Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גענוג געפאשעט אין פרעמדע פעלדער, גיימער אין מדבר.

מאנטאג מרץ 03, 2008 12:05 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:35 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

Advertisement

מאנטאג מרץ 03, 2008 12:07 am

קודם צוריק קיין הודו-נאנאש, און גרויס-ווארדיין, פון דארט לאזט מען זיך ארויס אויפן וועיג צום מדבר.
מען קען דאך נישט געבן אזא גרויסע שפרינג מיטאמאל.

מאנטאג מרץ 03, 2008 12:21 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:36 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

מאנטאג מרץ 03, 2008 12:37 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:36 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

מאנטאג מרץ 03, 2008 10:43 pm

אין א מדבר זאל אזוי בליען? דאס קען נאר בני.

דינסטאג מרץ 04, 2008 1:21 am

בני, אויב זעסטו זארך דארט, קיב אים אביסל וואסער, ער זאל זיך דערפרישן און צירוקקומען, ווייז אים די וועג.

דינסטאג מרץ 04, 2008 1:37 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:36 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג מרץ 04, 2008 9:09 am

עס מוז זיין אין א מדבר הגדול והנורא? אזוי ווי סאודי אראביע?, אדער א געוועזענע מדבר, א שטייגער ווי אריזאנע, איז אויך גוט?

דינסטאג מרץ 04, 2008 9:25 am

אוי אוי לעכטייך אכריי באמידבאר בערעץ לא זעריאו, אוי לעכטייך אכריי באמידבאר בערעץ לא זעריאיאיאיאו.

דינסטאג מרץ 04, 2008 4:19 pm

יאנאש, ביסטאך א געהעריגער איכר... כאב נאר פארדרייט דעם אכריי.....

איי כאלי כאלי, (ס'וואונדערט מיר פארוואס דער עולם נוצט בעני, דאס איז דאך עקסקלוסיוו פאר'ן אלטן מנהל, בן הרחמן) ביסט דאך זיסער ווי זיס...

דינסטאג מרץ 04, 2008 5:09 pm

בני היכלא,
איך ריש מיך שוין עטליכע טאג מגיב צו זיין אויף דיינע מדברישע חלומות און יעצט, אזוי זיצנדיג בין ענן לענן, האב איך באשלאסן זיך אריינצוריקן אין דעם אשכול לגיב ולהגיב ולתגוב התגובה.

לאמיר גיין תגובה ביי תגובה און זיך אפיצקעלע אונטערהאלטן מיטן גרויסן רבינ'ס פענע, וועלכע איז א פענע זבת מדבריות הרים וגבעות. ווייסט, בני היכלא? דיינע מדבריות קוקן מיר עפעס נישט אויס ווי אן ארץ 'לא' זרועה? נישט אז דאס האלט מיך צוריק פון נישט גיין 'אחריך', ניין! און ווי יאנאש האט שוין געזונגען אויבן, אז מיר גייען דיך נאך אין ליידן און פריידן, אבער איך רעד אזוי סתם אזוי הערה'דיג מנהצד, אז מיר בענעפעטירן פון דיינע מדבריות וועלכע איז גראדע יא אן ארץ זרועה.

איז וואס שרייבסטו ער דארט אין ערשטן תגובה? אז מ'דארף גיין אין מדבר פלעגט דער רבי זאגן. ערשטענס, דער הייליגער חזון איש האט דאך פארגעשלאגן א וואזשנער איינפאל, והוא אז לויפן אין מדבר טייטש אריינלויפן אין די ד' אמות של תורה. דאכט זיך אז די גמרא אין עירובין, דארט ביי די מעלות התורה, דערמאנט עפעס אז מדבר איז מרמז אויף תורה, געדענקסט? יא אדער ניין? דערנאך, כאפ נישט פאר די צייט, געוואלד און געשריגן, דער רבי נעמט דאך קלאר אן כמה פעמים דעם באקאנטן ראב"ד אין עדיות אז איידער משיח וועט קומען וועט כלל ישראל נאכאמאל אריבער גיין דעם מדבר הגדול והנורא, ס'וועט זיין דער בירור. איי... מ'זאל מער זיך נישט דארפן שעמען פאר משיחן... איי...

און ווער זאגט אז נאר ווען מ'פלאפלט שטותים דארף מען פארן מנושא לכוסה, טאר מען דען נישט שפאצירן מבנין לענין ביים רעדן פון מדבריות?

