יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:02 pm

פארוואס עפעס נאר אינדערהיים ביים סעודה?
איר קענט גיין קיין צפת וכדו' און זיך דרייען דערמיט געהעריג אויפן גאס, קיינער וועט אייך נישט אויסלאכן.
אויכעט וועט מען אייך צושטעלן שיעורים אין קבלה מיט געווירצן און די זייט איר וועט זיך פילן זייער הויעך...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:03 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:צו אנשים פשוטים דארפן גיין מיט ווייסע בעקיטשעס שבת בין איך נישט זיכער אז אונדזערע רבי'ס האבן עס געוואלט, הגם איך ווייס נישט טאמער ס'וואלט זיי שטארק געבאדערט טאמער א יחיד גייט פאר זיך אינדערהיים מיט בגדי לבנים.

אבער איך וויל אדרעסירן א געוויסע געפיל וואס קומט אריין אין הארץ ווען מ'הערט אזעלכע גערעדיכצער:

ביי עובדי השם אידן וואס זוכן צו זיין נאנט צום אייבערשטן, אבער זיי זענען ארומגענומען מיט כמה שיעובדים, הן פון די קהילה ווי מ'באלאנגט צו פון אייגענע חברים מיט וועם מ'דרייעט זיך, די ווייב, אדער אסאך מאל פון זיך אליינס... די אלע שיעובדים צוימן איין די מענטש אז ווען ס'קומט ווען ער וויל זיך אמאל מתפשט זיין און טוען לויט זיין אייגענע געפיל און טעיסט, אין יעדע הינזיכט אין עבודת השם, האט ער געוויסע אינערליכע מעצור וואס זאגט איהם 'אויב ווילסטו בלייבן אנגענומען און מסודר צווישן דעם עולם מוזסטו אויפגעבן אויף געוויסע תשוקות און התפשטות, דו קענסטיך נישט אינגאנצן פארשפרייטן אן קיין גרעניצן'.

ווען אזא סארט איד לייענט דעם אשכול, קען אמאל געשען אז ס'זאל זיך אנצינדן א געוויסע פארדרוס אין זיין הארץ אויף די נושא, פילנדיג 'וואס וויל דער כותב דא? איך זאל זיין א משוגענער? אפילו איך וויל נאכגיין מיינע משוגעתן, קען איך נישט, ס'פשוט אוממעגליך' ערגעץ ווי שפירט מען א שטילע קנאה געפיל אז 'קוק דער האט השגות ער קען נאכגיין זיינע רוחניות'דיגע תאוות, אוטש ס'טוט וויי! פארוואס קען איך נישט?? ניטאמאל קען איך טראכטן אין דעם ריכטונג...

מהאי טעמא וועלן מענטשן אסאך מאל אראפרייסן מיט אזעלכע אויסריידן ווי 'נישט משנה זיין' וכו' וכו', ווייל דאס שטילט אפ זיין צער, אז אפילו 'דו' מעגסט אויך נישט, און קום מיר נישט איינרעדן אז ס'דא א וועלט פון אידן וואס האבן די בריאה אין טאש אין קענען טוען יעדע משוגעת ככל העולה על רוחם.

די זעלבע אידן וואס שרייען דא 'מסורה' וכדו' ווען ס'קומט צו צענדליגע אנדערע זאכן האבן זיי נישט עכט קיין פראבלעם דערמיט, ווי למשל לאמיר זאגן האבן א סמארטפאון וואס לכו"ע איז עס די גרעסטע בגידה אין מסורה, וואס קען שאטן מער פאר אונדזערע דורות ווי האבן א סמארטפאון? אבער דעיס אידאך שוין אנגענומען אין גאס אין קיינער קוקט מיך נישט אראפ דערפאר, איז קען מען רואיגערהייט שלאגן כפרות מיט די 'מסורה'.


שוין געקומען צייט זיך צו מתבונן זיין מיט א ניכטערע בליק, ווען מ'האקט אויף א זאך, צו איך האק נישט דערויף ווייל איך וויל עס פונקט אזוי, נאר פשוט איך קען נישט.



