם נאמען וואס דו האסט געקליבן
עס זענען מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן, פון ביידע, סיי פון גרוש'נס ווייטאג, און סיי פון דיינע טייערע טרייסט ווערטער.
און יעצט אפאר ווערטער פון מיר, איך בין מסכים מיט ר' שטארק זיך, מען טאר נישט זיין אזוי שארף מיט זיך אליינס, דו גייסט אצינד אדורך שווערע צייטן, איך פארשטיי דיין צער, פיין און ווייטאג.
אבער וויסן זאלסטו, לפום צערא אגרא, נאר אין יאוש זאלסטו נישט אריינפאלן, ביסט נאך יונג, און עס ווארט דיר נאך א לאנג גליקליך לעבן בעז"ה. אמאל דארף מען מער מיטמאכן אין די אינגערע יארן, אלס בעסער ווי ווען עס פאסירט אין די עלטערע יארן. אבער דער עיקר איז זאלסטיך שטארקן, דו האסט דא א פיינעם מקום פון אידן וועלכען ווילן זיך ארויסהעלפ איינער דעם צווייטן, נוץ עס אויס אזוי ווי עס באדארף צו זיין.
דער אויבערשטער זאל דיר אוודאי העלפן אז בקרוב זאלסטו אונז קענען מבשר זיין גוטע בשורות טובות, און זאלס שטענדיג וויסן נאר פון טוב וחסד, וועלכע זאלן דיך רודפן כל ימי חייך.
פון דיין ליבער פריינד
טהור עיניים
מיטוואך נובמבר 18, 2009 8:53 am
יוי, איך גלייב נישט,, כאב געמיינט אז די גאנצע זאך האט נאר פאסירט אין חלום,
איך האב טאקע געשריבן דעם גראם!?
מיטוואך נובמבר 18, 2009 9:46 am
קען זיין אז איינער נוצט דיין ניק, דו האסט עס לכאורה נישט געשריבן, עניוועי איך זעה אז עס מעגליך נישט צו זיין אין די מצב און עס פארשטיין
מיטוואך נובמבר 18, 2009 7:03 pm
זאל איך גיין שלאפן? און אויסנוצן די הייליגע ווינטער נעכטת אדער אהער כחצות הלילה?
מיטוואך נובמבר 18, 2009 8:16 pm
ערעב גרוש, איך ווארט דא אויף דיר, אפשר וועל איך דיר קענען אביסל לינדערן דיין איינזאמקייט
מיטוואך נובמבר 18, 2009 8:18 pm
יא יא טהור עינים
מיטוואך נובמבר 18, 2009 10:45 pm
טהור טהור אי' הבטחתך? אי' הקדשה? אי' מקום כבודך? אי' שרה אשתך? אי' מצא אשה מצא טוב ויפק רצון מה', ?
מיטוואך נובמבר 18, 2009 10:55 pm
אוי, איים סארי, איך האב נישט באמערקט אז דו ווארטסט פאר מיר, איך בין געווען פארזונקען אין די תהומות פון קרעטשמע
מיטוואך נובמבר 18, 2009 10:57 pm
טהור'ל טהור עינים טהור לב
מיטוואך נובמבר 18, 2009 11:15 pm
טהור,
דערמאנסט מיר די טייטש אויף אי' הקדשה היא בעינים על הדרך
שבת נובמבר 21, 2009 11:56 pm
איינער לעבט?