יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

צדיקים
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך צדיקים » פרייטאג יוני 12, 2020 2:02 am

יעצט לראשונה אנגעטראפן דעם אשכול
איך מיין אז דער פוה"א האט ס"ה געטראפן א וועג ווי אזוי צו פאסטן אלע בילדער וואס ער האט אין זיין באזיץ

יעקב99
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך יעקב99 » דינסטאג יוני 16, 2020 8:17 am

מהצדיקים נראה וכן נעשה
יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק לפחות אין שטוב
צוגעלייגטע
1 (4).jpg
1 (4).jpg (203.41 KiB) געזעהן 523 מאל
1 (5).jpg
1 (5).jpg (174.05 KiB) געזעהן 523 מאל

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: יעדער איינער קען טאנצן מיט פאקלן

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 16, 2020 9:10 am

יעדער קען טאנצן מיט פאקלן

מהצדיקים נראה
צוגעלייגטע
אושפיזין-בפינסק-קרלין-שוקי-לרר-JDN-17.jpg
אושפיזין-בפינסק-קרלין-שוקי-לרר-JDN-17.jpg (165.55 KiB) געזעהן 512 מאל
_imagebank_orig_orig_16d7a6aeb8da4f27b32a14f798c6a206.jpg
_imagebank_orig_orig_16d7a6aeb8da4f27b32a14f798c6a206.jpg (34.21 KiB) געזעהן 512 מאל
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דינסטאג יוני 16, 2020 9:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
person-man-woman-camera-tv = genius

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: יעדער איינער קען טאנצן מיט פאקלן

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 16, 2020 9:11 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20171009-WA0157-e1507559248416.jpg
IMG-20171009-WA0157-e1507559248416.jpg (84.64 KiB) געזעהן 512 מאל
orig_2410DE9B8FB445F19DABEAB4DE99AA5F.jpeg
orig_2410DE9B8FB445F19DABEAB4DE99AA5F.jpeg (110.91 KiB) געזעהן 512 מאל
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: יעדער איינער קען טאנצן מיט פאקלן

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 16, 2020 9:19 am

דממה דקה האט געשריבן:יעדער קען טאנצן מיט פאקלן

מהצדיקים נראה

עפן א נייע אשכול אין די סעריע פון יעדער איינער....
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

יעקב99
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך יעקב99 » מיטוואך יוני 17, 2020 7:51 am

__
צוגעלייגטע
רבי אלימלך בידרמאן.jpg
רבי אלימלך בידרמאן.jpg (94.65 KiB) געזעהן 473 מאל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:29 pm

זעמיר יעצט געווען ביי די גרויסע אויספארקויף אין אור שמח אין מאנסי ווי מען קען באקומען רעקלעך אין בעקיטשעס פאר גאר ביליג. קען מען טאקע זעהן צענדליגע אידן שטייען און באקוקן די ווייסע בעקיטשעס וואס ווערט פארקויפט פאר בלויז $39. עטליכע אידן דארט האבן מיר געזאגט אז זיי קויפן עס צו נוצן לכה''פ אינדערהיים ווי יעדער קען גייו א ווייסע בעקיטשע.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:28 pm

ווי באוויסט פלעגט דער הייליגער ישמח משה זי"ע גיין מלובש מיטן שטריימל א גאנצע וואך, ווי מען פלעגט אים רופן שבתא דכולא שתא
אבער זיינע קינדער און אייניקלעך הערט מען נישט זיי פלעגן דאס נאכטוהן
לערנט מען ארויס א שטארקע זאך נאכמאכן איז די יראת שמים און עבודת ה', נישט די חיצוניות.

