יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

@יעקב99 כ'ווארט שוין אפאר חדשים אויף א גרויסע קאלויער...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אוודאי קען מען גיין מיט א ווייסע בעקישטע, און ווי ר' יענקל ווייזט אן זעט מען אזוי אפילו ביי די גרויסע צדיקים פון אונזער דור, עס איז בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע זאך, עכ''פ אין שוטב קען מען זיכער אזוי גיין.

יענקל, שרעק זיך נישט פון די אלע מלעיגים!! זיי מיינען נישט צו טשעפענען, זיי זענען פשוט נישט געוואוינט דערצו, עס דארף דיר נישט אנגיין.
זקן מלא רחמים.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אוודאי קען מען גיין מיט א ווייסע בעקישטע, און ווי ר' יענקל ווייזט אן זעט מען אזוי אפילו ביי די גרויסע צדיקים פון אונזער דור, עס איז בכלל נישט קיין אפגעפרעגטע זאך, עכ''פ אין שוטב קען מען זיכער אזוי גיין.

יענקל, שרעק זיך נישט פון די אלע מלעיגים!! זיי מיינען נישט צו טשעפענען, זיי זענען פשוט נישט געוואוינט דערצו, עס דארף דיר נישט אנגיין.

יישר כח!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דערבארומדיג'ער איז א דערבארומדיג'ער.

אוודאי איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך. ר' יעקב איר האט אויך מיין שטימע, א איד וואס מיינט עס אמת'דיג איז עס אודאי א חשוב'ע זאך. די שאלה איז נאר צו דאס איז אויף וואס מיר זאלן זיך פארלייגן.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איז א ווייסע העמד אויך אזוי גיט ווי א ווייסע בעקיטשע? אפשר האבן דאס די צדיקים געמיינט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טראק דרייווער האט געשריבן:איז א ווייסע העמד אויך אזוי גיט ווי א ווייסע בעקיטשע? אפשר האבן דאס די צדיקים געמיינט?

יא, ס'איז אויך גוט! יענקל99 האט דאך אויך געברענגט א בילד פון הגר"ח קנייבסקי אינ'ם וויסע העמד!
ממנו נראה וכן נעשה...
ממעג אבער גיין א שווארצע בעקיטשע דערויף
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

ביי א חסידישער איז דער בגד עליון א בעקיטשע - דארף ער גיין א ווייסע בעקיטשע.
אבער א ליטווישער דארף גיין ווייס - דער בגד וואס איז ביי איהם דער בגד עליון.
ודו"ק.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

מהצדיקים נראה וכן נעשה
אטעטשמענטס
קאליב (2).jpg
קאליב (2).jpg (143.88 KiB) געזען 1092 מאל
ספינקא ב''ב1.jpg
ספינקא ב''ב1.jpg (120.51 KiB) געזען 1092 מאל
הורנסטייפל - מגזע טשערנוביל (3).jpg
הורנסטייפל - מגזע טשערנוביל (3).jpg (42.63 KiB) געזען 1092 מאל
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

הורנסטייפל איז דאך מגזע טשערנאביל, און אויך מגזע חב"ד.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יעקב99 האט געשריבן:ביי א חסידישער איז דער בגד עליון א בעקיטשע - דארף ער גיין א ווייסע בעקיטשע.
אבער א ליטווישער דארף גיין ווייס - דער בגד וואס איז ביי איהם דער בגד עליון.
ודו"ק.

אינטערעסאנט זיי גייען א גאנצע וואך מיט א ווייסע בגד עליון

זעט אויס אז ביי זיי איז מער אנגענומען די ענין פון בגדי לבן, מסתם ווייל תלמיד חכם בבחינת שבת
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מחשב האט געשריבן:דערבארומדיג'ער איז א דערבארומדיג'ער.
די שאלה איז נאר צו דאס איז אויף וואס מיר זאלן זיך פארלייגן.


אהא.
האסט באמת אזא שאלה??? קלערסט אז אפשר איז דאס ווייסע בעקיטשע די זאך אויף וואס דו ברויכסט זיך צו פארלייגן?

אויב האסטו אזוינע ספיקות דאן שמועס עס טאקע אויס מיט יענקל99, עס קוקט אויס ווי ער האט עס גוט דורעכגעטון.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:דערבארומדיג'ער איז א דערבארומדיג'ער.
די שאלה איז נאר צו דאס איז אויף וואס מיר זאלן זיך פארלייגן.


אהא.
האסט באמת אזא שאלה??? קלערסט אז אפשר איז דאס ווייסע בעקיטשע די זאך אויף וואס דו ברויכסט זיך צו פארלייגן?

אויב האסטו אזוינע ספיקות דאן שמועס עס טאקע אויס מיט יענקל99, עס קוקט אויס ווי ער האט עס גוט דורעכגעטון.



