בלאט 1 פון 2

ונותנים באהבה רשות זה לזה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:44 pm
דורך יש בו
ס'איז דאך באקאנט פאר יעדן אז היינט איז א וועלט וואס איז נאר דא א רבים, וואס די רבים (פאבליק) האלט דאס איז פאקט, די דעת היחיד איז קיין מיינונג, אין פאל די רבים האט נאכנישט קיין מיינונג, דארף מען מאכן א נושא דערפון, אויספרעגן יעדן, זיכער מאכן אז וואס איך טו דאס איז יעדן'ס מיינונג, :roll:
אויב נישט, רופט זיך דאס אין אמעריקע פאני, :cry:

למשל, איך זיץ אין קאווע שטיבל אין דער אנגענומענער חכם האט געזאגט א גוטס, דער עולם לאכט, איך האלט גראדע אז ס'איז סטופיד, אבער אז דער עולם האלט אז ס'איז א גוטס מסתמא איז עס טאקע, :lol:

נאך א משל, מיין שבת'דיגע ווייסע זאקן איז שוין אפּגעשאסן די קאליר דערפון, אבער נאר דארט ווי די שיך באדעקט עס, אמאליגע צייטן וואלט מען געקויפט נייע, אבער היינט ווען נאר דער יעדער איז א מיינונג, איז למעשה זעהט דאך קיינער נישט אז די זאקן איז שוין אפּגעשאסן, סא דער עולם האלט אז ס'איז נאך גוט, מוז מען אנעמען אז דאס איז דער פאקט, :x

למעשה האט דאך יעדער יחיד אן אייגענע מיינונ אויך, נאר מ'איז זיך מבטל פאר'ן דעת הרבים, אבער ס'קומט אויס אפאר מאל ווען ס'איז שווער צו אנעמען די דעת רבים,
אבער די רבים זענען דאך די פוסקי הדור,
לכבוד דעם פראבלעם האמיר אוועקגעשטעלט דעם אשכול ספעציעל דעזיגנירט, אויב אין פאל איינער וויל א הוראת שעה צו טוען אנדערש ווי די רבים, קען ער דא פרעגן רשות, :?:
ס'בעסער מ'זאל ארויסשרייבן אלע צדדי הספק אז דער עולם זאל קענען פסקענען כדין,
וזה החלי,

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:45 pm
דורך יש בו
היינט איז נאך פאר חצי אלול אבער צופרי פיל איך אביסל קאלט ווען איך גיי ארויס פון שטוב, איז מיין שאלה צו איך מעג שוין אנטוען מיין קוטשמע,
די צד אז נישט איז ווייל ביי עולם איז אנגענומען אז אפילו בשעת שמד טאר מען אנטוען די קוטשמע פאר איסרו חג סוכות,
למעשה איז מיר זייער אומבאקוועם, וויל זייער שטארק בעטן די עולם זאל מיר מתיר זיין

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:49 pm
דורך קלאָצקאָפּ
מותר לך, מותר לך, מותר לך!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:50 pm
דורך יש בו
יעצט האביך שוין מורא פאר גילוי

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:39 pm
דורך סארקאזי
אסור בשום אופן. כוועל זיך שעמען משדך צו זיין מיט דיר.
אפילו ווינטער איז עס אויך נאר מותר פאר א געוויסע טיפ.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:21 pm
דורך בלינצע
פון מיין זייט קענסטו גיין די אפגעריבענע ווייסע זאקן אויפן קאפ, און די קוטשמע אויף די פוס.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:26 pm
דורך יש בו
סארקאזי האט געשריבן:אסור בשום אופן. כוועל זיך שעמען משדך צו זיין מיט דיר.
אפילו ווינטער איז עס אויך נאר מותר פאר א געוויסע טיפ.

איך גיי ניסלעך פאר די טיפ,
שוגע קיוט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:01 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
יש בו האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אסור בשום אופן. כוועל זיך שעמען משדך צו זיין מיט דיר.
אפילו ווינטער איז עס אויך נאר מותר פאר א געוויסע טיפ.

