(רעכטן רעזערווירט) אוועקטיילן ארבעט איז דאס א גוטע זאך?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גיבט איר אוועק אייער ארבעט?

איך גיב אוועק בחפץ לב
6
55%
בשום אופן, מיין ארבעט בלייבט ביי מיר
1
9%
כ'וועל צולייגן 'כל הזכויות שמורות'
4
36%
 
סך הכול שטימען: 11

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

(רעכטן רעזערווירט) אוועקטיילן ארבעט איז דאס א גוטע זאך?

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג יולי 29, 2019 12:23 pm

כ'ווייס נישט צו איך האב גוט מגדיר געווען דעם קעפל, אבער די שאלה איז אזוי, ס'איז מיר פערזענליך נתעורר געווארן, א שטיק צייט צוריק נאכדעם וואס כ'האב דורכגעטוהן א געוויסע נושא, און דאס שיין באשריבן, כ'האב דאס געשיקט צו אפאר אירע, און ס'איז געגאנגען ווייטער, און קיין זכר פון מיינע פינגער אפדרוקן,

עס מאכט זיך כסדר מען ארבעט אויף א געוויסן פראיעקט, מען טוט דורך א געוויסע נושא, מען כאפט אפ א געוויסע סיטואציע, מען שרייבט א שיינעם ארטיקל, מען לייגט אריין צייט הארעוואניע וכו',

איז דא געוויסע וואס וועלן דאס פארטיילן און ארום שיקן ליהנות בהם בני אדם, געוויסע וועלן דאס האלטן פארשפארט פאר זיך, און דאס באהאלטן פון א פרעמדע אויג, און ווארטן פאר א געלעגנהייט ווי זיי וועלן דאס פופליצירן, אדער אפשר דאס אויך נישט.
כ'רעד נישט ווען מ'טוט דאס פאר געלט, אדער דאס איז די פרנסה, כ'רעד פון א אופן וואס מען האט דאס געטוהן פאר סיי וואספארא סיבה, און איצטער האט מען דאס זאך אין האנט, איז דאס א גוטע זאך צו פארטיילן און פארשפרייטן?

לכאורה ווערט דאס שאלה צוטיילט אין עטליכע טיילן, קודם כל צו זאל מען דאס בכלל פארשפרייטן, אדער מען זאל דאס פארשפרייטן אבער מען זאל זיכער מאכן צו לייגן א שטארקן דגוש אויפן 'כל הזכויות', אדער גאר האסט עס געשריבן, נו פארוואס זאלן נשט נאך מענטשן הנאה האבן, קיינער דארף נישט וויסן ס'איז דיר, וועסט סיי ווי נישט האבן קיין גרויסע נוצן אז מען וועט וויסן ווער דער שרייבער איז (מיינסטענס פעלער), אויב אזוי פארוואס זאל דאס נישט ארומפארן לכל מאן דמיבעי...

כ'וויל נישט אריינגיין אין די פסיכילאיגע פון איינער וואס לעכצעט נאך אביסל אויפמערקזאמקייט, כ'רעד אין אלגעמיין פון איינער מיט א טאלאנט אין האנט וועלכע גיבט זיך ארויס פון צייט צו צייט וכדומה.

וויפיל מאל קומט אויס פאר די אלגעמיינע גאס צו הנאה האבן פון די רייכע אוצר פון 'אייוועלט' ווי עס ליגט הויפנעס פון ווערדפולע אינפארמאציע, זעלטענע בילדער, וכו' וכו' וכו' און כמעט נישט וואס דאס באקומט דעם פארדינטן קרעדיט... (כ'האב דאס פערזענליך מיט געהאלטן ווען א געוויסע גרויסע צייטונג האט געשריבן איבער א געוויסע נושא, האבן זיי זיך פארבינדן מיט איינע פון די חשובע ניק דא אויפן וועלטל וועלכע פארמאגט גאר אסאך זעלטענע סחורה איבער דעם נושא, און ער האט דאס געגעבן בחפץ לב).

האביך זיך דעם וואך באגעגענט מיט דעם גליון 'השגחה פרטית' ווי ער ברענגט אראפ דעם פאלגענדע מעשה (כל הזכויות שמורות פארן גליון השגחה פרטית...):
צוגעלייגטע
[2542]השגחה_פרטית_מטות-2.jpg
[2542]השגחה_פרטית_מטות-2.jpg (596.33 KiB) געזעהן 317 מאל
[2542]השגחה_פרטית_מטות-3.jpg
[2542]השגחה_פרטית_מטות-3.jpg (658.81 KiB) געזעהן 317 מאל
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 20 געסט