Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיין צען טויזענט'סטע תגובה

דינסטאג מרץ 04, 2008 10:14 pm

הו קערס? קען זיין אז קיינער, און לכאורה וואלטעס מיך אויך נישט אינטערעסירט, אבער וואס זאלעך טוהן, אז כאמעך געטראפן אין א מצב, אקאראט די זעלבע ווי פאריגע וואך, (פאריגע וואך פון ווען כ'האב געשריבן די ארטיקל, איר וועט דאס דארפן אליינס אויסרעכענען, ווייל איך ווייס נאכנישט ווען די ארטיקל גייט אריין גיין.) אז איך בין אין די מוהד פון שרייבן, אבער די קרעטשמע פאפט אין גרויסן, מ'זעט נישט קיינע מענטשן פאר די אויגן, און די פאר וואס זיצן יא ביי א טישל, אנשטאט צו כאפן א שמועס, האבן זיי געכאפט א נאפעץ, און מ'הערט נישט פון זיי קיין מוק, סאו אפילו איך האלט טאקע נאך ביים ניין טויזענט ניין הונדערט און פיר און פערציג'סטע תגובה, (די סיבה פונעם ארויס שרייבן די נאמבער'ס במלא הדרם, איז נישט ח"ו לקנתר, נאר כדאי להגדיל התגובה ולהאדירה.) האבעך מיך שוין גענומען שרייבן מיין צען טויזענט'סטע תגובה.

איך טראכט אזוי צו מיר אליינס, צו איך זאל שרייבן די דאטום פון אט דעם היינטיגן טאג, אייך צו לאזן וויסן ווען איך בין נאכאמאל אריין געפאלן אין אזא מצב, פון וועלן שרייבן און נישט האבן וואס. פון די אנדערע זייט, האבעך געטראכט, ניין, אפשר טאקע נישט שרייבן די דאטום, אז איך זאלט מיך פשוט נישט אויסלאכן, ווי פריה איך האמעך גענומען צו די ארבעט, איך האדעך נישט קיין אהנונג ווען איך וועל צו דעם אנקומען, סאו זאלעך ענדערש נישט שרייבן, אבער אזוי נישט האבענדיג וואס צו שרייבן, האבעך געטראכט טאקע דאס צו שרייבן, אז איך טראכט צו איך זאל יא אדער נישט שרייבן די דעיט.

איצטערט אזוי, איך גיי פראבירן אויסצורעכענען ווען בערך ס'דארף אויסקומען מיין צען טויזענט'סטע תגובה, און לאמיר זעהן צו איך וועל זיין, און אויב יא מיט וויפעל, אוועק געריקט פון מיין פאראויס געשאצן טאג, און לאמיך דאס מיט אייך אויסרעכענען.

לויט די חשבון, וואס די בעלי הקרעטשמע האבן אהער געשטעלט, דערציילן זיי מיר אזוי, ווען כ'האב ביי זיי אנגעפרעגט, מיינע הערן, וואס שאצט איר, ווען גיי איך אנקומען צום צען טויזענט'סטע תגובה? האבן זיי מיר אנגעהויבן מסביר זיין, אז ס'איז אביסל שווער פאראויס צו זאגן, ווייל אז זיי וועלן פראבירן צו זאגן עני דעיט, און ס'וועט זיך פונקט מאכן אז ס'איז נישט אין יענע דעיט, וועלן דאך די ליצני הדור, זיך נעמען איבער זייערע ביינער, און זיי מאכן צו שאנד און צו שפאט, אז אזא קלייניגקייט ווען איך הער וועט אנקומען צו זיין צען טויזענט'סטע תגובה, קענען זיי נישט וויסן פונקטליך ווען דאס גייט אויסקומען, ממילא גייען זיי זיך נישט אריין מישן אין די גאנצע סומאטוכע, און פארטיג.

למעשה, ווען כאמעך דאך געבעטן ביי זיי, אז עפעס נאר עפעס א רמז ווי אזוי עטליסט איך אליינס זאלעס קענען אויסרעכענען, האבן זיי מיר געענטפערט קורץ און שארף, וזה לשונם. הצג פרופיל של איך הער, און דארט קענסטו זען וויפיל דו האסט געשריבן א טאג ביז היינט, און רעכן דאס אויס.

אזא עצה, קאניינעהארע, אויף דעם האבעך מעך שוין געראכטן, (איך וויל נישט שרייבן נישט געראכטן, וועגן ס'זאל נישט זיין קיין ליגענט.) סאו, האבעך מיך גענומען ס'מיה, און ארויס גענומען ס'קאלקיולעטער, און אנגעפאנגען מאכן חשבונות, עס ווי שרייבינג, זאגן זיי אז ביז היינט האבעך געשריבן זעכצן פוינט זעקס און דרייסיג תגובות ליום, (כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די סיבה פונעם ארויס שרייבן די נאמבער באותיותיו, איז כדאי להגדיל התגובה ולהאדירה.)

די זאך איז אזוי, אזוי האלטענדיג אינמיטן שרייבן דעם ארטיקל, האבעך פון צייט צו צייט, זיך אריין געריקט אינעם קרעטשמע, און מיטגעהאלטן, און אויפגעפאסט, צו ס'נעמט זיך נישט עפעס רירן, כ'קען נישט זאגן, אז גארנישט, כ'מיין כעדעך זיין א ליגנער, און די נאמבער'ס האבן זיך אביסל געטוישט, סאו עלעך מוזן פריש איבער רעכענען ס'גאנצע מעשה, מיינט איר אוודאי אז איך בין ברוגז, אבסעלוט נישט, ווייל ווען איך וואלט ווען געגאנגען אויף צוריק, און איבער גערעכענט, און פארראכטן די אלטע נאמבער'ס און געלייגט די נייע, קען זיין איר וואלט געווען גערעכט, אבער אין פאקט, לאז איך די אלטע, און שרייב יעצט די פרישע, און אז איר וועט צו לייגן קאפ, וועט איר כאפן וואס יעצט האט פאסירט, איך האב אנגעפילט א פרישן פאראגראף, און אזוי געמאכט אז מיין צען טויזענט'סטע תגובה, זאל זיין א חתיכה הראוי' להשתלח, איר פארשטייט וואס איך מיין, יא? איר ווייסטעך מער ווייניגער אויף וואס איך לייד, סאו צו ביסלעך פילטצעך עס אן, און איך וועל זיין א געהאלפענער, און די ליינער'ס? האט איר שוין אויך געמעגט וויסן, אז חייך קודמין, קודם רעכן איך מיט מיר, און הערשט דערנאך מיט די ליינער'ס.