איך גיי ניסלעך פאר די טיפ,
שוגע קיוט

דעיס איז געווען די סטופיד דזשוק היינט צופרי?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:29 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
אה די ביסט עס געװען דארט מיטן קוטשמע הײנט? נע, פאר דיר העט עס שױן נישט שאטן

טוה דיר שױן אָן די שאל אױך, װער װײסט, אפשר העט דיר נאך געלונגען א ברעטל פאר די הײליגע טעג

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:02 am
דורך יש בו
צ.ק.

נעכטן מאנטאג האב איך געגעסן מילכיג פאר סאפיר, כ'האאב געוואלט נעמען א קאפי ביי מנחה מעריב, אבער אזוי ווי כ'האב נישט געפרעגט רשות האב איך מיר איינגעהאלטן,
קען איך יעצט בעעטן רשות פאר נעקסטע מאל? אדער דארף מען יעדע מאל עקסטער בעטן רשות?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:35 am
דורך Think and Thank
די שאלה איז אלס די קאווע ביי מעריב בעצם (אויף וואס כמה פוסקים זענען מקיל), אדער אלס עסן מילכיגס פאר נאכטמאל אום מאנטאג?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:06 pm
דורך נישט פשוט
פיינער אשכול דאס.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:24 pm
דורך נאך פונדערהיים
אויף אזא אשכול ווערט דאך פארציילט די באקאנטע געשיכטע מיטן אייזל אויף די פלייצע....


שוין, פאר די וואס קענען עס נישט:

געווען אמאל א איד וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אויף א ווייטע וועג צוזאמען מיט זיין קליין אינגעלע, אבער האט בלויז פארמאגט איין אייזל, האט ער זיך ארויפגעזעצט אויפן אייזל און געלאזט דעם זון גיין צופיס נעבן אים.

אינמיטן וועג שטעלט אים אפ א פארבייגייער, היתכן? אזא קליין קינד לאזטו זיך שלעפן צופיס, אינדערצייט וואס דו זיצט זיך אזוי באקוועם אויפן אייזל? נו, גערעכט איז גערעכט, גייט ער אראפ פונעם אייזל און גיבט איבער דאס פלאץ פארן אינגל, ויסעו.

נאכן גיין נאך א שטרעקע קומט אקעגן נאך א איד און ער באמערקט וואס דא טוט זיך, ער קען זיך נישט איינהאלטן און ער גייט צו צום פאטער מיט אן ערנסקייט, זאג נאר, אזוי לערנסטו פאר דיין קינד דרך ארץ? אז ער רייט אויפן אייזל און זיין טאטע דארף גיין צופיס? יאפ, א גוטע טענה, באשלוסט דער טאטע אז ער וועט אויך ארויפיין אויפן אייזל, ושלום על ישראל.

גייט נישט דורך קיין האלבע שעה און זיי באגעגענען א וואנדערער אויפן וועג, ווי נאר ער קומט נענטער הייבט ער אן מאכן קולות, זענט עטס אינגאנצן אויפן קאפ געפאלן? מיט צוויי חברה אויף זיין רוקן בלייבט עטס באלד אן א אייזל, עטס ווילסט ער זאל ענק אפ'פייגערן אינמיטן וואלד? טאקע נישט קיין מהלך.

נישט דער טאטע, נישט דער זון, נישט ביידע, טראכט דער טאטע צו זיך, פארבלייבט נאר איין עצה.

ער הייבט אונטער דעם אייזל, לייגט עס ארויף אויף זיין פלייצע, און שלעפט עס אזוי ביז אין שטאט אריין.


לקיים מה שנאמר "ונותנחים באהבה רשות זה לזה"...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:55 pm
דורך יש בו
Think and Thank האט געשריבן:די שאלה איז אלס די קאווע ביי מעריב בעצם (אויף וואס כמה פוסקים זענען מקיל), אדער אלס עסן מילכיגס פאר נאכטמאל אום מאנטאג?

