גריסן און שמועסן
דינסטאג מרץ 04, 2008 3:46 am
לעצט פאראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:38 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג מרץ 04, 2008 3:05 pm
גוט געזאגט בעני !!!!!
גראדע האב איך געמעקט נאמבער וואן, איך האב נישט ליב צו פרעגן עפעס און בלייבן מיט די צונג אינדרויסן.
אנדי, ארויס פון באהעלטעניש, גענוג מיט די דזשאוק.
דינסטאג מרץ 04, 2008 4:02 pm
און יא...
השמר והזהר! אויב ריקט ער זיך נישט ארויס פון באהעלטעניש, וועל איך אים געבן אנצוהערן אזוי אז ער וועט קומען צו לויפן אויף אלע קענעפלעך פונעם בארד. הערסט אנדי? ראו הזהרתיך!
דינסטאג מרץ 04, 2008 9:51 pm
בני, איך טראכט אויך צו פעלן, אז מ'באקומט אזא גוטס פון דיר, אפשר לוינטצעכעס?
מיטוואך מרץ 05, 2008 8:50 am
העי אנדי, איך הייב אן ווערן נערוועז, וואו ביסטו טאקע?
מיטוואך מרץ 05, 2008 9:22 am
הערויס אנדי, האסט דעסיידעד צו נעמען וויקעישאן, גוד פאר יו, אבער איך ווארן דיך אויב ביסטו נישטא ווען די סיזען בעגינס אין די בראנקס (אה אפשר ביסטו אין טאמפא פאר שפרינג-טרענירונג)
מיטוואך מרץ 05, 2008 9:39 am
נאאא, ס'ווערט שוין סיריעס. (ס'האט גארנישט מיט ווארלד סיריעס..)
מיר גייען שוין אריין אונעם זעקטען טאג זינט דער אנדי האט זיך נישט באוויזן אין קרעטשמע, אויף אזא לאנגע ווייקאציע ברויך מען שוין מעלדן בעפאר, מ'קען נישט לאזן דעם עולם דערשראקן אויפן ארגסטען.
אפשר האט ער זיך אנגעטרינקען מיט סטערויט'ס? ווער ווייסט.
מיטוואך מרץ 05, 2008 1:22 pm
ער זיצט ביים ביטש און לאכט פון אינץ
מיטוואך מרץ 05, 2008 2:10 pm
אנדי, גרייט דיר אן בלעכענע הויזן !! אוי וועסטו כאפן פארן פארשווינדן ווערן אן פאראויס זאגן.
די אינטערפאל צוזאמען מיט די אויבערפאל האבן זיך אריינגעלאזט אין א זוך אקציע.
מיטוואך מרץ 05, 2008 3:17 pm
איך האב טאקע באמערקט אז די ספארטס פורים איז געווען געהעריג אנגעטאן מיט די ווייסע אונטערוועש ביי מיין היינט פארטאג'יגע שפאציר נאך אנדערטהאלבן טאג אין קרעטשמע.
אגב, האב איך גוטע נייעס וועגן איינעם פון די ערווענטע אין בני-היכלא'ס תגובה בריש האשכול, ער פלאנט אט אט אנצוקומען מיט א גוטס.
מיטוואך מרץ 05, 2008 6:21 pm
אההההה (מיט א קמץ)
איינער פון די בני האכאבורע פעלען, כאף ער איז נישט מיין עידש,
מען זאל נישט קענען זאגען אז מיין עידש גייט שוין...
אבער איך מאך מעך שוין גרייט אים אפירצוברענגען, לעטס ראל. פיפעל ווער אר יו?
מיטוואך מרץ 05, 2008 9:55 pm
אמממממ.... איך ווייס נישט וויאזוי צו דערציילן די גוטע נייעס אבער "ער איז דא"!!!! כ'מעך נישט געקענט איינהאלטן און געמיזט זאגן אזוי שנעל, "טאף-לאק.