קלערסט אז כ'האב באמת אזא שאלה? דו פארשעמסט מיר... כ'האב דאך שוין גענוג מאריך געווען אין דעם אשכול איבער די נושא.

בשעת'ן דיר אויסרומען פאר דיין גוט ווארט האב איך נישט געקענט זיין אגרעסיוו, האב איך דאס אזוי געשריבן.

מסתמא ווען דו וואלסט געליינט די אשכול פון אנפאנג וואלסטו עס גראד פארשטאנען.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יעקב99 האט געשריבן:ביי א חסידישער איז דער בגד עליון א בעקיטשע - דארף ער גיין א ווייסע בעקיטשע.
אבער א ליטווישער דארף גיין ווייס - דער בגד וואס איז ביי איהם דער בגד עליון.
ודו"ק.

ר' חיים האט אויפגעהערט גיין א רעקל שבת?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
זאב שלייערמאן
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאב שלייערמאן »

איך בין דעם שבת געווען ביי א קרוב מיינער. אנגעקומען צו אים ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן די סעודה. איך זעה נישט מער און נישט ווייניגער ער זיצט ביים שבת סעודה מיט א שטריימל אויפן קאפ. אבער אויסגעטוהן די בעקיטשע. עס איז מיר געווען זייער מאדנע. מיין קרוב איז נישט קיין ליידיגייער. האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט. זאגט ער מיר אז ער איז זייער נתעורר געוורן לעצטנס צו גיין מיט א ווייסע בגד שבת לפחות אין שטוב. אזויווי ער איז נאכנישט אנגעקומען צו קויפן דעם ווייסן בעקיטשע כנראה ביי צדיקים. טוט ער כאטש אויס זיין בעקיטשע כדי דער בגד עליון זאל זיין ווייס. זמן שחורים ומצא לבנים.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

וואס וויל יעקב 99?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

בוידעם האט געשריבן:וואס וויל יעקב 99?

אז יעדער זאל גיין מיט א ווייסע בעקיטשע....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

און וואס איז זיין סטראטעגיע אנצוקומען צו דעם ציל?
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

די האסט פארזען דעם סלאגאן??
מהם יראו וכן..... שני כתובים המכחישים
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

מחשב האט געשריבן:ר' יעקב, איר זענט גערעכט, עס איז א גרויס ענין דערביי.

אבער משל למה הדבר דומה, צו א בן מלך וואס איז פארטריבן געווארן פונעם טאטנ'ס פאלאץ, ווייט אוועק צווישן פראסטע פויערן, פראי אדם, מיט דער צייט איז ער נאכגעשלעפט געווארן נאך זיי, ער האט פארגעסן די קעניגליכע אויפירונגן, און אנגעפאנגן צו פירן א פראסט לעבן. ער האט אנגעפאנגן צו עסן פראסטע מאכלים, אנגעפאנגן צו אנטוען צוריסענע פויערישע קליידער, ער האט זיך גע'חבר'ט מיט די פויערן, זיך אנגעפאנגן צו שלאגן מיט זיי, שפעטער האט ער שוין גע'גנב'ט און גע'רצח'ט, און פארלוירן זיין גאנצע מענשליכקייט. ער איז געווארן ווי א בהמה פון שטאל.

געווען איז א מענטש דארטן אין דעם ווייטן ארט, וואס איז געווען א גוטער ידיד מיטן מלך, ער האט נישט געקענט צוקוקען ווי דער בן מלך פארגעסט אינגאנצן זיין אפשטאם, האט ער געקלערט א עצה וואס ער קען טוהן צו דערמאנען דעם בן מלך זיין אפשטאם, איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק. ער האט געזען ווי אינעם בן מלך'ס גארטן וואקסן בלומען, וואס ווערן נישט געהעריג קער גענומען, עס פאנגט שוין אן צו וועלקן, האט ער געקלערט אז ער וועט יעדן טאג באגיסן די בלומען מיט וואסער זיי זאלן שיין וואקסן, אזוי וועט ער זיך צוריק אויסלערנען צו זיין א נארמאלע מענטש.

פארשטייט יעדער איינער אז דאס איז נארישע שריט. נישט דאס איז וואס גייט מאכן דעם בן מלך צוריקקומען, נישט דאס איז דער חובת השעה. אוודאי איז גוט און פאסיג אז דער בן מלך זאל כאטש שיינע בלומען האבן, אבער ווען מ'רעדט פון איינער וואס פירט זיך אינגאנצן נישט אויף ווי א מענטש, איז נישט דאס די ריכטיגע פעולה וואס קומט צו געטוען ווערן.

והנמשל מובן.

וואס זאגסטו צו דעם ר' יעקב?

קענסט פונקט אזוי מאכן די מעשה אנדערש.