עכט דארף מען לכתחילה פרעגן אויך וועגן די סאפיר, (אפשר ביז אפאר יאר וועט מען בכלל דארפן פרעגן יעדן טאג וואס מ׳זאל עסן פאר סאפיר,)
אבער ס׳איז געווען אן עמערזשענסי, כ׳האב מיר אליינס ג׳פסק׳נט אז ס׳איז נישט ביהרג ואל יעבור,
אדרבא אויב איז דא חולקים, זאל מען קומען זאגן,

אפשר וועט מען דארפן ס׳אשכול אין ידיעות התורא

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:05 pm
דורך אחת ואחת
סאפיינע אשכול דאס

כמותו ירבו באייוועלט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:36 pm
דורך פאקטען
יש בו האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:די שאלה איז אלס די קאווע ביי מעריב בעצם (אויף וואס כמה פוסקים זענען מקיל), אדער אלס עסן מילכיגס פאר נאכטמאל אום מאנטאג?

עכט דארף מען לכתחילה פרעגן אויך וועגן די סאפיר, (אפשר ביז אפאר יאר וועט מען בכלל דארפן פרעגן יעדן טאג וואס מ׳זאל עסן פאר סאפיר,)
אבער ס׳איז געווען אן עמערזשענסי, כ׳האב מיר אליינס ג׳פסק׳נט אז ס׳איז נישט ביהרג ואל יעבור,
אדרבא אויב איז דא חולקים, זאל מען קומען זאגן,

אפשר וועט מען דארפן ס׳אשכול אין ידיעות התורא


געב אפאר יאר מ'וועט זאגן "אקעי גוגל".. וואט איז מיי מאאד פאר סאפער טאדעי.. סע..סע..מי-טי..טשי..קען-וויט-מע..ש-פא..טעי..טויס
און דער עולם גולם וועט דאס עסן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:02 pm
דורך לפנות בוקר
איך האלט אז א קאפי איז בכלל נישט גוט גלייך נאכן אויפשטיין מיז איך עס נאך אלס טרינקען?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:37 pm
דורך Think and Thank
ניין, בלייב שלאפן נאך אפאר שעה ביז ווען עס איז שוין גוט...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:17 pm
דורך לפנות בוקר
Think and Thank האט געשריבן:ניין, בלייב שלאפן נאך אפאר שעה ביז ווען עס איז שוין גוט...

:roll: :lol: :lol:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:31 pm
דורך יש בו
בע״ה וועל איך זיין אין אומן אויף ראש השנה,
איך וויל פרעגן אויב איך מעג גיין פלעין מיט א בעקיטשע אן א קיטל?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:58 pm
דורך תן חיוך
חחח אין אומאן אזעלכע שאלות?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:00 pm
דורך שמואל בארג
יש בו האט געשריבן:בע״ה וועל איך זיין אין אומן אויף ראש השנה,
איך וויל פרעגן אויב איך מעג גיין פלעין מיט א בעקיטשע אן א קיטל?


יא, ווייל דער מנהג שטאמט נישט פון ברעסלאוו, ס'קומט פון די בני אר"י וואס געפינען זיך דארט.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:04 pm
דורך קאנסילמאן
יש בו האט געשריבן:בע״ה וועל איך זיין אין אומן אויף ראש השנה,
איך וויל פרעגן אויב איך מעג גיין פלעין מיט א בעקיטשע אן א קיטל?


פרעגסט לגבי הלכה, השקפה, מנהג, נארמאלקייט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:50 am
דורך Think and Thank
נארמאלקייט אין אומאן? :roll:

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:58 am
דורך היט-אפ מויל & קיפעד
יש בו האט געשריבן:בע״ה וועל איך זיין אין אומן אויף ראש השנה,
איך וויל פרעגן אויב איך מעג גיין פלעין מיט א בעקיטשע אן א קיטל?


קענסט גיין אהנע הויזן אויך. נאו פראבלעם.