אקעי, קודם האלט איך שוין ביי מיין ניין טויזענט ניין הונדערט און צוויי און זעכציג'סטע תגובה, און די תגובות ליום האט זיך אביסל געהויבן. ווי ס'האלט יעצט, איזעס ביי זעכצן פוינט איין און פערציג ליום, (איך גיי נישט אריין אינעם פראבלעם וואס איז שוין אמאל געווען באשריבן, אז מ'זאל פליז שרייבן גאנצעטע תגובות און נישט קיין צוהאקטע. פארווער ס'געדענקט.)

יא, איך דערמאן מיך יעצט, אז כ'האב שוקל געווען, צו איך זאל שרייבן די דאטום, כאדעסיידעט אז יא, ווייל ס'וועט לכאורה נישט נעמען צו לאנג, ביז די ארטיקל וועט ארויס גיין לאור הקרעטשמע, סאו קיינע בזיונות וועט אי"ה נישט זיין, ממילא זעה איך כרגע נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס נישט צו שרייבן. און דערצו ווען איך זעה אז איך גיי מאכן א סטאפ, און די חשבונות וועלן זיך נאך היבש פארריקן, סאו לאמיר נישט מאכן צו שווער, און פארטיג.

יא, איידערן שרייבן די דאטום, כאפ איך מיך, אז די גאנצע ארטיקל איז געבעיסט צו איך וועל קענען צו טרעפן, וועלכע טאג איך גיי דעם ארטיקל ארויס געבן לאור, און למעשה וועטעס לכאורה ארויס קומען נאך איידער איך וועל אפילו האבן צייט צו רעכענען, אבער הו קערס, אבי די קנעפעלעך פון די קיבארד האבן געטוהן זייער ארבעט, און זיי האבן זיך שיין געלאזט פון מיינע דריקענדע פינגער'ס, און זיי האבן נישט ווידער געשפעניגט אין זיי, און זיי האבן אנגעפירקעלט ביז דא ארום אכציג ליינס, מיט נאנט צו טויזענט ווערטער.

דאס אלעס ביז אהער איז געשריבן געווארן, אור ליום ב' פרשת פקודי, תשס"ח לפ"ק. למנין שאנו מונין כאן בעיר מונרו שבניו יארק יצ"ו.

אקעי, געגאנגען ווייטער, איצטערט איז אור ליום ג' יום שנכפל בו כי טוב פרשת פקודי, תשס"ח לפ"ק וכו'. די זייגער קלאפט צווישן טען פופטי טו, און טען פופטי טרי.

אזוי ווי די ציהל פונעם ארטיקל איז נעלם געווארן, (איך הער אז ס'איז געווען א ציהל.) א-ווי געשריבן נעכטן, כאשוין נישט צו סאך וואס אויסצו רעכענען, כ'האב נאך צו גיין זיבעצן תגובות, און דערנאך קומט אט דער ארטיקל, סאו ווי לאנג קענעס שוין נעמען, ס'איז דאך פשוט, אז די באערדע זאגן מיר, אז איך שרייב זעכצן פוינט צוויי און פערציג תגובות א טאג, קומט פשוט אויס, אז אין די קומענדיגע טאג אדער צוויי, וועט שוין דעי ארטיקל זיך וואלגערן אויף די קרעטשמע פלאהר, ארויף אפאר סטעפס און דערנאך צוריק אראפ, און דערנאך נאכאמאל ארויף, אזוי עטליכע מאל, ביז צוביסלעך וועטעס יורד זיין, נידריגער און נידריגער, און דער עולם וועט פארגעסן אז אזא ארטיקל איז אפילו געווען, נו, איך ווייסעס יעצט ביים שרייבן, אז דאס גייט געשעהן, און איך בין געראכטן דערויף, און מיט דעם אלעם, טוה איך דאס, פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך האב געשריבן נעכטן, איך פיל אז איך וויל שרייבן, און איך האב נישט וואס, און דאס בארואיגט מיך, סאו וואס גייט מיך אן, וואס ס'גייט געשען דערמיט אין עטליכע טעג ארום?

סאו, לאמער טראכטן פון וואס איך קען יא שרייבן, ס'איז אזוי, ווי איר באמערקט אינעם קעפל, איז אט די דאזיגע תגובה, (אויך מיך א תגובה.) מיין צען טויזענט'סטע תגובה, איך דארף אייך נישט זאגן, צען טויזענט איז אן ערענסטע נאמבער, איך ווייס נישט וויפיל פונעם היינטיגן עולם דא, ס'געדענקט, ווי די אלט קרעטשמע, האט זיך איבער געדרייט ווען קרעמער איז אנגעקומען צו זיין דריי טויזענט'סטע תגובה, ס'איז געווען אומגעפער ווען איך האב ערשיינט אין די קרעטשמע, איך האב אפילו געמאכט א פאום פאר אים, ס'איז געווען הימל און ערד און קרעמער און דריי טויזענט, ס'איז געווען א שמחה אין די עולמות, און ס'איז טאקע געווען, כ'מיין פארוואס נישט, און איך זוך אים בכלל נישט אוועק צו מאכן, ס'איז ווי נישט ווי, א גרויסע נפקא מינא, קרעמער'ס דריי טויזענט, אינטערעסאנטע תגובות, מיט מיינע צען טויזענט געמישט מיט איינס און האלבע ווערטער'דיגע תגובות, איך נעם נאר ארויס דאס איינציגע אז אנקומען צו דריי טויזענט איז געווען עפעס מער פון וואס דער עולם האט זיך געראכטן, יעצט אז איך בין אנגעקומען צו צען טויזענט, איז נישט די אישו, פאר א פייערונג, נישט דאס איז דער ציהל מיט מיין דאזיגע תגובה, נאר אינגאנצן עפעס אנדערש, אזוי ווי לעצטענס מוטשע איך מיך צו טרעפן וואס צו שרייבן, און אט איז אונטער געקומען אזא געלעגנהייט, אז איך קום אן צו צען טויזענט, איז מיר דאך אונטער געקומען א געוואלדיגע איידיע פון וואס צו רעדן.