די בלומען האבן אנגעהויבן צו וואקסן שיין, דער בן מלך פלעגט אדורך גיין יעדן טאג און כאפן א בליק. צוביסלעך צוביסלעך האט עס אים דערמאנט פון די גוטע צייטן. ער האט געטוישט זיין בגדים, איין זאך ברענגט א צווייטע זאך, אא"וו.

והנמשל מובן.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מהצדיקים נראה.
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2020-01-15 at 5.49.28 PM.jpeg
WhatsApp Image 2020-01-15 at 5.49.28 PM.jpeg (81.79 KiB) געזען 1656 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אקעי..

א ווייסע בעקיטשע בינעך נאך מסופק אויב כ׳זאל עס טאקע נאכטוהן, אבער כאפן א דרימל אויפן ספר.. דאס זיכער יא.
רשעות קאלטע סעלצער
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

פון א אנדערע אשכול
ויאמר האט געשריבן:
דער אר"י שרייבט אז עס איז דא אן ענין צו גיין מיט לכל הפחות פיר ווייסע בגדים אין שבת, און ער רעכנט אויס: מלבוש עליון (ווייסע בעקיטשע), תחתון (ווייסע וועסטל), האזור אשר על לבושו התחתון (ווייסע גארטל), והחלוק אשר על בשרו (ווייסע העמד).


ויאמר האט געשריבן:למשל דער שולחן הטהור רעכנט אויס אנדערע ווייסע בגדים, צווישן זיי א שבת'דיגן ווייסע טלית. און ווי באקאנט האבן אסאך צדיקים (ובתוכם הרה"ק ממונקאטש ומסאטמר ועוד) זיך נוהג געווען צו גיין ביים עסן א ווייסע בעקיטשע, משא"כ ביים דאווענען, וויבאלד ביים דאווענען זענען זיי געגאנגען מיט א ווייסע טלית וואס דאס האט שוין משלים געווען צו די פיר בגדי לבנים.


ויאמר האט געשריבן:זכרון,
האסטו שוין א תירוץ פאר דיין קשיא, ווי אזוי מ'קומט אן צו פיר בגדי לבנים.

אזוי סערטשנדיג א ענטפער פאר דיר, האב איך געטראפן מורא'דיגע מורא'דיגע זאכן וואס שטייט אויב מ'גייט מיט פיר ווייסע בגדים אין שבת.

דער רמב"ם שרייבט: כשאדם לובש ארבעה בגדי לבן לשבת "מוחלין לו על כל עוונותיו"

דער מונקאטשער רב בס' דרכי חיים ושלום (עמ' קו:) שרייבט: "בגדי לבן בשבת הם תיקון לעוון עריות ופגם הברית". "ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גיהנום"!

אין ספר שולחן הטהור, סימן קע"ה אות ח': "ישתדל ללבוש בשבת ארבעה בגדים לבנים... ואיצטלית זאת ראוי לכל בר ישראל כידוע... וילבש לבנים בשבת ויהיה ניצל מכל עבירות ומיצר הרע ומאש של גיהנום..". מקרב את הגאולה בבחינת 'אחישנה'!

עוד בספר שולחן טהור שם: ""ישתדל ללבוש בשבת ארבעה בגדים לבנים... ויקרב הגאולה!!! ואילו היו כל ישראל לובשים לבנים בשבת כבר היה הגאולה בבחינת 'אחישנה'..."!

וידוע שהרב הקדוש רבי יצחק מדרוביטש זי"ע, עשה תעמולה גדולה שילכו בשבת קודש ויום טוב עם בגדים לבנים, והיה מעורר שזה מאד מאד חשוב למעלה, ובזכות זו מוחלין על העוונות של האדם, ובא אליו הס"מ ואמר אם אתה לא מפסיק לעשות תעמולה, אני יקח את עצמי עליך ועל ילדיך וכו', והוצרך להפסיק, כי השטן היה חושש שיהיה הגאולה שלימה.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

פון יענעם אשכול
ויאמר האט געשריבן:
חיים צבי האט געשריבן:איך האב שוין כמעט געוואלט קויפן א ווייסע וועסטעל אבער לויט ויאמר׳ס חשבון קומט אויס אז איך טראג שוין יעצט ד׳ בגדי לבן. דהיינו, אונטערהעמד, רת, העמד, און טלית

שוין, האט G&G דערלייגט א סעיל..

אויך פארשטיי איך נישט וויאזוי דאס ארבעט - מוחלין לו כל עונותיו - סתם מען טוט זיך אן און פארטיג אדער עס האט עפעס חומר למחשבה מיט זיך אויף וואס מען דארף ארבעטן. און אויב יא, וואס איז די חומר למחשבה?