איי... - פלעג איך אמאל הערן אויף די קאסעטן - ווער ווייסט וואס ווארט נאך אויף אונז? איי... אשרי אדם מפחד תמיד, איי... ווען נישט זיי וואלט דאך שוין משיח לאנג דא געווען. יהי' איך שיהי', מ'זעמער דא אין גלות, לאמיר זיך דערהאלטן ביי דער אמונה מ'זאלמיר זיך נישט דארפן שעמען פאר משיח'ן. אוי וויי.

געוואלד, איך האב אלץ געמיינט אז ווען די פרויען זאגן: "ס'נישט דא קיין אנדערע עצה נאר צו בעטן אויף משיח'ן" אז דאס איז עפעס א גוטע זאך. גראד משיח קומט אן ענד עוורי טינג איז סעטלט". נישט אזוי? איז אבער געקומען צו גיין מיין פעיווארעט רבי, דער אלטער פון נובארדיק... נע, נישט פון נובארדיק... ס'טי נארמאל? "נובארדיק" דאס אידאך ליטווישערס, ז'האבן דאך א ציילעם אין בויך, נישט אזוי האט ר ... געזאגט? געוואלד און געשריגן, אזוינס צו פארטושין, צו פארן גראד פון בודא קיין ווילנא?! קע'פנים, כ'מיין צו זאגן דער אלטער רבי פון, נו, וויזוי הייסטעס שוין דארט? א יא פון סאקמיר. הקיצור, דער העיליגער סאקמירער רב איז געקומען צו גיין (עה... ס'לאו דוקא ער, ס'יז די בענדלעך זיינע) און האט מיר געגעבן אנצוהערן מיט דעם משיח'ן אזש ס'בויך דרייט זיך מיר יעדן מאל כ'טראכט נאר פון משיח'ן. געוואלד, געוואלד. יא, כ'ציטער טייל מאל פון דעם משיח'ן ממש ווי פונעם יום המוות. הוי באשעפער, שוב יום אחד לפני ביאת המשיח, ואני מאמין ומחכה לו בכל יום שיבוא.

שוין, כ'בין טאקע אביסל פארפארן, לאמיר נאר צוריק גיין צו שושנע'ן. איז וואס איז געבליבן, וויאזוי זאגט מען עס: "שושאניש אדער שושאנער?". געווענד זיך, אויב איז שושן א מדינה, אזוי ווי כוש למשל, דאן הויבט זיך אן די שאלה, אויב אבער "שושן" איז בלויז א שטאט, אהה, שטעט איז אלעמאל –ער. הוי אומר: "שושנער, ולא שושאניש!".

ווי איז אבער מיט הודע נאנאשער? איז דער זיידע אן הודענאנשער אדער אן הודענאנאשישער? ובמאי פליגי? בהא קמפליגי, אויב איז הודו פון די מגילה א מדינה, דאן קען מען אננעמען הודונא-נאח-מנישער, אויב אבער איז כלל נישט פארבינדן הודו מיט כוש, הודו לחוד ונאנאש לחוד, און נאנאש איז עיר לבד, קומט זיכער צו זאגן "נאנאש-ער" לכל הדיעות, שטימט?

לאמיר שפאנען ווייטער אין די מדבריות אריין. אהא, זע איך. וואס טוט מען ווען ס'געווילט זיך קלאפן און די פינגער פארן נישט? גארנישט, מ'נעמט "זארעכפעפער'ן" אויפן צימבל, מ'שמירט אים אריין און.. "ונחתם" - ס'ווערט אריינגעבאקן בחתימות המלך... הער איך, נעע... נישט הער איך, כ'מיין צו זאגן "איך הער". דער גאנצער חידוש פון אפבאקן א טבעת המלך מיט שיינעדיגע פעפער, איז געקומען שוין נאכן זיך באגריסן מיט 'איך הערן', איא? ס'טייטש נאך וואס ביסט פארטיג געווארן מיט כ'הערן האסטערך גענומען צו מיינע פעפערס. קענסט שוין גיין צום נעקסטן...

עס געווילט זיך פרעגן: היינט זעמער דאך אייניג; ס'רעגנט, ס'גיסט, מ'שרייבט און ס'פליסט, א-וואו ביסטו?! שטייסט, ביסט מער אן אויבער חכם, ביסט מער געווארן א שומר הלילה...

אההה, יעצט כאפ איך, דו ביסט געווען דער וואס האט אנגעווערטשאפט דארט בלילה ההוא כשנדדה שנת המלך... אהה כאפ איך שוין. גוטע דשזאב האסטע געמאכט דארט מיט כעשוויירעשן. האסט אים נישט געלאזט ליינען וואו ער האט געוואלט, האסט אים משנה יוצרות געווען, געמישט אשכולות אהין און אהער ביז ער איז מיט געוואלד אנגעקומען צום מה נעשה למרדכי. גוט האסטע געטוהן, און יעצט קענסטו שוין טוישן דעם טבעת המלך ווייל אט אט דארף מען שוין ארויסרוקן אשכולות שניות...