יעצט ווען מ'רעדט פון אן ענין, איז דאך דער עיקר תחלתו וסופו, מ'דארף מסיים זיין מעין הפתיחה, און מ'קען געהעריג אנרופן די דרשה, על שם די נאמען און די חתימה פון די דרשה, דאס זעלביגע דא אויך, כ'האב א נאמען געגעבן ס'קעפל, על שם מיין צען טויזענט'סטע תגובה, און כ'וועל מסיים זיין אויך דערמיט, און אינמיטן קען איך צוזאם ווארפן וויפיל שטותים ס'לאזט זיך נאר, ווייל סייווי גייט איר דאס ליינען, איך האמעך שוין איבערצייגט אז מיט אייך קען מען גארנישט מאכן, אפילו ווען מ'זאגט ענק קלאר, רבותי בלייבט שטיין דא, גייט איר ווייטער, סאו זאגעך שוין נישט, איר קענט טוהן וואס איר ווילט, איר האט מיך שוין געמעגט לייגן אויף די חזקה, אז איך הער שרייבט, 'גארנישט'.

איז אזוי, לאמער מאכן א סך הכל, (די פאקט קען אפשר ארויס העלפן, ער זאל מאכן א שנעלע חשבון.) וויפיל פון מיינע תגובות האבן ווייניגער ווי צען קערעקטער'ס, כ'מיין אז די בזיונות וועלן זיין געוואלדיג, אבער הו קערס, ווייל לאמעך ענק זאגן, פאר מיר איז ווערט אן אנדערענס איין אדער האלב ווערטער'דיגע תגובות, מיטן חשבון, אז יעדע שטיק צייט ווארפט ער אריין, עפעס וואס זאל איבער לאזן א שמייכל אויפן פרצוף, אזאנס וואס מ'קען ליינען, נישט סתם געבן א קוק, און מאכן אזא גערעגטע מינע, ווי איינער זאגט, שוין ווייטער געשריבן אבי געשריבן.

ממילא, אפילו איך ווייס גאנץ גוט, אז איך גלייך זייער צו זיין ערענסט פארמישט אין די ווערטער'דיגע און ווי אויך און די גענאמבערטע תגובות, איי רילי דאנט קער, ס'באדערט מיך אפילו נישט, איך ווייס אז פון צייט צו צייט צולאז איך מיך גאנץ פיין, און איך ווארף אריין עפעס מיט וואס דער עולם זאל זיך באלעקן, אפילו ווען איך ווייס, אז איך קען מיך רעכטן אויף ווייניג שכוחות. (איך מיין אז כאנאך אינעם גאנצן ארטיקל נישט דערמאנט אז איך לייד דערויף, נו, קען מען דען ארויס לאזן אן ארטיקל, און נישט רעדן קיין איין ווארט וועגן שכוחות, אה נאו, נישט איך הער, נאו וועי, סאו היר איז איט, און אויב כאב יא שוין גערעדט, זאלעס אויך נישט שאטן.)

סאו נאך אלע מעשיות, פאקטיש האלט איך ביים צען טויזענט'סטע תגובה, (איינער געדענקט נאך די נושא?) און ווי ס'האלט יעצט, איזעס בערך א צען און דריי פערטל פראצענט פון אלע תגובות דא, יאפס איך קלאפ מיך אויף די פלייצע, כ'האב היבש הנאה דערפון, מ'רעדט דא פון איבער דריי הונדערט רשומים, און פון די אלע שרייבן נאר בערך צווישן דרייסיג און פערציג מעמבער'ס, אקטיוו, און ווען מ'צוטיילט די אלע תגובות פון די גאנצע קרעטשמע, קומט אויס, אז איך האב געשריבן א פיפטל, (בערך, כאפט מיר נישט אויפן ווארט, לאזט מיר פילן גוט, וואס גייט אייך אן?) און דאס געט מיר א גוטן פילינג, ס'האלט היינט דארט, אז אויב איך פעל א טאג פון די קרעטשמע, פיל איך עס, איך האלטעס כמעט נישט אויס, ס'איז מיר פונקט לעצטענס אויסגעקומען צו שמועסן מיט איינע פון די חברים דא, אז לעצטענס טוהט זיך דא א געשרייבאכטץ אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן, האט מיר יענער געזאגט, אז ער האט מורא אז ער גייט מוזן לייגן אויף זיך א באגרעניצונג, וויפיל ער מעג דא פארברענגען, האב איך אים געזאגט, אז איך קען נישט, איך מוז אלעס דורך קוקן, איך קען מיך דאס נישט ערלויבן, און דאס איז עס אין פאקט, סאו ווען איך האב א חלק און נישט סתם א חלק, נאר אן ערענסטן חלק, (ס'הייבט שוין אן צו שטינקען, הא? כ'רעד שוין צופיל? וואס קען איך אבער טוהן נישט אלץ האבעך די מייק אין די הענט.) אין אזא פראיעקט ווי א שיינער ציבור דרייט זיך, און מ'האט הנאה, פריי איך מיך, אז איך קען דערצו העלפן, ס'צאלט זיך אלעס אויס.