ווי הגה"צ ר' משה לאבין אבד"ק חרידים פארציילט אז מ'פלעגט בעטן זיין טאטע זאל איינפירן נישט צו זאגן תחנון בימי עש"ק ויום א' צוליב מנהג זידיטשוב, אבער ער פלעגט קאטעגאריש אלס ענטפערן: אז כ'וועל הערן גריסן ווי עטס זיצט שוין פינעווע פארטאגס אין ביהמ"ד טעגליך, קען מען טראכטן פון דאס נאכטוהן (כידוע מהרביים מזידיטשוב שערכו כל הלילה בלימוד התורה).

ממילא פארשטיי איך אינגאנצן נישט פון וואנעט דו האסט מקבל געווען דעם קרימען השקפה און פאויסטן כסדר דעם סלאגאן: 'מהצדיקים נראה וכן נעשה'.
במחילת כבודך
קענסט נאך תשובה טוהן און פאויסטן בילדער מיט שווארצע בעקיטשעס :lol:

נוסח אשכנז
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך נוסח אשכנז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:45 am

ווען כאב געזען דעם קעפל בינעך געווען זיכער אסיז אן אנקעטע אבער ווען סוואלט געווען וואלטעך געוואוט אויף יא

התגלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך התגלות » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:54 am

איין זאך פארשטיי איך נישט,,
איך לייג אריין מיין גאנצע מוח, אין די הויז, וואס איך האלט אינמיטן בויען,
איך רעד איבער דעם, מיט מיינע חבירים וידידים,
איך באקומען אסאך עצות, אויף יעדן הינזיכט,
ב''ה מ'האט שוין די פעינט קאלער, יעצט האלט מען שוין ביים סקרעיפן.

יעדער איינער פארשטייט אז וואס איך טוה, איז נאריש ! אבער קיינער קוקט מיך נישט אראפ, מ'פארשטייט מיך, למעשה בוי איך א הויז, און איך וויל אז אלעס זאל קלאפן, הונדערט פראצענט,
אבער ווען איך מאך מיך נאריש, אין א רוחניות'דיגע זאך, קוקט מען מיך אן, ווי משוגע!

אין שטותים פון גשמיות , בין איך ערלויבט, , אבער זיך מאכן נאריש מיט הייליגע זאכן? נאנא! דא מוז איך שוין האבן א רשות צעטל?
בעסער מאך דיך משוגע מיט דיין קאר, און דיין גלעזער, וכדו' ווייל דאס איז זייער נארמאל, און פארשטענליך , אבער נישט קיין ווייסע בעקיטשעס, וואס ווערט געברענגט אין פרמ''ג.

וואס פשר?
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:09 am

וואס פאלטער ביי אז ביי גשמיות וועט מען דיר נישט אנקוקן ווי א משוגע'נער? האסט פרובירט אריינצובויען א וואנע אין קאך במקום די סינק? האסט פרובירט צו מאכן די הויפט אריינגאנג אויפ'ן פערטן שטאק מיט א לייטער ארויפצוקריכן? פרוביר עס אויס, און קום צוריק מעלדן צו מען לאכט אדער נישט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:12 am

ריכטיג, אויב טוסטו זאכן וואס זענען היפך פון קאממאן סענס. א ווייסע בעקיטשע איז נישט היפך קאממאן סענס.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

התגלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך התגלות » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:20 am

איך זעה נישט פארוואס, א ווייסע בעקישע, איז מער נאריש ווי א קעדילעק?

אז די קאלער פון די טיילס, דארף מעטשן צו די קאונטער,,, איז ווייניגער נאריש ווי א בעקישע?


(איך רעד נישט פון איינער, וואס מיינט אז ער איז בעש''ט, ווייל ער טראגט א חיצוניות'דיגע בעקישע)
לעצט פאראכטן דורך התגלות אום פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:24 am

ס'קען זיין
ווענד זיך נאר ווי ווייט מ'נעמט עס..

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:27 am

התגלות האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס, א ווייסע בעקישע, איז מער נאריש ווי א קעדילעק?