יעדע ווארט איז א דימענט!
יישר כח!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:14 pm

רבי יעקב99 די זעהסט מיר אויס צו זיין זייער א זיסע איד... איך וואלט אייך געוואלט קענען... ביטע אריינקלאפן ביי מיר אינדערהיים פרייטאג צו נאכט'ס מיט די ווייסע בעקיטשע...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:15 pm

יעקב99 האט געשריבן:הרה"ק מנאדבורנא זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

פארוואס שטעלסטו זיך אפ ביי די בעקישע? ווייסט וואספארא סודות ליגן אין די סטראקעס?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

צפרא טב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 6:56 am

תגובהדורך צפרא טב » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:38 am

פון עטרת יהושע מנהגי הגה"ק הרמ"א פריינד
1.PNG
1.PNG (76.44 KiB) געזעהן 703 מאל

2.PNG
2.PNG (81.86 KiB) געזעהן 703 מאל

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:52 pm

יעקב99 האט געשריבן:הרה"ק מטאהש זיע"א.

דא אויפן בילד זעט מען פיר ווייסע מלבושים

ווייסע בעקישע
ווייסע קאפל
ווייסע זאקן
און א ווייסע העמד
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:55 pm

יעקב99 האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:על פי האר"י ז"ל:
דער עיקר איז דער בגד עליון זאל זיין ווייס,
און זאל מען גיין פיר ווייסע בגדים אלעס צוזאמען.

די אנדערע בגדים דארפן נישט זיין ווייס.

בפשטות דאס איז דער טעם אז דע שטריימל איז נישט ווייס.

אבער, עס איז איז באווסט אז דער הייליגער צמח צדק האט יא געהאט אין שטריימל א ווייסע קאפל .
וכן נהג הרה"ק החלקת יהושע מביאלא.

אפשר איז דער צמח צדק נישט געגאנגן קיין ווייסע זאקן (אפשר צוליב בלאטע), און דערובער געגאנגן א ווייסע קאפל אויפן שטריימל/ספאדיק צו משלים זיין די פיר ווייסע בגדים.

יעצט באמערק איך אבער אז ער טראגט אויך א ווייסע גארטל.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:57 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:צו אנשים פשוטים דארפן גיין מיט ווייסע בעקיטשעס שבת בין איך נישט זיכער אז אונדזערע רבי'ס האבן עס געוואלט, הגם איך ווייס נישט טאמער ס'וואלט זיי שטארק געבאדערט טאמער א יחיד גייט פאר זיך אינדערהיים מיט בגדי לבנים.

אבער איך וויל אדרעסירן א געוויסע געפיל וואס קומט אריין אין הארץ ווען מ'הערט אזעלכע גערעדיכצער:

ביי עובדי השם אידן וואס זוכן צו זיין נאנט צום אייבערשטן, אבער זיי זענען ארומגענומען מיט כמה שיעובדים, הן פון די קהילה ווי מ'באלאנגט צו פון אייגענע חברים מיט וועם מ'דרייעט זיך, די ווייב, אדער אסאך מאל פון זיך אליינס... די אלע שיעובדים צוימן איין די מענטש אז ווען ס'קומט ווען ער וויל זיך אמאל מתפשט זיין און טוען לויט זיין אייגענע געפיל און טעיסט, אין יעדע הינזיכט אין עבודת השם, האט ער געוויסע אינערליכע מעצור וואס זאגט איהם 'אויב ווילסטו בלייבן אנגענומען און מסודר צווישן דעם עולם מוזסטו אויפגעבן אויף געוויסע תשוקות און התפשטות, דו קענסטיך נישט אינגאנצן פארשפרייטן אן קיין גרעניצן'.

ווען אזא סארט איד לייענט דעם אשכול, קען אמאל געשען אז ס'זאל זיך אנצינדן א געוויסע פארדרוס אין זיין הארץ אויף די נושא, פילנדיג 'וואס וויל דער כותב דא? איך זאל זיין א משוגענער? אפילו איך וויל נאכגיין מיינע משוגעתן, קען איך נישט, ס'פשוט אוממעגליך' ערגעץ ווי שפירט מען א שטילע קנאה געפיל אז 'קוק דער האט השגות ער קען נאכגיין זיינע רוחניות'דיגע תאוות, אוטש ס'טוט וויי! פארוואס קען איך נישט?? ניטאמאל קען איך טראכטן אין דעם ריכטונג...