עניוועי, גענוג גע'קאטשקעט, מיט מיין דאזיגע קורץ און שארפע תגובה, ווילעך עטליכע זאכן, קודם כל בעטן פון די אלע וואס האבן אפילו פאר א רגע איינמאל זיך אויפגערעגט דורך מיר, פאר סיי וואספארא סיבה, אז זיי זאלן מיר מוחל זיין, איך האבעס אוודאי נישט געמיינט ערענסט, און אויב יא, איז זיכער געווען א ריכטיגע סיבה דערביי, סאו, וואס בין איך שולדיג.

און נאכן זיך דורך קומען בין אדם לחבירו, ווילעך אויך דאנקען דעם באשעפער, ס'איז אפשר פאני צו דאנקען דעם באשעפער, אז ער האט מיר צוגעשטעלט א פלאץ אויפן אונטערנעט, ווי צו פארברענגען, אבער מצד השני, איז נישט פארהוילן פאר קיינעם, אז ווען איינער האט אביסל איבריג צייט, און ער פארברענגט נישט דא, איז בטוח אז ער דרייט זיך אויף אזעלכע פלעצער ווי ס'איז פיל ערגער פון סתם זיין אויפן אינטערנעט, סאו דאנק איך דעם באשעפער איז ס'איז דא אזא פלאץ, וואס דורך דעם, דריי איך מיך דא, און איך קום נישט אן צו פארברענגען ערגעץ אנדערש.

די נעקסטע פוינט, צו געבן א שכוח פאר די אכסניא, ווי איך פארברענג שוין העכער איינס און אהאלב יאר, און נישט סתם פארברענגען, נאר אזוי לשם פארברענגען מיט אלע מפרשים, און דורך דעם האבעך ניטאמאל קיין נסיון צו זוכן ווי צו פארברענגען אויף אנדערע פלעצער, א פלאץ ווי מ'קען רעדן וויפיל שטותים מיט הבלים מ'וויל נאר, און דאך מיט א שטיקל העכערקייט, גארנישט אויסגעמישט מיט שמוץ, לשון הרע, רכילות, פאליטיק, אדער סיי וואס. ס'איז ממש א נחת, ווען איך דערצייל פאר א פרעמדן אז איך דריי מיך דא, און יענער פרעגט מיך וואס איז אינטערעסאנט דארט, האבעך איין תשובה, פונקט ווי ס'איז דיר געשמאק צו פארברענגען אין מקוה, אפילו ווען מ'רעדט נישט פאליטיק, נאר אבי גערעדט, דא איז אויך אזוי, מיט א בענעפיט, דו קענסטעך אמאל פארלערנען, מ'האט א שיעור, ס'איז דא סכסוכים, אין לערנען, ס'לעבט זיך דא אויף טישן און אויף בענק, מ'ווערט דא געוואר אינטערעסאנטע זאכן, ווי למשל, נייעס, עולם האטעכנעלאגיע, וכדומה, ס'איז אלץ דא וואס צו טוהן, און ווען חס ושלום נישט, עפענט מען אן אשכול אז מ'האט נישט וואס צו שרייבן, אדער אז די נושא איז פארשפארט, אדער כאפט מען א שפאציר אין מדבר, וכדומה, אבער אלץ איז דא וואס צו טוהן, און ווען נישט, איז א סימן אז מ'האט שוין פארברענגט דא צווישן צוויי און פיר שעה, סאו ס'איז צייט אהיים צו גיין.

צוביסלעך פילן זיך די פעיזשעס אן, מ'האלט מער שוין ברוך השם, העכער צוויי טויזענט זיבן הונדערט ווערטער, און ווי אויך מער פון פערצן אהאלב טויזענט קלאפעס אויף מיינע באליבטע קיבארד קנעפעלעך, כ'מיין אז ס'איז אויך אן עשיוומענט.

ווי אויך וויל איך מיך באדאנקען פאר אלע חבירים דא, איך גיי קיינעם נישט אויסרעכענען, ווייל כ'האב מורא אז כ'וועל חלילה פארגעסן איינעם, און דאן וועט זיך עס נישט אויסצאלן, ער קען זיך חלילה באליידיגן, און צו וואס פעלט דאס אויס, ווען איך זאג באדאנקען פאר אלע חבירים, מיינעך סייווי אלע, פשוט כפשוטו, יעדער וואס לייגט צו דא א האנט, העלפט ארויס אז מ'זאל דא קענען פארברענגען אויפן בעסטן אופן, און ממילא קומט זיך אן עקסטערע שכוח פאר יעדן איינעם, אוודאי דארף מען זיך באדאנקען פאר די חברי ההנהלה וואס פירן דאס אן שלא על מנת לקבל פרס, אסאך מאל איז ענדערש על מנת לקבל פראסק, ווי אויך די אחראים דא, איש על פורומו ואיש על אשכולותיו, ועל תגובותיו, און פאר אלע שרייבער פון לאנגע ארטיקלען ביז קורצע תגובות, קיינעם לאז איך דא נישט אויס.

איך שרייב נישט מיט קיין סדר, ווייל געווענליך קומט די דאנקעראציעס ביים סוף פון אן ארטיקל, איך ווייס אבער נישט ווען די סוף איז, און איך האב געזוכט וואס צו שרייבן, און איך האב געדענקט אז איך וויל דא אויך שרייבן, האבעכעס געשריבן אבער אז ס'וועט זיך מאכן אז נאך עפעס וועט ארויף טאנצן אויף מיין מח, עלעך מיך נישט צוריק האלטן פון עס דא אריין שרייבן, ס'זעט אבער אויס ווי איך גיי שוין יא ענדיגן, איך זעה נישט מיט וואס איך קען ציען ווייטער, (כאילו ביז יעצט האבעך יא געזעהן.)

