Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ועשרת אלפים איכרי כסף

דינסטאג מרץ 04, 2008 10:10 pm

ס'איז נישט קיין טעות, אזו שטייט אויסגעקריצט אויף די גאלדענע שטיינערנע ציגל, וואס באצירן די ווענט פון דעם וועלט בארימטן קרעטשמע.

דער הויכגעשעצטער סעקרעטאר ירום הודו ותנשא מלכותו בטוב ובנעימים, האט אין זיין נאבעלע קאריערע, געוואונען דאס מעדאל פון פרידן און אויפטוען, מיט זיינע צענער טויזענטער האניגדיגע צוקערלעך, וואס ער האט געטון שיטן אין דעם קורצן צייט אפשניט, וואס דער קרעטשמע שטייט נאר.

ביזדערווייל איז די דראמא אויפן העכסטן סיטואציע, נאכדעם וואס דער געהויבענער סעקרעטאר, האט געמאכט א ויברח נאכן מסיים זיין 9999 תגובות, גיבנדיג צייט פאר אונז אלע זיך מתבונן צו זיין, אויף וואס דא גייט זיך נאר אפשפילן.

המשך יבוא מכל אחד ואחד.

Advertisement

דינסטאג מרץ 04, 2008 10:12 pm

איכר לאדון!

עשרת אלפים, וואט עי נאמבער, אבער אז דער רבי האט עס אויפגעכאפט און אויפגעשפילט, ס'א כבוד, איכר'ל לויף נישט אוועק, מיר ווארטן מיט שפאנוג

דינסטאג מרץ 04, 2008 10:17 pm

נו, שוין אז מ'האט מיר געגעבן ס'כבוד פאר אן עקסטערן אשכול דערפאר, עלעך דא אריין לייגן מיין בילד דערפון, ס'איז מיר אויך געווען אינטערעסאנט.
עטעטשמענטס
9999.JPG
9999.JPG (5.19 KiB) געזעהן געווארן 289 מאל

מיטוואך מרץ 05, 2008 8:52 am

WOW אמעזינג, צעהן טויזענט און רוב דערפון זאכליכע סחורה, מערערע אפי' זעקס זיבן ווארד בלעטער לאנג, קעניינעהארע.

נו וואס בלייבט צו וואונטשן, אז ביז א יאר זאל צוקומען א ניינער צום בילד.

מיטוואך מרץ 05, 2008 4:48 pm

זאל גאט דיך באגליקן מיט אלדאס גוטס, ווען כ'ווייס ווען אז דו ביסט היינט א בר-מצו... אפסס מזל, וואלט איך נישט געטשעפעט מיט דיר היינט.

מיטוואך מרץ 05, 2008 8:47 pm

מזל טוב, הער סעקרעטאר. זאלסט מאכן אזויפיל געלט אין א טאג. (אבער זאלסט נישט פארגעסן וואו דו האסט אנגעפאנגען דיין קאריערע...).

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:13 am

אזויפיל שעות ביטול תורה.... ווואאאווו ווי באם אר בי....


אמת גערעדט איז עס א געוואלדיגער אופטוה צו שרייבן מליצות און ווערטלעך כדי משמח זיין אידישע קינדער. תיתי ליך.
שרייב א תגובה

Advertisement