מהאי טעמא וועלן מענטשן אסאך מאל אראפרייסן מיט אזעלכע אויסריידן ווי 'נישט משנה זיין' וכו' וכו', ווייל דאס שטילט אפ זיין צער, אז אפילו 'דו' מעגסט אויך נישט, און קום מיר נישט איינרעדן אז ס'דא א וועלט פון אידן וואס האבן די בריאה אין טאש אין קענען טוען יעדע משוגעת ככל העולה על רוחם.

די זעלבע אידן וואס שרייען דא 'מסורה' וכדו' ווען ס'קומט צו צענדליגע אנדערע זאכן האבן זיי נישט עכט קיין פראבלעם דערמיט, ווי למשל לאמיר זאגן האבן א סמארטפאון וואס לכו"ע איז עס די גרעסטע בגידה אין מסורה, וואס קען שאטן מער פאר אונדזערע דורות ווי האבן א סמארטפאון? אבער דעיס אידאך שוין אנגענומען אין גאס אין קיינער קוקט מיך נישט אראפ דערפאר, איז קען מען רואיגערהייט שלאגן כפרות מיט די 'מסורה'.


שוין געקומען צייט זיך צו מתבונן זיין מיט א ניכטערע בליק, ווען מ'האקט אויף א זאך, צו איך האק נישט דערויף ווייל איך וויל עס פונקט אזוי, נאר פשוט איך קען נישט.

זאגסט גוט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:59 pm

אברהם בן ארי' האט געשריבן:זעה איך אז ארום די אדמו"רים זי"ע שטייען אידן מיט בארד און פיאות אן א ווייסע בגד עליון..

איר האלט אז די אדמו"רים האבן נישט געקענט משכנע זיין זייערע ארומיגע זיך עס אנצוטאן?

די ארומיגע זענען דארט צו משכנע זיין און נישט פארקערט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 1:44 pm

farshlufen האט געשריבן:אויב דו ברענגסט א ראי' פון מרן אדמו"ר מטאהש זי"ע.

ער איז נישט געגאנגען אזוי כל ימיו.

אנגעהויבן ערגעץ אין די מ"ם יארן דאכט זיך.

ביי אלע רבי'ס איז עס געגאנגן בהדרגה, און אזוי דארף זיין ביי א יעדער איד.

לבוש דארף הסכמה פונעם רביצן אויך, און עס געשעט נישט איבער נאכט. איך ווייס פון א גרויסע רבי וואס האט זיך אויס גענומען מיט זיין רביצן פאר די חתונה אז ער גייט ווערן א רבי.

און בדרך רמז, ביי יעדען אין די מ"ם יארן (בן ארבעים לבינה) דארף מען שוין טראכטן מער ברוחניות (בפנימיות ובחיצוניות).
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 1:57 pm

פליגל האט געשריבן:איינער מיט א רוחנית'דיגער תאווה דערפאר דרייט זיך לכאורה נישט אויף אייוועלט.

וועסט זיין סורפרייזד וואספארע חשובים דרייען זיך דא.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:32 pm

ספר פרי צדיק לרבי צדוק הכהן מלובלין זצללה"ה מאמר קדושת שבת - מאמר ה:

...מפני כן כתבו ללבוש בגדי לבן בשבת, לפי שהוא מעין לבושי עולם הבא, ושם הצדיקים לובשים לבנים כמו שאמרו (שבת קי"ד.)... (והם הלבושים שיקומו בהם לעתיד לבוא כמו שאמרו (סנהדרין צ ע"ב) דיעמדו בלבושיהם), וכן כהן גדול ביום הכיפורים שהוא סוד עולם הבא כידוע לובש לבנים. ושם בשבת יחסוהו ללבוש חתנים.