כאנאך ביז יעצט געמיינט, אז ס'גייט שוין היינט נאכט ארויף גיין, אבער דערווייל זעטעס נישט אויס, עפעס רירט זיך דארט נישט, מ'איז ביזי דארט מיט צו הויכע זאכן פאר מיר, און איך האב נאך פופטין טו גאו, ביז דעי ארטיקל קעפל זאל נישט זיין קיין ליגענט, סאו עלעך ווארטן אויף מארגן, עטליסט איז די ארטיקל פארטיג, כ'וועל העכסטענס צו שרייבן נאך אפאר ווערטער, צו מאכן אביסעלע מער לאנגווייליג בשעת ליינען, אבער דאס איזעס מער ווייניגער, טייערע ליינער ווען איר האלט שוין דא, קענט איר ווערן אסאך רואיגער, ס'ענדיגט זיך שוין, איר האלט שוין ביים סוף.

עד כאן (אזוי מיין איך,) פארן היינטיגן טאג.

סתם לידיעה בעלמא, אז כאב צוגעלייגט איבער דריי טויזענט קלאפעס, שוין נאכן שרייבן עד כאן.

הלילה אור ליום ד' פרשת פקודי וכו'.

דא בינעך, און יעצט איז געקומען די צייט, פאר מיין תגובה'לע אריין צו שפאצירן צווישן די חומות הקרעטשמע, נעכטן איבער לאזענדיג מיין תגובה דא אזוי פארשעמט, נישט ארויף לייגענדיג אין די קרעטשמע, האבעך אזוי געטראכט, מיט וואס איך קען איר איבער בעטן, איז געבליבן אז כ'וועל צושרייבן נאך אפאר ווערטער, איידערן אריין שמעטערן אין די קרעטשמע אריין, און כ'האב אזוי געטראכט פון וואס נאך איך קען רעדן, אימער פייגעבאלן אז כ'וועל צו לייגן, אז מיין צען טויזענט'סטע תגובה, איז פונקט אויסגעקומען ערב חודש אדר ב', ווען המן איז געווען ביזי, מיט זיינע עשרת אלפים, אבער ער האט דערמיט געוואלט מצער זיין, אידישע קינדער, און איך בין ביזי מיט מיינע עשרת אלפים, און איך וויל נאר משמח זיין אידישע קינדער.

למעשה, האט מיר מיין פאטאקי געגעבן א ווארף אריין היינט אינמיטן טאג א לינק, צו די אשכול ווי מ'האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער, און כאגעזען אז בני, האט שוין געמאכט אביסל צימעס פון די עשרת אלפים, האבעך מיך געוואונדערט, הלמאי אים איז פונקט בייגעפאלן די זעלבע איידיע מיט די עשרת אלפים, און ס'האט מיך פאר איין מינוט געבאדערט, אז איך וועל נישט קענען רעדן דערפון, אבער איך מיין אז איר קענט שוין איך הער, ער וועט נישט מוותר זיין אויף א באשרייבונג נאר ווייל איינער, האט אויסגעכאפט עפעס פון וואס ער האט געטראכט, ער וועטעס העכסטענס שרייבן, און צולייגן אז ס'איז אליינס בייגעפאלן, און ווילאנג ס'איז נאכנישט געווען בידו, האטעסעם איינער אויסגעכאפט, והך כוה, אזוי האבעך געטוהן.

כאנאר געטראכט, ווי אזוי קענעס טאקע זיין אז ער זאל פונקט מכוון זיין, צו דאס וואס איך האב געטראכט, איז דאך באקאנט איך געדענקט נישט פונקטליך ביי וועם און מיט וועם, אז איינער האט זיך געמוטשעט זייער שטארק אויף עפעס א קשיא, און צום סוף האטער געדארפט צוקומען צום הימל אז מ'זאלעסעם פארענטפערן, און דערנאך ווען ער האט געפרעגט די קשיא פאר אן אנדערן גדול, האט אים יענער באלד געענטפערט, די תירוץ וואס דער פרעגערן האט באקומען פון הימל, און ער האט געהאט חלישות הדעת, ביז ווען דער גדול האט אים מסביר געווען, אז אין אמת'ן איזעס א זייער שטארקע קשיא, אבער אין די מינוט וואס מ'האט אים פון הימל מגלה געווען דעם תירוץ, איזעס אראפ געקומען אויף דעי וועלט, און יעדער קענעס שוין צוטרעפן, סאו דאס זעלביגע איז דא, אז מיר איז שוין בייגעפאלן צו שרייבן עפעס פון עשרת אלפים, האט שוין בני געקענט מיר אויסכאפן דערמיט.

תם ונשלם לחברי הקרעטשמע.

מעין הפתיחה, תגובה נאמבער צען טויזענט.

Advertisement

דינסטאג מרץ 04, 2008 10:21 pm

wow

wee

wow

wee

איך הער, וואט עי סורפרייז, איך האב געקלערט אויף עפעס, אבער אויף אזאנס. נאכאמאל WOW
ביסט ממש אדוק ומקושר צו דיינע אונטערטאנען, די טרייע חברי הקהלה וואס צאלן דיר ערליך מעמבערשיפ דיוס, אזוי אינזין צו האבן, עלמיר גיין ליינען.


יעצט אז איך האב עס שוין געליינט, מוז איך דיר עקסטער גראטולירן, קודם דאס גאונות פון שרייבן און שרייבן און ציען דעם פעדער, און גארנישט ממש גארנישט, איז א גאונות פאר זיך אליינס, וואס ווייניג קענען, אדער פאסט זיי.

צווייטענס, א איד טוט איבערבעטן קאלעגעס אין א גרינעם אדר'דיגן מיטוואך, און דאנקט דעם בורא פאר אלע חסדים מיט אזא חסד ואמת, איז א מדרש פליאה.

דריטענס, פריוואט פאר מיר, אן עקסטערע יישר כח, פאר אראפברענגען דעם חידוש דיינע פון עשרת אלפים אויף די וועלט, אזוי האב איך אויך געקענט צוקומען צו די השגה, איך האב מיך טאקע געוואונדערט פון וואו ס'איז מיר אזוי גרינג אריינגעקומען אין קאפ.