דינסטאג מרץ 04, 2008 5:54 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:37 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:20 pm

רבי;
האסט דארט וויי-פיי?

זארעך;
איך בין ביזי מיט די צדיקים קוים וואס איך קום דא אריבער אין מדבר, זעה צו שלעפן פון רבי'ן נאך אזעלכע.

(און דו ווילסט נאך אז איך זאל אננעמען די שפראך פארום...)

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:31 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מאנטאג אפריל 07, 2008 4:40 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:50 pm

אוי רבי;
דעם אלבום ביי די צדיקים איז מיין אינזשוימענט איך טוה עס כפי מסת הפנאי, אבער די גאנצע קרעטשמע איז דאך ביי מיר לע"ע נאר כפי מסת הפנאי, טא בלייבט דאך גארנישט פאר די מדבריות.

אויך מיר א שררה, אין סקרענטאן קריג איך מיך כאטש מיט קיינעם, דא האביך שוין באקומען אין אישית אזא פארציע איבער מיין אחריות אזש כ'האב ממש געהאלטן ביי א מצב פון אחריות טעות מיללער, אבער לית אנא אוביד סברי מן בריי, אז דער עולם איז נהנה, מה טוב ומה נעם.

אתה במדברך ואנו בבית מדרשינו, מדברך אל תתעלם, ממדבר מתנה!

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:54 pm

משיח... משיח... משיח...
הוי, מקימי מיקימי, מיקימי מיקימי...
ווי וואנט משיח נאו!!!
ווי וואנט משיח נאו!!!
אה יא, וועלכער טאג טאקע איז נאר היינט? ווייסעך דען? ס'דאך א מעונן! קיין שמש האט זיך נישט באוויזן אויפן האריזאנט! איין זאך נאר, זיי נאך נישט מקבל שבת אפי' דו זעסט נישט גארנישט, ווייל איינמאל דו זאגסט מזמור שיר, איז שוין א שאלה. און יא, פארגעס נישט, אפי' לאמיר זאגן ס'נאך פרייטאג און ס'נאך נישט נאכט, אבער טראג נישט די 'מים שלנו' אנבאדינגט, ווייל ס'קען פסול ווערן.

עניוועי, יא, וואוזעמער נאר? יא דארט אויבן, העכער די עננים, בין ענן לחנן. אוי באשעפער, אנה אלך מרוחיך ואנה מפניך אברח? פרוביר איך זיך צו בע'חבוי'ען אין קרעטשמע, תחת העננים, לויפט ער מיר אויך נאך? בני היכלא מיין פריינט, צו וואס קוקסטו וואו מ'טאר נישט? מילא אויף די לבנה דו קוקסט, נו, דו ביסט נאך א נייט-וואלקער, אזוי פלעגט מען זאגן אין קעמפ, אבער געוואלד פארוואס קוקסטו אויף די וואלקענעס? זעסטו דען נישט וואס אלץ ער קען אנווערטשאפטן? ער טראגט אונז דאך אריין אינעם מדבר אריין. יא, יא, לואי מ'האלט מיר ווען שוין דארט אז די וואלקענעס זאלן אונז אויפהייבן און טראגן, זוי ווי ס'געווען אין מצרים מיטן תרגום יונתן דארט.

הוי, ומפני חטאינו גלינו מארצינו... זאגן זיי - די קלוגערע פון זיי - אז ס'געווען וואס צו הערן. נו, אוודאי, די אנוועזנדע וועלכע האבן געוויינט און געלאכט, געזיסט יום טוב ביי מוסף, געוויינט ביי שלש סעודות, געשוויצט ביי די קאפעס, מיטגעטאנצט ביי ויושע, נו אודאי, שיינע מעשה אז ווען ער האט זיי געזאגט דערנאך, ווען ז'האבן זיך שוין געצויגן די נאז און די טרערן האבן שוין געטרוקנט, אז אלע עולמת ווארטן אויף זייערע תפילות, זיכער האבן זיי געשעפט דערפון מים שלנו ביז אייביג. טראכסט דו דען נישט אז ווען איך זאל ווען האבן געווען לייף דארט אין דער טונקלקייט וואלט איך אויך בעסער אויפגענומען דעם אויספיר אז ס'נאר געבליבן דאס הייפעלע אידן אלע עולמות קוקן ארויס אויף אונזערע תפילות, אויף אונזער עבודה? האכעם, וואויל איז פאר די אויערן וואס האבן דאס געהערט לייוו; הן די שבירה והן דער חיזוק. אךךך... כ'דערמאן זיך יעצט ווי איך פלעג אין די אנגעזעצטע זמנים געבן א פארקנאק דעם טייפ מאשינדל, אזש כ'וויל נישט זאגן וואס...

