א בארביקיו אין קאנטרי!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

א בארביקיו אין קאנטרי!

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:03 pm

בס"ד

היינט איז גאר א ספעציעלער טאג, היינט איז יעדער אויפגעלייגט שוין היינט גייט מען ארויסגיין אלע חברים אין פארק מאכן א גריל, איך הער נישט אויף באקומען נאטיפיקאציעס משי קומט, שרולי קומט, נחום זאגט אז ער דארף בעיביסיטן, די זאך איז אין פולן שוואונג, יעדער איינער איז 'פאלי אין' מען גרייט זיך צו טרעפן מיט די חברים און דאסמאל איבער א פייער און געבראטענע סטעיק.

יעדע בארביקיו זעט דאך למעשה אויס די זעלבע, יעדע מאל וועט מען פארגעסן צו מיטברענגען עפעס, צו וועט דאס זיין די שטעקענעס מיט וואס מען פאטשקעט אויפן גריל, צו וועט דאס זיין די טעריאקי סאוס, אדער חלילה וחס דאס ארגסטע טאמער מען וועט פארגעסן נעפקינס אדער מייאנעז, איך שטעל זיך אלס פאר ווען איך קריג די סארט טעלעפאון רופן אז עס וועט זיין אזוי ווייל היסטאריע האט שוין אזוי געצייגט מערערע מאל, יעצט כרגע הייבט זיך אן די בארביקיו איר זענט געלאדנט מיטצוהאלטן.

יענקי דער פעשליכער מיט די געצויגענע שלייקעס איבער א הונדערט פראצענטיגן וואלענעם העמד פון אילמיא וועלכער פרובירט טראץ זיין איבערוואגיגקייט צו צייגן קלאס מיט זיין אנטיעכץ שטייט איבערגעבויגן איבער א זעקל פון לאנדא'ס גראסערי, ער שיינט אריין דערין מיט זיין פלעשלייט פון זיין טעלעפאון מיט אן ערנסטע מינע אויף זיין ברייטער געזיכט, ער זוכט וואס מען האט פארגעסן ווייל גערשי איז נאך אויפן וועג אפשר וועט ער קענען מאכן א סטאפ און ברענגען די נשכחות, דודי ביזדערווייל פאקט אויס זיין טראנק פון די פלעשער קאקע קאלע, זיין שוואגער האט געמאכט א שלום זכר און ער האט געהאט איבריגע משקה איז פארוואס צאלן טאמער מען קען קריגן בחינם אין כסף?

משה וואלף דער דארטשיגער אינגערמאן וואס איז געווען גבאי חק"ס אין ישיבה און איז פארבליבן מיטן טיטל ביז ווען ער וועט האבן געלט, האלט שוין אין זיינע הענט א פלעשל קאראונע און ער זופט עס מיט אימפעט, ער האט שוין לאנג נישט געטרונקען אזא קאלטן ביר, עס דערקענט זיך אויף זיין פנים א גרויסע אויפגעלייגטקייט און צופרידנהייט, אויך וואלווי וואס האט זיך ל"ע לעצטנס צוטיילט איז זייער פרייליך ענדליך, ער איז מחבק און מנשק יעדער איינער וואס באטייליגט זיך דא אויפן סצענע, מען זעט אז ער איז שטארק אנגעשטעקט פון די ליבליכע אידישקייט באוועגונג, ער האט אויך באוויליגט אנצוצינדן די היי ביעמס פון זיין עקספלארער אז עס זאל נישט זיין טונקל פאר די פארזאמלטע.

איינער האט אויסגעשפרייט א פלעסטיק טישטוך אויפן טיש, א קליינע מערב ווינטל האט עס שנעל אראפגעבלאזן, יעצט ראנגלט זיך דער אינגערמאן מיט די ווינט, ער האט אבער געוואונען די קריגעריי ווען ער האט אראפגעפאקט א קאלטע באטל ביר אויפן טישטוך און אוועקשפאצירט מיט פאטאס ווי ער וויל ווען זאגן פארן ווינט טוה מיר עפעס.

יעצט האט מען שוין געברענגט די קוילן און מען הייבט שוין אן צו אונטערצינדן דעם גריל, יענקי דער דיקליכער לעקט זיך אפ די פינגערס פון די טעריאקי סאוס און ער העלפט ארויס מיט די הדלקה, איינער פון די לצים הייבן אן זיך אונטערצוזינגען לכבוד התנא האלוקי אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, דער עולם וויל מער וויסן וואס עס גייט פאר מיט די פלייש, איינער האט געברענגט דעם ערשטן בורגער און עס אראפגעלייגט פארזיכטיג אויפן פייער, א געשמאקער גערויש הילכט אפ באגלייט מיט א אנגענעמער גערוך פון א געבראטענע שטיקל פלייש שפירט זיך אין די לופטן.