(איך רעד נישט פון איינער, וואס מיינט אז ער איז בעש''ט, ווייל ער טראגט א חיצוניות'דיגע בעקישע)

א ווייסע קעדילעק שטייצעך, די פראבלעם איז אז די צדיקים האבן שווארצע קעדילעקס.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24437
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 9:14 am

געפעלט מיר, מען ברענגט ראיות פון אידן וואס דינען דעם אויבערשטן בתמימות יעדער לויט זייער דרך, נאר אנשטאט קוקן זייערע דרכי עבודה איז מען שטיין געבליבן ביי די בעקיטשע.

ס'איז גענוי ווי א געמאכטער גביר, מיט אן עסקעלעיד, א פאלאץ פאר א פאר מעלאונעס, אבער מיט מער חובות ווי איינקונפט.

הער אויס, נישט ווייל יענקל האט א שיינע הויז און קאר האט ער געלט, נאר ווייל ער האט געלט האט ער זיך ערלויבט צו ליעסן א קאר וואס קאסט באלד 2 אלפים א חודש וכו'.

מיר האלטן נאך ביים דעקן די חובות, והבן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re:

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:54 pm

יעקב99 האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:זאגט די הייליגע דגל
image (4).png

דער הייליגער דגל זאגט דאס אויף אזעלכע וואס ווילן זעך מאכן רעבי'ס,
און פאר דעם טועהן זיי אהן ווייסע בגדים ברבים, און מיינען אז מיט דעם וועלן זיי אונטערקויפן די וועלט. וד"ל. [כידוע ליידער...]

אבער דער הייליגער דגל זאגט דאס נישט אויף א אינגערמאן וואס טוט אהן ווייסע בעקיטשע אין שטוב ווען קיינער זעט נישט.
און האט נישט פאר וועמען צו זיך גרויס האלטן.
ופשוט.

לכתחילה האט מען געטראכט אייך צו פאלגען און נאכמאכען אלע צדיקים וואס איר האט געברענגט, נישט צוגיין ביז מען ווערט א רבי. און מ'האמיר געטראכט אז מען דארף ארבעטען צו ווערען א רבי. אבל עכשיו ווייס איך נישט וואס צו טוען איר האט דאך פארטייטשט דעם דגל אז מען טאר נישט זיין א רבי אויב איז מען נישט ראוי.

א"כ א רבי קען איך נישט זיין, איז כדי צו טוען ווי אלע אייערע צדיקים טאר איך נישט גיין דערמיט הגם כ'האב יא די תאוה.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך יש בו » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:03 pm

א רבי קען מען נישט נאכמאכן, אז מ'מאכט נאך, איז מען שוין אליינס א רבי,

א רבי איז דאך אויך נאר איינער וואס מאכט נאך פריערדיגע, ווי מער נאכגעמאכט אלץ מער מעלה,
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך sheetrock » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:06 pm

:lol:
יש בו האט געשריבן:א רבי קען מען נישט נאכמאכן, אז מ'מאכט נאך, איז מען שוין אליינס א רבי,

א רבי איז דאך אויך נאר איינער וואס מאכט נאך פריערדיגע, ווי מער נאכגעמאכט אלץ מער מעלה,
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:09 pm

געווען איין יאהר פורים ביי אדמו"ר מהרז"ל ווען ער איז נאך געווען רב, און ער האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געגאנגען א ווייסע בעקיטשע, "מקען נישט גיין א ווייסע בעקיטשע פארן ענדיגען לכה"פ האלב ש"ס" והוסיף איך וועל זיך זיכער נישט אנטוען פארדעם" ושאל אותו דער רב האט נאכנישט גענדיגט האלב ש"ס, האט ער זיך צולאכט און ער האט געזאגט ער מיינט נישט ענדיגען ווי א באלעבוס נאר ריכטיג ענדיגען.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:18 am

התגלות האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס, א ווייסע בעקישע, איז מער נאריש ווי א קעדילעק?

