בלאט 1 פון 8
לאמיר זיך ארומ'טענה'ן!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:29 pm
דורך יענטאאש
האסטו שוין אמאל געהאט אזאנס? מן הסתם יא.
ביזט אין די גיסטע זיך צו טענה'ן. מיט ס'אידענע ביזטו שוין נמאס, טא קומסטו אין קרעטשמע אין דו הייבסט אן זוכן ווי זיך צו טענה'ן, און נאכער קריכסטו דעם עולם אויף די געהירן. אדער טרעפסטו אן מיט א בלאזעדיגן, און ער וויל דיך ווייסעך וואס טון. עניוועי, ס'זייגט!
טא קומטס אהער, לאמיר זיך טענה'ן! דא קומט נאר ווער ס'איז אין די גיסטע זיך צו טענה'ן, אדער העכסטנס שטיין אין די זייט און נישט שרייען: מאכט נישט קיין קולות! בלא בלא בלא.........
אקעי ווער וויל?.........
איך הייב אן: אה-יעס!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:35 pm
דורך יאנאש
זאל איך דיר ענטפערן אה-נאו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:39 pm
דורך יענטאאש
קום נאר אהער, וואס הייסט זאל איך דיך ענטפערן אה-נאו?! דו קענסט נישט אליין מאכן קיין דעסיזשאנס? דו האסט נישט קיין גאטס זיך צו טענה'ן, הא?!....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:40 pm
דורך מעסטערמיינד
פארוואס יענטאאש ווילסטו זיך טענה'נען קענן מען זיך דען נישט זיך דורך רעדן ווי נארמאלע מענטשען ? הא? איך הער נישט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:41 pm
דורך מעסטערמיינד
אקעי סאו דו האסט נישט וואס צו ענטפערן ! מיינט עס אז איך בלייב גערעכט!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:41 pm
דורך יאנאש
נאך ווי איך האב גאטס, האסט שוין פארגעסן ווען דו ביזט שיעור געפלויגן פון דיי הערליכן פאסטן? סאו פרעג איך דיר ווילסטו זיך טאקע טענה'ען מיט מיר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:45 pm
דורך יענטאאש
שיעור געפלויגן מיינט נישט גארנישט, למעשה ווער איז ראש הקהל?! דו ציטערסט ווי א פישל פון דיין אייגענעם שאטן, ווילסטו פארהאנדלען, זיך דורכרעדן ווי נארמאלע מענטשן..... כא כא כא....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:47 pm
דורך יענטאאש
כא כא כא, כ'האב ספעשל געמאכט א טעות און געזאגט אז יאנאש האט געזאגט אז ער וויל פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן, אז יאנאש זאל ווערן לעבעדיג....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:49 pm
דורך יענטאאש
אז עטס ווילטס ענק נישט טענה'ן דעמאלטס גיי איך מיך, איך האב א ווייב אויך............. אלץ בעסער ווי גארנישט......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:51 pm
דורך מעסטערמיינד
העי העי העי יענטאאש לויף נישט אזוי שנעל כ'האב נאך ניטאמאל אנגעהויבן רעדן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:53 pm
דורך יענטאאש
דו האסט נישט? אבער נאך ווי דו האסט! דו ווילסט דאך אבער נאר פארהאנדלען, גיי דיר מיט קאווע אנאן!!....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:56 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'האב דיך נישט געפרעגט וואס צו טוהן
און אז דו רעדסט שוין פון קאפי'נען פארשטיי איך דיך אינגאנצען נישט ביסטו נישט פערצאפאל א דעמאקרט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:56 pm
דורך יאנאש
קוקט נאר ווי ער לויפט, דח מינוט וואס ער דארף אראפ לייגן זיין זייט, דערמאנט ער זיך פונעם ווייבל, אדער שיסט ער אויס אין א פארלוירענעם געלעכטער.
קענסט רעדן צום דבר איז גוט, אז נישט שריי אה-יעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:57 pm
דורך יענטאאש
כ'האב דיר נישט געפרעגט וואס דו ביזט, פרעג נישט וואס איך בין!
אבער אז יא, אז נישט, וואס איז דען די חילוק?!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 10:59 pm
דורך יענטאאש
יאנאש! וואט-וויסטו?!....... הא?!!
דו יאגסטעך אפ, און ווען עס דאכצעכדיך אז איך בין שוין געגאנגען קומסטו צוריק צו לויפן?! דו גאטספולער פארשוין וואס דו ביזט!...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:00 pm
דורך מעסטערמיינד
העי איך האב דא אפגעשריבען א גאנצע טענה אויף יענטאאש אין עס איז נישט דא וואו האסטו עס געלייגט ? הא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:01 pm
דורך יענטאאש
ביי דע וועי יאנאש, ברענג אריין נאך טישוס ווייל איך שוויץ שוין. און אז דו גייסט שוין יא ברענג אויך א סעלצער....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:01 pm
דורך יאנאש
איך בין דאהי, איך האב נאר אנדערע זאכן אויך וואס ווארטן אויף מיין אטענטשן, איך ווייס אז ווען מען האלט זיך שטיל ווערסטו נאכמער אנגעצויגן.
אז מען רעדט יא פון גאטס, די ביזט דאך פוסט דערפון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:03 pm
דורך יענטאאש
קוקטס אים אן דעם קליינעם צוציק יאנאש וואס שטייט דארט אין די זייט און רויכערט שנעל אויס דאס ציגארעטל שטילערהייט..... ער רעדט פון גאטס!.... איך שטיי מיטן ציגאר אין פיסקל רעדנדיג אויפן קול אנע פראבלעם...... חא חא חא..... פון גאטס רעדט ער.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:06 pm
דורך יאנאש
דאס איז וואס איך שריי דא, דו רעדטסט און רעדסט אנע טעם, און א ריח מאכסטו אן דא אז עס גייט א רויעך.
דיין ציגאר סרח'ט שוין פון אלטקייט, איך האב עס נאכנישט געזעהן אנגעצינדן זינט דו האסט דאס אריינגעברענגט צום ערשטן מאל, סאו יא איך האב גאטס אין דו נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:09 pm
דורך יענטאאש
קודם כל 'און' מיט א 'ו' און נישט מיט א 'אין' מיט א יודעלע......
נאכער, איך פארשטיי נישט ס'איז יא אנגעצינדן מיין ציגאר אדער נישט? ס'איז נישט אנגעצינדן דאן וויאזוי גייט א רויך אז ס'שטינקט? און אז ס'איז יא אנגעצינדן וואס זאגסטו אז האסט עס נאכנישט געזען ברענען?.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:12 pm
דורך יאנאש
איך האב דאך געוואוסט אז דו האסט נישט קיין מושג וואס טוט זיך מיט דיר, אן אויסגעלאשענעם ציגאר שטינקט ערגער ווי אן אנגעצינדענעם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 11:16 pm
דורך יאנאש
חחחחחחחחחחח חחאחאחאחאחאחא ככככככככככ כאכאכאכאכאכא דער אלטער ראש הקהל איז אנטלאפן ווי א פחדן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 24, 2007 11:39 pm
דורך איך_הער
אפשר קען מען זיך ווייטער טענה'ן, ווער וויל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 24, 2007 11:41 pm
דורך 3x0
וואס עפעס? סתם ווייל יענטאאש האט זיך דעמאלס געוואלט טענה'ן דארפן מיר זיך יעצט טענה'ן?