יעצט פרובירט מען צו זיצן ביים טיש אבער יעדע פאר סעקונדעס שטעלט זיך א דריטער אויף לויפן ברענגען עפעס וואס פעלט, און איינער שרייט שוין ווען גייט מען שוין בראטן די סטעיקס ער איז דאך נישט געקומען אהער סתם אויף צו עסן פרענקפורטערס מיט בורגערס.

א טעלער ווי עס ליגט אנגעהויפנט פינף גראבע סטעיקס איז געקומען ווי אן ענטפער, דער עולם קייט אריין ווי מיל מאשינען די האלב געגרילטע פלייש און מיט צאן שטעכערלעך אין די הענט שמועסט מען דורך די לעצטיגע אקטיוועטעטן פון טראמפ און אויך טוט מען דורך די לעיטעסט גאססיפ ווי ווער עס האט אנגעהויבן טון ביזנעס, ווער עס האט זיך גע'גט, ווער עס איז געפארן אויף וואקאציע א.ד.ג.

יעצט איז געקומען די רייע אויף דעם מוזיקאלישן שמואלי וואס איז געזעסן שטילערהייט אין די זייט צו ווייזן וואס ער קען און מהנה זיין דעם עולם, ער נעמט זיין געטאר און הייבט עס אן צו טאנען כדי עס זאל ארויסקומען די ריכטיגע קול "מענטשן כאפן נישט טיילמאל וואס עס שטערט דעם קומזיץ, עס איז רוב מאל די סטרינגס וואס זענען נישט געטאנט ריכטיג" צייגט ער מבינות מיט די פיק אין זיין מויל, די מער ווילדע אינגעלייט האבן אנגעהויבן כאפן פיקטשערס פון די גוטע שטיקער בקר וואס זיצן אויפן טיש, א צווייטער דרייט זיך מיט די טעלעפאון אין די הייעך און רעדט עפעס זייער הויעך, אוי ער קומט צו צו מיר… כ'דארף אפפוצן, נאר דאס פעלט מיר אויס אז מען זאל מיר זען אין זיין סטעטוס…

אה, די געטאר איז געטאנט, מען קען שוין אנהייבן, דא האט זיך אנגעהויבן א ערנסטע דעבאטע, ד'רוילעם וויל זינגען די אפדעיטעט היטס אבער יענקי וועלכער האלט זיך פאר א קלאסישער שרייט אז מען זאל זינגען 'אלטע מרדכי'ס' און יואלי בעט זיך בתחנונים אז מען זאל זינגען 'סטריקטלי קארליבאך' עס איז א ערנסטע דילעמא.

למעשה האט מען געפשרה'ט און מען הייבט אן אזויווי ביי יעדע קומזיץ דעם איבערגעקייטן שפכי כמים פון קארליבאך אבער נאך עטליכע מינוט סוויטשט מען אריבער צו הייליגע באשעפער דו האסט געבעטן דאווענען, הערשט נאכדעם איז מען נאכגעקומען יענקי'ס בקשה און מען הייבט אן שמע בני פון מרדכי.

זיצן זיך אינגעלייט צוועלעווע ביינאכט אנגעגעסן און מען גארגלט ניגונים, שוין, עס איז זייער טיפיקעל, זייער שיין.

אבער זייטס מודה אז יעדע בארביקיו זעט אויס די זעלבע...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:15 pm

[quote="טישטוך"]בס"ד


איינער האט אויסגעשפרייט א פלעסטיק טישטוך אויפן טיש, א קליינע מערב ווינטל האט עס שנעל אראפגעבלאזן, יעצט ראנגלט זיך דער אינגערמאן מיט די ווינט, ער האט אבער געוואונען די קריגעריי ווען ער האט אראפגעפאקט א קאלטע באטל ביר אויפן טישטוך און אוועקשפאצירט מיט פאטאס ווי ער וויל ווען זאגן פארן ווינט טוה מיר עפעס.

פארוואס האט איינער נישט געריופען @טישטוך זאל העלפען
אחוץ אז מר. טישטוך נאמען איז איינער חשש גילו
Sorry for my misspellings

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:30 pm

איך זעה דיר אויס ווי א פלעסטיק טישטוך זאג?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:41 pm

טישטוך האט געשריבן:איך זעה דיר אויס ווי א פלעסטיק טישטוך זאג?

איך ווייס נישט איך האב זיך נישט געזען מהאט מיך נישט געלאדענט צי די BBQ.
.And i dont fit the description of any one u wrote about

גיטע שריופט.
Sorry for my misspellings

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:14 pm

סודות פון טישטוך.. וואס טוט מען ווען פונקט די טישטוך פארגעסט מען דאס מאל.. הא.. נאך א מזל

צאקער מיט א קאמעץ
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 10 געסט