לאמיר זיך בקרוב זען הרב איך הער, ביי עשרים אלף

!!@#$%^&*)(_+ ;~":,.?\| דאס איז די שפראך פון די הארץ, האסט פארשטאנען?

מיטוואך מרץ 05, 2008 9:00 am

און איך נער האב געשריבן דעם מאזעך טויב אין כאלי'ס אשכול, טו בעד איך הער, קענסט עס גיין אויף פיקן דארטן, עס איז נישט אזוי גרויס אז דו זאלסט זיך ברעכן דעם רוקן.

אבער אויף דעם ארטיקל האבעך מיך נאכנישט באדאנקט, סאו נאדיר א שכוח פראם די באדעם אף מיי הארט.

^&*)(_+ ;~":,.?\|!!@#$%

מיטוואך מרץ 05, 2008 10:08 am

....... < קוק רעכטס דארטן, זעסט וואס איך מיין? יא טאקע דאס מיין איך, איך בין ווערטערלאז. אדער אזוי ווי בעני דכאטלע זאגט *&$!@&(&%^ בעני דאס איז עס? איך מיין אז דאס איז די ענטפער פאר דיין האחרצ'ל, טאמער נישט געב מיר דיין קאוד ווואס דיין הארץ נוצט.

יעצט, וויפיל איך בין ווערטערלאז איז מיין סקראטלער דאטפעלט והא ראי' אז ער גייט טשארדזשען געלט פאר יעדע ריר, יא עס איז א נייע זאך.

הכלל, היך אער איז אזוי דא, זאלסטו וויסן אז דיינע ארטיקלן ליין איך געוונעליך פון אונטן אויף ארויף, איי פארווואס? טריי עס אויס וועסטו זעהן אז מען פארשטייט בעסער אין מען נעמט ארויס סך מער פון דיינע געשרייבעכט'ס. איי פארוואס געב איך ארויס די סוד? אההה דאס איז פשוט, ווייל אזוי וועסטו פון וועלן מיך אויסשפילן אין שרייבן פון אויבן אויף אראפ, ריכטיג? וויל איך דיר זאגן דא, נ'גוט די שרייב אזוי, אין איך וועל קענען ליינען געהעריג, איי פארוואס זאג איך דיר דאס? "זאלסט ווערן גוט צומישט אין וועסטו דאך אווודאי אין אוודאי אין אוודאי זיין אין א דילעמע, ועסטו מיר דאך קומען פרעגן וואס צו טוען, וועל איך דאך אויך אוטאמאטיש וויסן וואס דו גייסט טוען, שטימט? יעטצ ווענדט אפ מיין פשעטל נוסח ראטמאטש.

אין טאטטעל, ס'געשרייבעכט'ס ביי מיער דאהי היצטעט, איז חלילה וועכאחס נישט צו קאטמפיטן מיט דיינע שיליון קלאפעריי אויפן קיבארד, נאאא אינגאנצן נישט, מערצעשעם פורים מיטן גראגער וועל איך גיין קאמפעטישאן מיט דיינע קלאפעס.

דאס איז נאר א הערצל נידערשפראחזע ערציילונג, פארשטעט באטני?!

טענקס עי שיליון קלאפעס! קלאפער'רייזער איינער!
דיי קלאפ נאר ווייטער!

ווי עס קלאפט דא, דער צוקלאחפטער באטחי

באטם ס'באטם... באח באח.. באטם...

אהה סארי איך האב נישט געכאפט אז איך בין נאך אין קרעטשמע איך האב מיך פשוט דערמאנט פון א ניגון פון ברסלב תנואות געמישט מיט כאטרעס'מאחנישעזר שטיבל געזאנגען.

צלאטכע.

מיטוואך מרץ 05, 2008 11:21 am

איך זאג אויך WOW אזא לאנגס און א ברייטס, אבער בקיצור וויל איך דיר זאגן איכער אז אפילו דיינע קורצע תגובות וואס דו שרייבסט
האט אויך אן אייגענארטיגן חן און א רואיגע סטיל, איך האב אלץ הנאה וויזוי דו שרייבסט אראפ א תגובה אפילו נאר איין שורה.

דאס האב איך דיר צו שרייבן פלעין און סימפל, איך האב נישט קיין קנאקעדיגע פראזן און מליצות אראפצולייגן וואס פאר א הנאה דיין שרייבן
דא גיט מיר דא טעגליך, דאס איז עס, איך זאג דיר גראב אין פנים, שרייב ווי מער ווייל איזאק האט עס ליב.

גענוג גוט ? נישט אזוי פראפעשענעל, אבער קבל את האמת ממי שאמרו.

מיטוואך מרץ 05, 2008 1:09 pm

11:44 PM ליל שלישי פרשת פקודי , זיצענדיג און ליינענדיג דעם ארטיקל פינעם חשובען סעקרעטאר צום צען טויזענט'ער תגובה קען איך מיך נישט בארוהיגען

מען מיז זיך מיטפרייען מיט דיין
זייער גרויסע שמחה, האב איך
ליינענדיג געטראכט אז מען מיז עפעס שרייבען

טייערע חבר וואס ברענגט און מיר אריין א שמחת החיים
ווייטער זאלסטו אונגיין אן קיין שטער
ביז משיח'ס טאג בקרוב אמן

איכער איכער וואס זאל איך זאגען ,
יעדן טאג ווען איך קום דא אריין קוק איך וואס האט איכער אונגעגרייט פאר מיר
כוועל הנאה האבען ווייס איך פון פאראויס , אבער
היינט איז געווען אזאנץ און א זעלעכץ (גיט געספעלט ?)
ערשט יעצט געענדיגט ליינען, יא יא וועל איך זאגען צען טויזענט
רייכע תגובת יא יא