וכבר אמרו דהקב"ה אמר לשבת כנסת ישראל יהיה בן זוגך והיא כלה מלכתא והם חתן דומה למלך וכל ישראל בני מלכים ונקראו ממלכת כהנים על ידי שהם גוי קדוש מקדושת השבת שהוא מדת מלכות ומלכתא. וכהנים הוא כחתן יכהן פאר וככלה תעדה כליה שהכלה יש לה תכשוטי כלה שבהם ניכרת שהיא כלה. ועל כן נקרא כליה המיוחדים וכן החתן יש לו בגדי חתן שהם לו לפאר דוגמת כהן בבגדי כהונה שאין נקרא כהן בכיהונו זולתם שהם לבוש לאותה הקדושה שהכניס השם יתברך בכהנים מצד עבודתם. ולאותה קדושה זוכים גם כן כל ישראל לטעום ביום השבת שאז הם כחתן יכהן. ובגדי שבת הם דוגמת בגדי כהונה ובגדי הבד.

ועל כן אמרו (שבת כה ע"ב) בר' יהודא בר אילעי אחר רחיצת פניו ידיו ורגליו בערב שבת לכבוד שבת זכה לטעום הקדושה דשבת שמקדמת לבוא בזמן הראוי לתוספת שבת ונתעטף כו', ודומה למלאך ה' צבאות. ובוודאי שנתעטף בבגדי שבת ולבש לבנים ונתעטף לבנים כמלאך מיכאל משרת בבגדי הבד. וגם כהנים נמשלו למלאכים, כמו שאיתא בבראשית רבה מקרא דכי שפתי כהן וגו', כי מלאך וגו'. ובמלאכים אמרו (שם פט.) כלום אתם עושים מלאכה שאתם צריכים שבות שהם שובתים תמיד. ועל כן אין להם שייכות לקדושת השבת ואין להם הרגש בזה על דרך כיתרון האור מן החושך. ומי שמשוקע בששת ימי המעשה הוא מרגיש יותר העונג בשבת כששובת כידוע וכן לענין הקדושה. ובשבת ששובת דומה למלאך ששובת תמיד אלא שאצלו אינו בבחירתו ועל כן לא שייך בו הרגש קדושה והשם יתברך בראו להיות מלאך ה' והוא עומד במדריגה זו. והאדם נקרא הולך ומחול לשבת הוא מתעלה מקדושת אדם לקדושת מלאך. ובכל שבת הוא הולך ומתעלה יותר לקדושת מלאך יותר גדול, כי גם במלאכים מדריגות אין מספר.

ומצד הזה הוא גם כן ענין בגדי שבת דוגמת מלאכים שיש להם גם כן לבוש כמו שכתוב והאיש לבוש הבדים וגם בגדי אדם הראשון והם כתנות עור שעשה לו הקב"ה אחר החטא שהיה סמוך לכניסת שבת היה לו לבגדי שבת. ועל כן בתורתו של רבי מאיר דשמא קא גרים שהיה מלא אור ומאיר ומנהיר עיני חכמים זכה להרגיש בכל מקום שיש רז אור) כתיב אור בא' שעל ידם זכה להרגיש אור השבת אף שעדיין לא ניתנה לו. ועל כן הרגיש רק דרך הלבוש ואמר מזמור שיר ליום השבת כמו שאמרו ז"ל שהרגיש דטוב להודות לה'. שאחר חטא גדול כזה שהחשיך פני כל הדורות בגזירת המיתה זכה לאור גדול כזה דיום השבת. דכך ברייתו של עולם ברישא חשוכא והדר נהורא שעל ידי זה מרגיש אחר כך יתרון האור. וכן לא זכה אדם הראשון לאותם כתנות אור אלא אחר החטא שראה שהיה ערום. וזהו המקום שבעלי תשובה עומדין שאין צדיקים גמורים כו', כי הם מרגישים האור הבא מן החשך על ידי העונות הנהפכים לזכויות שהוא הרגש חזק יותר.