געב א קוק אין ספר נקודות הכסף- מנהגי הרש"ש, ווי ער שמועסט אויס די נקודה וואס דו דערמאנסט, אז די אונטער-קליידער ווערט זיכער נישט אריינגערעכנט אין די ד' בגדי לבן. וז"ל:

לבאר את ענין הד׳ בגדי לבן:
כתב הרב בשעה״כ כאן וזלה״ק:
ודע כי אין לפחות מן ד׳ בגדי לבן והם, המלבוש העליון והתחתון, והאזור אשר על לבושו התחתון, והחלוק אשר על בשרו.
והנה בגדים אלו היו בזמניהם שהלכו עם חלוק שעל הבשר, ועליו הלכו עם חלוק עד הברכים שהוא נקרא חלוק תחתון, ועל חלוק זה התחתון היה חגורה הנקראת אזור, ועל החלוק התחתון לבשו עוד חלוק הנקרא חלוק עליון שהוא נשאר פתוח (והוא דומה ללבוש המסורתי של אחינו בני תימן).
א״כ לפי מה שהלכו אז יוצא, שהיום בזמנינו המלבושים שעל הגוף שהם הלבנים והגרביים, הם בכלל החלוק שעל בשרו, אע״פ שנחלקים לכמה לבושים.

זעה מער באריכות בפנים
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 412_93.pdf

און דעם ענין וויאזוי ס'ארבעט די מוחלין לו על כל עוונותיו, דארפסטו פרעגן ביי די בעלי מקובלים, דאס איז א ענין עפ"י קבלה ועפ"י סוד, ווי עס ווערט אויך אביסל דערמאנט בהמשך פון דעם דערמאנטן ספר נקודת הכסף, עיי"ש ותמצא נחת.
יעקב99
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב99 »

תימן:

הלבוש התימני היהודי המסורתי כולל "גמיס", גלימה ארוכה בצבעים שונים כשבצידיה שני קרעים זכר לחורבן בית מקדשנו ותפארתנו. בערב שבת קודש, כשהשמש נוטה לשקוע ואור השבת מנצנץ ובא, עוטים בני תימן המסולאים מפז את ה"מדאני", שהוא בגד בצבעי שחור ולבן, כאשר בשבת עצמה לובשים הם בגד לבן, כולו טוהר וחן. על ראשם כורכים התימנים כיפה מיוחדת בשם גונגאבי, סביבותיו קושרים את המאצ'ר, המטפחת המיועדת לכך. חתן תימני בשבעת ימי המשתה שלו לובש ג'אליה וישנם גם בגדים שונים וססגוניים ליתר מועדי ישראל ומאורעותיהם.

מאות יהודים תימניים הולכים בשבתות ובימים טובים, בארץ ישראל, בלבוש התימני המסורתי, שהיה נהוג בעדן ובצנעה. לדעת יוצאי תימן, הרי הלבוש התימני הוא הוא הלבוש המקורי אותו לבשו בני ישראל בצאתם מארץ מצרים. על לבושם של בני ישראל נאמר בתורה "שמלתם לא בלתה" ו"ויכבסו שמלותם". מכאן, כך אומרים בני תימן, שבני ישראל הלכו מאז ומקדם בשמלות, כמו הג'מיס, שהוא הבגד דמוי השמלה אותו לובשים התימנים. המהר"ץ, אביו של המהרי"ץ, מגדולי רבני תימן, נתן רמז ואסמכתא למנהג התימנים ללבוש בגדים בהירים בשבת ואמר כי כתוב "לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת", א"ש הינם ראשי התיבות של אדום שחור, ומכאן שצריך ללבוש רק בגדים בהירים בשבת ולא בגדי צבעונים. -הלבוש התימני אינו קשור כלל ועיקר למלבושם של גויי תימן והוא לבוש שנחשב בתימן ללבוש יהודי. התינוקות של יהודי תימן לבשו כיסוי ראש, שהלבישוהו גם לבנים וגם לבנות החל מגיל חודש, בכדי להכניס בלבבותיהם של הפעוטים יראת שמים. בנוסף היה בכיסוי ראש זה גם משולש, כנגד עין הרע. --כיום ישנן חנויות לממכר בגדי יהודי תימן ורבים מקרב בני העדה שבים, לפחות בשבתות ובמועדים, ללבוש את בגדי אבותיהם. חנויות אלה לא מוכרות את הבגדים הללו לצורך תחפושות לימי הפורים. "זהו הלבוש שלנו וזוהי לא תחפושת", הם אומרים, והם צודקים.
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

די וואך ביים מעביר סדרה זיין האב איך מיר דערמאנט א ווערטל, אויפן פסוק תבן אין נתן לעבדיך ולבנים אומרים לנו עשו, איך מיין עס שטייט אין "פנים מאירים" פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע

תבן אין נתן לעבדיך, שכל האבן זיי נישט, ולבנים אומרים לנו עשו, אבער ווייסע בעקיטשעס הייסן זיי מ'זאל זיי מאכן...
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”