איך האב איצט געזעהן א תגובה פון אום אין די נייעס פורום, ער וועט זיכער דא זיין ביז עטליכע מינוט.
בני, מאך גראד די טישן און די בענקלעך, יאנאש, גיב א קער אויף דא נעבן די טיר, ס'פאסט נישט פאר אזא גאסט, זארעכ, קענסט שוין סטאפן צו ווארענען, ער איז דא מיי פרענד! הי איז אן די גאו!
אקעי, שאאאאאאא, זיייט'ס אלע שטיל, ער קומט שוין מייניך, איך הער איינעם וואקן.
שששששששששאאאאאאאאא..........
מיטוואך מרץ 05, 2008 9:59 pm
קעי, איך זעה שוין, ער ועט נישט אנקימען דא אזוי שנעל, ער נעמט זיך יעצט ליינען אלע תגיבות דארט ביי די נייעס, נאכדעם וועט ער זיכער גיין צו די קאמפיוטער אפטיילונג פון דארט אין די ביזנעס און דערנאך אין על הצדיקים, אוי ווייי, דאס גייט נעמען עטליכע שעה.
שוין, גוט, סאכדעס, קענסט גיין קויפן בלעק-טשערי סאדע מיט די ריפעל פאטעטא טשיפ.
איין מינוט סאכדעס. פארגעס נישט קיין קאפס.
אההה, ס'איז דא? שוין, אקעי, קעסטע גיין אזוי אויך. אמממממ. שרייב אויף, ס'איז דא א דיסקאונט דעראויף.
מיטוואך מרץ 05, 2008 10:09 pm
איך האב מיך דא אריין געכאפט אויף אייניגע מינוט (יא דארפסמאן, סדא אינטערנעט קאנעקשאן אויף די ביטש) און דער אשכל איז געווען איינע פון די איינציגסטע אשכולות וואס איך האב אדורך געליינט שנעל. איך האב מיך געקאטשעט פאר געלעכטער אן אויף הער (איך הער?) און א יעדע דא פארדינט א באזונדערע באמערקונג, אבער נישט יעצט. בקרוב ממש וועט די קריזיס אריבער גיין.
איך האב הנאה צו זעהן אז די לעבען גייט ווייטער אן.
כאפטס אריין א וואדקע! ס'פורים!
מיטוואך מרץ 05, 2008 10:21 pm
ניחאמתאני אנדי
דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:07 am
דעם קעפל פונעם אשכול פארשטיי איך נישט. וואס הייסט "וואו איז אנדי נומער 2"? איז בכלל דא אן "אנדי נומער 2"? איך האב געמיינט אז ס'איז נאר דא איין אנדי...
דאנערשטאג מרץ 06, 2008 8:44 am
מאשקע האט געשריבן:דעם קעפל פונעם אשכול פארשטיי איך נישט. וואס הייסט "וואו איז אנדי נומער 2"? איז בכלל דא אן "אנדי נומער 2"? איך האב געמיינט אז ס'איז נאר דא איין אנדי...
מאשקע דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט! דערעק איז נומער 2!
(מאשקע איך ווייס אז דו וועסט נישט כאפען די דזשוק, ס'איז געצילט צו די ספארטס פארשטייערס דא

)
דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:28 am
אנדי, מיר כאפן מיר כאפן.
דאנערשטאג מרץ 06, 2008 9:34 am
יאפ, מיר כאפן אויך, אין כ'וועל עס געבן צו פארשטיין פאר מאשקע אויב ער וועט פרעגן פשט, אויף גוגעל.
דאנערשטאג מרץ 06, 2008 10:00 am
מאשקע האט געשריבן:דעם קעפל פונעם אשכול פארשטיי איך נישט. וואס הייסט "וואו איז אנדי נומער 2"? איז בכלל דא אן "אנדי נומער 2"? איך האב געמיינט אז ס'איז נאר דא איין אנדי...
לייען גוט אדורך די ערשטע צוויי תגובות פון דעם אשכול וועסטו פארשטיין.