יא יא אפאקט בלייבט פאקט איכער האלט שוין ביי צען טויזענט רייכע תגובת


יא יא אפאקט בלייבט פאקט איכער האלט שוין ביי צען טויזענט רייכע תגובת


יא יא אפאקט בלייבט פאקט איכער האלט שוין ביי צען טויזענט רייכע תגובת

מיטוואך מרץ 05, 2008 2:11 pm

מיינע רבי'ס פלעגן זאגן, דו טו דיינס, און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן.
אדער וויל-נאר וועסטו זיין א סעקרע אוי___ וואס זאג איך? א גאון,
לענינינו קען מען אפשר זאגן, ס'שטייט און די וואכעדיגע סדרה אלה פקודי וכו' איז דא א מדרש הנעלם מה ראה איכער .....
נאר מען עס אפשר פארענטפערן,-פאר ווער עס האלט נאך מיט- שפעטער זעהט עס שטייט ואת האלף מיט אזא אזלא גרש,(דער עולם קען די ניגון)
מען קען נאך גיין ווייטער? אקעי, דער עולם שרייט עפעס, וואס וויל מען? איבערזאגן? נע....עס איז זייער שווער. וואס גיין ווייטער? עס סאונד מער ווי א קול ענות, קען דאך אויך נישט זיין,
נא וואס וויל מען? איך זאל שוין סאטפען? אקעי לאז מיך קומען צום תנאים, אבער וואס שרייט עטץ נאך אלטץ? וואס אריין און ס'מעדרעש? וואס?דו האלטס איך קען מיך פארגלייכן מיט די קארפן קעפ דארט,
איך האב דאך אפילו נישט דעם פיאסטער פארן שומר הפתח, אאהה...קום נענטער, וואס זאגסטו? נע, איך גלייב נישט.. האסט נישט אפילו די חוצפה צו זאגן אזא גוזמא?
נאכאמאל, דו ווייסט אויכעט אזוי? איך מוז עס נאכטשעקן, רבותי עס רעדט זיך נישט דא פון קיין טויזענט און נישט קיין פופצן הונדרעט און נישט קיין צוויי טויזענט,
אז איך זאל אויסרעכענען וויפל עס האלט נישט וועט ער ביז איך ענדיגן האלטן ביי......איך ווייס אליינס נישט, סא בקיצור דא רעד מען פון א קיימא לן, יא פשוטו כמשמעו קיימא עס האלט זיך לן צו אונז,
ער האט א חשבון פון הונדרעטער טויזענטער קלאפעס געגעבן פאר אונזער וועגן, ניין, נישט מיט זיין שיך,
און אפילו ווען יא האט ער עס געטוען אויף דער ערד, נישט אויף אונזער שיך, העכסענס(ספעלינג?) אויף די ברעיג, און דאס איז אלעס וואס א יעדער קען זעהן,
און ווער ווייסט דען נישט וויפיל קלאפעס זיין שליסל ברעט האט געכאפט ארויסצוהעלפן סיי וועמען, אויף טאלק?
אקעי, נחזור לענינינו, דאס צייגט אונז אז מען וויל קען מען, און לאמיר זיך אלע אנגארטלען אים נאכצוטוען, ער וועט נישט ברוגז זיין, לויט ווי איך קען אים, ער האט אויך נישט אנגעפאנגען ביי 9999
ניין, ער האט אנגעפאנגען ביי אלף ניין נישט טויזענט נאר אל"ף אזוי, איינס אדער ONE אדער1 אדער ............
עניוועי איך הער, כשם, אזוי ווי, נישט שם בן נח, פארשטייט איהר אליין אז אוואדי נישט דער נוח פון דער מגילה, ווייל דארט איז נאך א ספק ווי ער האלט ביי פופצן אדער ביי זעכצן,
יא עס שטייט ארויס בפירוש, ונננוווחחח בחמשה עשר בו, און ביי שושן ונוווחח בששה עשר בו, סא קען עס נישט זיין, ווייל דא רעד מען פון די עשרת אלפים............א באס צום נושא? נא?
אה יא איז דער שם בן נח נולד מהול, האט ער דאך שוין געקענט זיין נולד ועשרת אלפים תגובות בידו אויכעט, אלא מאי מוז מען צירוק קומען אז עס טייטשט אזוי ווי,
שנכנס, יא, דא איז יא טייטש אזוי ווי משנכנס אדר, לעשרת אלפים תגובות כן יכנס לתורה, אפס ווייטער פארפארן, נו זאל שוין זיין אזוי אויך, נא לעשרת מונים, כ'מיין צען מאל אזויפיל,
נאר דאס קומענדיגע יאר אליין, מתוך שמחה ונחת, אושר ועושר, קיפ אפ יאר גוד ווארק,


אקעי, אנטשילדיג פארן מאריך זיין, איך האב געמיינט אז איך גיי נאר שרייבן איין שורה, ואתכם הסליחה,

מיטוואך מרץ 05, 2008 4:54 pm

שפראכלאז..... ווער געדענקט אין חדר ווען מיהאמיר געשפילט איניינעם, נעע, נישט דאס מיינעך, כ'מיין צו זאגן, ווען מ'האמיר זיך ארומגעריסן דו ביסט כסדר געווען עטוואס העכער מיר, און געפאלן, העכער און געפאלן, אבער אז דו זאלסט זיך אזוי שיין אנטוויקלן, מי מילל ומי פילל??????????

מזל טאב נאכטמאל.

מיטוואך מרץ 05, 2008 9:38 pm

איכער, ביזט שוין פארטיג מיט'ן שרייבן? ווייל כ'וויל עפעס זאגן, אבער כ'וויל נישט אריינהאקן בעפאר איך ווייס זיכער אז דו ביזט שוין פארטיג, לכה"פ מיט'ן הקדמה...

אגב, קענסט מיר טון א טובה און מיר זאגן אין 25 ווערטער וואס דו האסט געשריבן?... כ'וויל מאכן חוזק חזרה...