אז די קאלער פון די טיילס, דארף מעטשן צו די קאונטער,,, איז ווייניגער נאריש ווי א בעקישע?


(איך רעד נישט פון איינער, וואס מיינט אז ער איז בעש''ט, ווייל ער טראגט א חיצוניות'דיגע בעקישע)

סיז נישט מער אדער ווייניגער נאריש, נאר וואס מער אדער ווייניגער מענטשן באטראכטן אלס נאריש. מענטשן באטראכן נישט איינער וואס וויל א שיינע הויז אלס נאריש, אבער ווען יענער באדט זיך אין חובות איז עס שוין איינמאל נאריש און מען לאכט שוין איינמאל פון אים. מענטשן וואס דינען דעם אויבערשטן ווי די צדיקים פון פריערדיגע דורות קוקט מען ארויף, און מענטשן וואס טוען אן בעקישעס ווי די צדיקים פון פריערדיגע דורות לאכט מען אויס.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:55 am

נעכטען געוון ביי די דזשי ענד דזשי סעיל, און מחליט געווען אז מ'דארף דאך גיין און די וועגען פון די רביס!!!, האבען מיר איינגעהאנדלט אן ווייסען בעקיטשע, און אויב די רעביסטווע דא אויף אייוועלט וועט האבען גענוג שטומען העט מען זיך עס אנטוען.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
אלטער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך אלטער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:00 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:נעכטען געוון ביי די דזשי ענד דזשי סעיל, און מחליט געווען אז מ'דארף דאך גיין און די וועגען פון די רביס!!!, האבען מיר איינגעהאנדלט אן ווייסען בעקיטשע, און אויב די רעביסטווע דא אויף אייוועלט וועט האבען גענוג שטומען העט מען זיך עס אנטוען.

כ'געוואוסט דו קוקסט ארויס דעראויף...
שעהם זיך נישט ווער דו ביסט
דער הייליגער קאצקער גיט צו פארשטיין
די בעסטע שענסטע פיינסטע זאך צו זיין איז
זיי זיך אליין!

ווען גייט זיין די וואלן?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:35 am

אלטער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:נעכטען געוון ביי די דזשי ענד דזשי סעיל, און מחליט געווען אז מ'דארף דאך גיין און די וועגען פון די רביס!!!, האבען מיר איינגעהאנדלט אן ווייסען בעקיטשע, און אויב די רעביסטווע דא אויף אייוועלט וועט האבען גענוג שטומען העט מען זיך עס אנטוען.

כ'געוואוסט דו קוקסט ארויס דעראויף...

די "זקני" החסידים האבען אלעמאל ארויסגעקוקט דערויף.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:37 am

Think and Thank האט געשריבן:
התגלות האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס, א ווייסע בעקישע, איז מער נאריש ווי א קעדילעק?

אז די קאלער פון די טיילס, דארף מעטשן צו די קאונטער,,, איז ווייניגער נאריש ווי א בעקישע?


(איך רעד נישט פון איינער, וואס מיינט אז ער איז בעש''ט, ווייל ער טראגט א חיצוניות'דיגע בעקישע)

סיז נישט מער אדער ווייניגער נאריש, נאר וואס מער אדער ווייניגער מענטשן באטראכטן אלס נאריש. מענטשן באטראכן נישט איינער וואס וויל א שיינע הויז אלס נאריש, אבער ווען יענער באדט זיך אין חובות איז עס שוין איינמאל נאריש און מען לאכט שוין איינמאל פון אים. מענטשן וואס דינען דעם אויבערשטן ווי די צדיקים פון פריערדיגע דורות קוקט מען ארויף, און מענטשן וואס טוען אן בעקישעס ווי די צדיקים פון פריערדיגע דורות לאכט מען אויס.

ווייסע בעקיטשע האט זעראו מיט צדיקים. עס איז א ענין עפ"י קבלה.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 2 געסט