מהרה, מהרה. טאקע אינטערסאנט. כמדומה, לויט מיין ידיעה, איז דאס זיין אייגענער צושטעל. פלא והפלא, ס'שטייט נישט, נישט אין סידור ר' אשר, שבתי, אר"י, חבד, רש"ש, אינערגעץ אין ערגעץ איז נישט פאראן דער צוגעלייגטער ותחזינה ענינו 'במהרה'. א פלא והפלא ער זאל צולייגן א ווארט צום סדר התפלה.

הוי וויי, געוואלד, דער בריסקער רב זאגסטו? יוי ס'כאפט דאך אן א שרעק צו רעדן פון זיין נאמען נאר. דאס פחד און שרעק וואס ס'האט ארומגענומען אין זיינע ד' אמות איז דאך נישט צום באגרייפן. די הענט ציטערן מיר בלויז פון די עובדות וואס כ'זעך צוזאמגעהערט.

איז וואו בינאיך דא? יא אין מדבר. איז אזוי: "למען הודיעך" - וועל איך דיר צעוויסן טאן, "כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם", ס'יז דאך א זמן פן היוקר יאמיר, פון די ריכטיגע סימנים פון עיקבתא דמשיחא, א שרעק דאס ברויט איז געשטיגן פי כמה, ס'קאסט שוין באלד ביליגער נאך א פושקע ציגערעטלעך ווי א זעקל ברויט, איז וואס איז די עצה? זיך צוזאמען האלטן, זיך מחזק זיין, און לערנען און וויסן אז "כי על כל מוציא פי ה' יחי' האדם", דער מוציא פי ה' דאס גיבט חיות פאר נר"ן און גארניש עפעס אנדערש. און אז מיר וועלן זיך דאס מקבל זיין וועלן מיר זוכה זיין צו די ענני הכבוד!
וואס ווייטער? אהה גוט מ'דארף מער דורכשווערצן די עננים צו א מנחה מעריב'ל. סי יו לעיטער.

דינסטאג מרץ 04, 2008 6:55 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:37 am, פאראכטן געווארן 5 מאל בסך הכל.

דינסטאג מרץ 04, 2008 9:37 pm

האלאו, איינער האט געזען בני'ן? (אז ס'באדערט סאכדעס'ן בלייבטעס זיכער ביי דעם.)זארעכ'ן האסטו יא געזעהן? איך בלאזשע שוין דא ארום, ווייסעך ווי לאנג און איך קען נישט טרעפן די וועג ארויס, כ'בעטעך העלף מיר.

ווילסט נישט? איז נישט, כ'וועל מעך שוין אליינס אן עצה געבן, אבער אזויפיל טוה מער, איך וויל נישט אריין גיין טיפער אין מדבר, ווייל כ'האב מורא אז דאן עלעך זיכער זיין א פארלוירענער, סאון אז דו טרעפטס די חברה געב זיי איבער א שכוח, פארן אנבויען דעם מדבר אזוי שיין.

אבי צייטליך טענה'ט אז מ'קען נישט אנבויען א מדבר אין אזא קורצע צייט.

מיטוואך מרץ 05, 2008 6:29 pm

כאב עפעס מגיב צו זיין, עס וועט אבער זיין שפעטער עס איז שפעיט געווארען,
ואתכם הסליחה.

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 10:40 am

אוי בעני בעני,

ווען איך וואלט נאר געהאט די צייט וואלט איך מגיב געווען תילי תילי תגובות אויף יעדע תג ואות אבער איך וועל מיך מוזען באגעניגען מיט איין פוינט.

דער שושן-נאנאש, איך טראכט אז שושן און שושנה איז פון די זעלבע שורש, און ממילא קען מען זאגן אז נעיני און נאנש איז אויך פון די זעלבע שורש. קומט אויס אז די אונגארישע ליבליכע אויסדריק 'נעיני' מיינט רויז'עלע בלשון חבה. ע"כ.


איך וואלט פארגעשלאגן צו טוישען די נאמען פון דער אשכל צו 'די פייער און רעגן פון בעני און זארעך אשכל'.
שרייב א תגובה

Advertisement