בלאט 1 פון 1

איך בין שילדיג געלט פאר...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:58 pm
דורך עירמאנט'ער
הרינו מודה ומתודה

איך בין שילדיג געלט פאר...

מקוה געלט
גענימען לעכט פארן צדיק'ס יאר צייט
קאווע אין ישיבה קטנה
מי שברך לעליות לתורה
געקויפט עליות / כיבודים


יא געט די פואינט. אוי באשעפער וואס טי-עך???

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:50 pm
דורך נישט פשוט
עירמאנט'ער האט געשריבן:הרינו מודה ומתודה

איך בין שילדיג געלט פאר...

מקוה געלט
גענימען לעכט פארן צדיק'ס יאר צייט
קאווע אין ישיבה קטנה
מי שברך לעליות לתורה
געקויפט עליות / כיבודים


יא געט די פואינט. אוי באשעפער וואס טי-עך???

ווילסט באמת תשובה טהון ? איי דאנט קנאוי, באט מיין קליינע שכל זאגט, באצאל וואס די געדענקסט יא, און די איבריגע והוא רחום יכפר עון.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:53 pm
דורך לכאורה
די איבריגע יעשה בהן צרכי רבים

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:20 pm
דורך יוראפ
געזען אמאל א גמ"ח כ'מיין ס'איז דא א אשכול דערוועגן אויך וואס מ'לייגט אריין דארט די געלט לכשיבוא תשבי ויתרץ קו' ואיבעיות...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:36 pm
דורך נו גוט נו שוין
אפשר איז א אפשען צו געבן עד שיצא הספק מלבו

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:45 pm
דורך שמואל בארג
דאס איז זיכער, פון היינט מאל אן באצאל.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:01 am
דורך עירמאנט'ער
ישר כח פאר אלע אייערע קאמענטס. וואלט מיר אויך געווען אינטערעסאנט צו ליינען ווי נאך מענטשן זענען שילדיג געבליבן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:38 am
דורך א גוטע ניק
עירמאנט'ער האט געשריבן:ישר כח פאר אלע אייערע קאמענטס. וואלט מיר אויך געווען אינטערעסאנט צו ליינען ווי נאך מענטשן זענען שילדיג געבליבן.

א פארקונג טיקעט אין אנדערע סטעיט (שוין געטוישט פלעיטס ב''ה)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:55 pm
דורך טישטוך
איך קען מערערע מענטשן וואס זענען שולדיג פאר

אמעריקן עקספרעס
טשעיס
קעפיטעל וואן
גראסערי
בוטשער
א.ד.ג.

פריי זיך אז דאס זענען דיינע דאגות, טאמער ווילסטו אפצאלן און דו ווייסט נישט וויפיל דו ביסט שולדיג קענסטו זיך פטר'ן דורכן מנדב זיין א ספר אדער א האנטוך אין דיי קביעות'דיגער ביהמ"ד.