*

איכער, באמת ביזטו א שר "עשרת אלפים ושתים", ווייל דיין אשכול האט געברענגט צוויי גוווטטטעעעע תגובות, פון באכי און כאגאבי.

מיטוואך מרץ 05, 2008 9:45 pm

איך הער, כ'גיי ארויס פון קרעטשמע פאר אפאר טאג און דו קענסט נישט ביהעיווען??? שטעלדעך פאר כ'ארבייט ווען פאר דיר.... וואלסטו נישט געקענט גארנישט טוהן... קעי, כ'רעד שטותים.

עניוועי, כ'מיין אז כ'וועל נאכאמאל אוועקגיין פאר א וואך און כ'וועל באגעגענען א 20,000'סטע תגובה.

מזל טוב מזל טוב

מיטוואך מרץ 05, 2008 11:29 pm

דער עולם רעדט דא פון צוואנציג טויזענט כאילו עס איז אים טאקע אזוי גרינג אנגעקומען די ערשטע צען. וויסן זאלט איר - איך קען דאך איך-הער'ן נישט פון היינט אנגעהויבן, נאר נאך פון אלט-שטאט - אז יעדע תגובה זיינע האט אים אפגעקאסט מחשבה, צייט, און געלט! מחשבה: ווייל ער קלאפט נישט קיין קנעפלעך אומגעטראכט (והא ראיה, רוב מאל רינגעלט ער איין פונקטליך וואס ער האט געטראכט). צייט: איז דאך פשוט, יעדע קלאפ נעמט אביסל צייט. און געלט: ווייל איר ווייסט אפשר נישט, אבער ער פארמאגט א געהעריגע סייד דזשאב אויסער די סעקרעטארשאפט אין קרעטשמע... און יענע דזשאב צאלט אים געווענליך נאר ווען ער ארבעט דארט, און נישט ווען ער צולאזט זיך מיט לאנגע הקדמות אדער קורצע טענה'רייען און גריסן אדער דאנקעראציעס פאר די קרעטשמע מיטגלידער.

וויל איך דא ווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר מיין טאטע'ס איידעמ'ס שוויגער'ס שנור'ס שוועסטער'ס שוואגער'ס באבע'ס שוועסטער'ס טאכטער'ס טאכטער'ס מאן (נו, גילוי!) וואס באהאלט זיך אונטער דעם ניק "איך הער", פארן דערגרייכן 10,000 תגובות אין אונזער באליבטע קרעטשמעלע (כ'וועל דיר זאגן דעם אמת: איך האב פרובירט אנצוהייבן א פאום לכבודך, אבער איך האב זיך דערזעהן אין ערגעץ... האב איך באשלאסן בעסער דאס ווי איידער קיינמאל).

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:01 am

וואט עי יוחס היס גאט....

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:45 pm

כדי צו געבן צו פארשטיין, (ווי זאגט מען עס אויף לשון קודש צוברעכן די אויער, דענקעך ניט היצטערט) וואס צעהן טויזענט איז, וועל איך אים באמזל-טוב'ען מיט צען טויזענט חאראקטערס אן די ספעסעס

מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טויזענטסטע תגובה = מזל טוב צו דיין צען טוי


און יעצט מאכט א חשבון פאר יעדע אות האט ער געשריבן א תגובה און געדריקט שלח

נו הייב אן צו ציילן 1 2 3 4 5 6 ..............

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 10:22 pm

זיידעניו, דו דערשרעקסט מיך אליינס אויך, אזויפיל האבעך טאקע געשריבן?

פרייטאג מרץ 07, 2008 11:07 am

נישט קיין שיינע זאך איך זאל נישט אריינקומען דא און באגריסן דעם שר התגובות והקדמות.
מיין ברכה איז זאלסט מאכן מינומום צען טויזענט דאלאר א שעה, זאלסט קענען לערנען
צענדליגע טויזענטער שעות תורה.

פרייטאג מרץ 07, 2008 11:59 am

אמן ואמן, פאר אלע מברכים, אי"ה ביינענק אויף שמחות.

זונטאג מרץ 09, 2008 2:07 am

זיידעניו, שכוח פאר'ן אנברענגען צוויי מינוט פון מיין צייט.

מאנטאג מרץ 10, 2008 12:04 am

מעומקא דרגלא, וויל אנווינטשען א מזל טוב, פאר די מאוסט וואנטעד, כ'מיין די מאוסט תגובה שרייבער,
גאט זאל אייך העלפן אין זכות פין דיינע גרויסע אויפטוען דא אין קרעטשמע, זאלסט האבען בני (מוז נישט זיין צען טויזענט)חי ומזוני וכל מילי דמיטב

ביי די וועי איך ציטער שוין פין דיין צוואנציג טויזענטע תגובה,

זונטאג מרץ 16, 2008 11:21 am

איך ווייס אז דו האלטסט שוין באלד ווייטער פון דיין צען טויזענסטע תגובה ווי נענטער, אבער וואס זאל איך טון אז איך האב ערשט יעצט געענדיגט ליינען דיין צען טויזענסטע תגובה, און פאר'ן עס ענדיגען האב איך קיין מזל טוב נישט געוואלט אפגעבען. און דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף מיר פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עס דורך צו ליינען, ווייל עס האט דיר דאך גענומען פונקט אזוי לאנג עס אפצושרייבען. בעצם האב איך בשעת'ן ליינען געהאט אסאך הערות והארות וואס איך האב דא געפלאנט צו שרייבען, אבער די וועלט זאגט אז מיט די צייט פארגעסט מען, און איך זאג אז ס'איז אן אמת'דיג ווארט. ממילא וויט נאו ווערדער עדו......... מזל טוב!!!!

זונטאג מרץ 16, 2008 9:56 pm

אנדי, בעטער לעיטער דען נעידער. איי עפרישיעט דעט.

וחבל, אויף די הערות וואס דו האסט פארגעסן.
שרייב א תגובה

Advertisement