בלאט 1 פון 1

מער קומסטו נישט מיט!?!?!?!?!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:21 am
דורך גיב א שמייכל
נעקסטע מאל מ'גייט וועקעישן בלייבסו אינדערהיים!!!! דו קומסט נישט מיט!!!!
:roll:
איך מיין נישט דיר. פארוואס מיינסטו אלעמאל מיינט מען דיר. איך מיין דעם קליינעם....
:roll:
ניין נישט שלמהלע, דעם פיצל דא....
:roll:
אך וואס פארשטייסו נישט... איך רעד וועגן דעם קליינם משינדעל וואס ליגט דא אזוי ווי א אומשילדיג שעפעלע... ויקרא שמו בישראל "קעמערע".
----
אלע קינדער אריין אין די קאר! מגייט פארן צו א פארק!
יעה! אלע קינדער לויפן צו די קאר....
איין מינוט! הערט מען א געשריי. יעדער שטעלט זיך דא אפ פאר איין מינוט ממוז מאכן א פיקטשער...
שוין, אקעי, מאך א פיקשער און געגאנגען.
שלומי שטיי גראד! חיים קוק אריין אין די קעמערע, יעדער שרייט טשיסססס. "נא כאפ שוין!" אה פלעששש.....
אפס! פונקט יעצט האט חיים געמוזט בלינקן מיט די אויג.
יעדער מוז זיך נאכאמאל שטעלן צו די פיקשער...!!! אוי שרהלע ליגט שוין אויפן פלאר, שטיי אויף און שטעל דיך שיין לעבן שלומי...
טאטע: גיב מיר די קעמערע, איך וועל שוין קער נעמען... פלעש! פלעש! אקעי געגאנגען...
מאמע: סאיז אויסגעקומען גוט????
טאטע: זיכער! (זאלסט נאר נישט קוקן יעצט....)
-
אין פארק:
אה לאמיר גיין אויף די גליטשער.....!!!
האלט איין מינוט! פאר מגליטשט אראפ מוז יעדער זיצן גראד אויף די גליטשער און שמייכלען צו מאמי... מגייט כאפן א פיקשער. אך... עודך כי עניתנו...
חיים פארוואס שמייכלסטו נישט.... יעדער זיצן גראד...
אפס! שרהלע האט שוין אראפגעגליטשט...
-
שוין, מפארט שוין אהיים, אינמיטן פארן:
שטעל דיך אפ! שטעל דיך אפ!
אפס! א שארט סטאפ! וואס איז געשעהן?
קוק דא, א הערליכע וויא! ממוז כאפן א פיקשער...!
אך שוין ווייטער... שוין וואס קען מען טוהן... מאיז אין גלות...
-
הזמן יכלו והם לא יכלו, אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער. ואין כאן מקומו להאריך...
*
שוין! ענדליך מ'קומט שוין אן אינדערהיים. מ'פאקט אויס די פעקלעך, יעדער איז שוין רואיהיג.
שלמהלע: טאטי איך קען קוקן אויף די פיקשערס?
יא. קענסט קוקן [ווי נישט ווי האט ער געדארפט ארבעטן שווער פאר דעם]
וואו ליגט עס?
איך ווייס נישט, כהאב עס פריער געזעהן אויפן טיש, ווער האט עס גענומען?
ווער האט געזעהן די קעמערע???
-מ'זיכט און מ'זיכט, אינטערן טיש, אויפן טיש, הילד איננו.
-פינף דאלער פאר ר' מאיר בעל הנס! אמר ר' בנימין....
-יעדער זאל צוהעלפן זיכען.....
-ער איז נישט צום געפינען... ממש ווי אין וואסער אריין
צעהן דאלער פאר ר' מאיר....
אוי באלד קאסט מיר ר' מאיר שוין מער ווי די קעמערע
איין מינוט! איין מינוט! כהאב געמיינט אז דו דארפס עס נישט מער..???
יא אבער...
וואס אבער, דו דארפסט עס אדער נישט...!!
יא, אקעי, איך צו צוריק, ער קען שוין מיטקומען נעקטסע מאל..........

שלמהלע: טאטי כהאב געטראפן די קעמערע....!!!!!!! :|

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:48 am
דורך ימות המשיח
פיין גלאכט
:lol: :lol: :grin: :grin: :mrgreen: -c:o -c:o

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:54 pm
דורך שמארטיקל
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:19 pm
דורך צייט שטיפער
שמארטיקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

שמארטיקל איז מיט אונז צירוק