דעל כן אמרו בבראשית רבה טוב מאד זה יצר הרע דצדיק נקרא טוב סתם כמו שכתוב אמרו צדיק כי טוב ובעל תשובה זוכה לטוב מאד. וזה נאמר סמוך לויהי ערב וגו', יום הששי ויכולו וגו', ולקדושת השבת שבא מיד אחר חטא אדם הראשון בהכנסת יצר הרע בלב ובריאת מלאך המות שהוא שטן כו', והוא תכלית תוקף הרע שבעולם על ידי אכילת עץ הדעת טוב ורע שדעת לשון חיבור שבו חיבור טוב ורע. והטוב המחובר לרע כאשר הוא גובר על כח הרע ומנצחו הוא נעשה טוב מאד ומיד בא לקדושת השבת שהוא האור הבא מתוך החושך של ששת ימי המעשה. והוא טעימת האור כי טוב שנברא ביום א' שהוא התחלת הבריאה והסוף מעשה שבמחשבה תחלה להגיע לאותו אור הגנוז לצדיקים לעתיד לבוא באלף הז' יום שכולו שבת שהוא בא בימי השבתות שבו' אלפים דשנות עולם הזה. ובעולם הזה האור גנוז ומשיגים האור מתוך הגנוזה כמשיג דבר דרך לבוש ומסך.

וזהו הכתנות אור שהוא הרגשת האור כי טוב שחזר להיות טוב מאד מצד התגברות דטוב על הרע שהרגיש בו ר' מאיר שהיה מזרעא דעשו מנירן קיסר וגבר על שורש הרע שבו מאבותיו. דעשו הוא שורש הרע שבעץ הדעת טוב ורע ויעקב שורש הטוב והגרים הבאים לידבק בישראל הם המהפכים שורש הרע לטוב. ועל זה היה הגלות שיתוספו גרים לקלוט כל הניצוצות קדושים ולאהפכא הכל לטוב מאד ור' מאיר דסתם משנה כותיה שהוא שורש תורה שבעל פה הוא שזכה לאור זה שמתוך החושך והרגיש האור שבכתנות עור הכתוב בהתגלות שמצד הערבוב דטוב ורע בלשון עור והם בגדי עשו החמודות כמו שאמרו ז"ל שבהם היה משמש אביו. לפי שהם הכתנות עור שמצד הערבוב דטוב ורע שהיה לו שייכות להם מצד הרע ומצד הערבוב יש בהם גם כן טוב. ועל כן היה לו כמו בגדי שבת לשמש ליצחק שבהם היה יכול להטעותו שהיה מרגיש קצת טוב מצד הלבוש שזה כל ענין עשו להראות עצמו לטוב לפנים מצד הלבוש. וזהו הפשיטות טלפיים שנמשל לחזיר שיש לו סימן טהרה בהחיצוניות ולא בפנימיות.

ויעקב לבשם כשקיבל הברכות שנתלבש בהלבוש דעשו ואז הריח בו יצחק ריח בגדיו ריח בוגדיו שהם מצד הערבוב דטוב ורע. ואצלו להיפך הרע רק מצד החיצוניות והלבוש אבל הפנימיות טוב דאפילו הריקנין ופושעי ישראל מלאים מצות כרמון כמו שאמרו (סנהדרין לז.) והריח הוא דבר שהנשמה נהנית בו שהוא מהפנימיות וזהו הכתנות עור שמצד הקדושה ובגדי שבת של פושעי ישראל שומרי שבת שזוכין גם כן לקדושת שבת דרך לבוש עור ממשכא דחויא והחטאים שהם מתהפכות גם כן אחר כך לטוב מאד. ואור המאיר שזכה לו ר' מאיר, וכן כל אחד מישראל זוכה מעין אותו לבוש אור בכל יום שבת בלבישת בגדי שבת...

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:13 pm

הרה"ק משומרי אמונים זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.
צוגעלייגטע
‏‏שומרי אמונים (2) - עותק.jpg
‏‏שומרי אמונים (2) - עותק.jpg (336.97 KiB) געזעהן 491 מאל
שומרי אמונים (3).jpg
שומרי אמונים (3).jpg (141.17 KiB) געזעהן 491 מאל
שומרי אמונים (1).JPG
שומרי אמונים (1).JPG (66.32 KiB) געזעהן 491 מאל

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:17 pm

הרה"ק משומרי אמונים זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.
צוגעלייגטע
שומרי אמונים (7).jpg
שומרי אמונים (7).jpg (115.37 KiB) געזעהן 491 מאל
שומרי אמונים (6).jpg
שומרי אמונים (6).jpg (268.2 KiB) געזעהן 491 מאל
שומרי אמונים (5).jpg
שומרי אמונים (5).jpg (461.28 KiB) געזעהן 492 מאל

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:18 pm

הרה"ק משומרי אמונים זיע"א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.
צוגעלייגטע
שומרי אמונים3.jpg
שומרי אמונים3.jpg (39.36 KiB) געזעהן 489 מאל
שומרי אמונים1.jpg
שומרי אמונים1.jpg (50.04 KiB) געזעהן 489 מאל
שומרי אמונים.jpg
שומרי אמונים.jpg (80.09 KiB) געזעהן 489 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:00 pm

הרה"ק מפורים-אלכסנדר שליט''א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.
צוגעלייגטע
_imagebank_orig_orig_e2cf853bc82e4ed7ae082e3e98fec20b.jpg
_imagebank_orig_orig_e2cf853bc82e4ed7ae082e3e98fec20b.jpg (21.42 KiB) געזעהן 453 מאל
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:03 pm

Think and Thank האט געשריבן:הרה"ק מפורים-אלכסנדר שליט''א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

ווער איז דער בעל דרשן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:11 pm

דער פורים רב
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:31 pm

Think and Thank האט געשריבן:הרה"ק מפורים-אלכסנדר שליט''א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

:lol:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:39 pm

פארוואס מאכן ליצנות?

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:12 pm

יעקב99 האט געשריבן:פארוואס מאכן ליצנות?

אם־ללצים הוא־יליץ (משלי ג, לד)

יעקב99
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:18 pm

מקבל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:א חלק פון דע הבטחות פאר ווער עס וועט גיין ווייס שב"ק:

כתב הצדיק הקדוש מקאמארנא זיע"א (בספר שולחן הטהור הלכות שבת סימן רס"ב) על לבישת בגדים לבנים בשב"ק:
על כן אל יקל בעיניך כי בזמן הזה המר, אין כאן יוהרא כלל, אלא סבלות וחרפות ועלבונות, ואשרי לו.

היינט ווערט דאס מקיום נישט נאר פארן גיין דערמיט, אפילו פארן נאר רעדן דערפון...

מ'זעט עס בחוש.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:21 pm

יעקב99 האט געשריבן:פארוואס מאכן ליצנות?

ווער מאכט ליצנות?! נאך אום חודש אלול?!
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:27 pm

Think and Thank האט געשריבן:הרה"ק מפורים-אלכסנדר שליט''א.
בדרכיו נלך.
ממנו יראו וכן יעשו.

ליצנות אחת דוחה מאה תמונות :-(
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:08 pm

פארשטיי איך נישט פארוואס דער פייניגט מיטן גיין ווייס שבת. געטראפן אפאר הייליגע אידן, צדיקים, קדושים וטהורים (כידוע הוא אשר דבר וגו' שמור לקדשו מבואו ועד צאתו), וואס זיי האבן געהאט מקובל מבית אבותיהם ורבותיהם צו גיין אזוי שב"ק, נ'וודאי זענען זיי זוי געגאנגען. פון אלע אנדערע ערליכע אידן, צדיקים קדושים וטהורים וואס גייען נישט לגמרי ווייס, האסטו עפעס פארגעסן/פארזעהן??? נעם א דוגמא הרה"ק ממונקאטש זי"ע - המנחת אלעזר - ער האט נאך געוואוסט פונעם אריה"ק אזוי גוט ווי דיר, און מסתם נאך בעסער, זיינע עלטערן און זיינע רבי'ס (קאמארנא) זענען געגאנגען ווייס, ואעפ"כ ביים דאווענען איז ער געגאנגען מיט א "שווארצע" בעקטישע, כמבואר בדרכי חיים ושלו'. וואס טוט זיך מיט די צדיקים הקדושים לבית בעלזא זי"ע, וואס כידוע איז הרה"ק השר שלו' געווען דער ערשטע גרויסע רבי צו גיין נישט ווייס, וכן נהגו בניו הקדושים, פארוואס??? האט ער אמאל געזעהן איינער וואס איז יא געגאנגען, האט דער שר שלו' אויסגעטוהן זיין ווייסע בעקיטשע. און קוק בדורינו אלה, ווי רוב צדיקים גייען נישט אינגאנצן ווייס אפילו ביי די סעודות/טישן.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט