גריסן און שמועסן
זונטאג מרץ 02, 2008 11:26 am
זיי מיר מוחל....
זיי מיר מוחל....
זיי מיר מוחל....
ביסט מיר נישט מוחל,
דער באשעפער איז דיר אויך נישט מוחל....
Advertisement
זונטאג מרץ 02, 2008 3:49 pm
מוחל אויף וואס ?
זונטאג מרץ 02, 2008 6:14 pm
ויהי, ליין דיין חתימה, איך קאפעריר דערמיט אויף הונדערט פראצענט, און פון מיין זייט, איז מיט דעם קעיס קלאזד.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:08 pm
איך ליין עס איינמאל. צוויי מאל. פון אונטן ארויף. פון אויבן אראפ. און איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט. איינער קען מיר מסביר זיין די פשט פון די אשכול?
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:10 pm
לוקס לייק סאם פרייוועט געמויזעכצער, ס'מישטעך אריין???
דשאסט קידינג...
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:11 pm
דעמאלטס פארוואס נישט אין אישת?
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:15 pm
גיי ווייס
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:16 pm
סמוז זיין ווייס? איך האב ליב שווארטץ.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:32 pm
איך זעה אז די סעקרעטאר דרייט זיך דא ארום, ברענג איך נאכאמאל ארויף די אשכול, און איך פאדער א תריץ. וואס איז פשט פון די אשכול?
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 9:19 pm
נאפס, אז מ'פאדערט פאסט מיר נישט צו ענטפערן, אז דו וועסט בעטן שיין, קעמען רעדן.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:17 pm
סאו סתם אזוי בעט נאכאמאל שיין (גיי ארויס און קום צוריק אריין און זאג שיין א גוטן טאג און האק נישט צו אזוי שטארק די טיר) ווייל איך ווילויך וויסן
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:19 pm
סעקרעטאר, אויב איך וועל שיין קעמען די בעטן וועסטו מיר זאגן????
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:30 pm
שמערי, כ'לאך, שכוח. (ס'א שטיקל שאלה צו מ'מעג קעמען די בעטן אין די ניין טעג, ניין?)
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:32 pm
(כ'מיין אז ס'א גרעסערע שאלה צו ממעג לאכן....

)
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:34 pm
אז מ'איז טרויעריג אינעווייניג אינישט אזוי געפערליך.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:36 pm
אהא.
און יעצט אז כהאב שוין ארויףגעברענגט אן אויסערליכן שמייכל אויף דיין פרצוף, דערציילזשע מיר ביטע די גאנצע מעשה. שכוח.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:39 pm
הויך באשפריצטער פארעטער סעקרעטאר,
מיט געשטאכענע געפילן קומען מיר בקומה זפוקה זיך איינבעטן ווי גזלנים אין באנק, אז איר זאלט זוי געוועלטיגט זיין און אונז לאזן וויסן אויף וואס אזוינס איז געווען די שרעקליכע פגיעה בכבודה הנלוזה אז מען האט געמוזט מאכן אזאן פאבליק בקשת מחילה. מיר בעטן מיט פארוויינטע אויגן בכל לשן לחישותא, ביטע לאזט אונז נישט אין די פינסטער.
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:40 pm
אקעי, כעדער זאגן, כ'דענק אויך נישט פונקטליך, ס'איז שוין זייער לאנג צוריק, ווען דא האט זיך אריין געצויגן דער, ויהי לפלא, (עריז מיינעך שוין לאנג נישט דא, עטליסט מיט דעי ניק, מיט אנאנדערע ווייסעך נישט.) און האט אנגעפאנגען צו ניצן זייער א נישט געשמאקע שפראך, וואס דאס נעמט מיך ארויס פון די כלים ווען א פרישער גאסט טוט דאס, און בפרט ווען ער האט אטאקירט עטליכע אלט באזעסענע מעמבער'ס, כ'דענק שוין נישט פונקטליך וועם, און נאך א קאנפארטאציע, (כ'שרייבעס גוט?) וואס כ'האב געהאט מיט אים, איז דער אשכול נולד געווארן.
און שוין.
טהור, כ'זע דיין תגובה, און מיין ענטפער איז שוין אפגשריבן. (ממש א נחת מיט די נייע קרעטשמע.)
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 11:24 pm
שערקויעח הער איך הער, פארן אונז נישט לאזן אזוי אין די פינסטער אוואו אין דעם פארשפארטן אשכול.
(כאגעוואלט שרייבן אינעם פינסטערן אשכל, אבער כאמיך דערמאנט אז סינאך נישט דא אזאנס, (עכ"פ לפי ידיעתי), און כ'מיין אז כ'גיי שוין מייסד זיין אזא אשכל)
מיטוואך אוגוסט 06, 2008 11:33 pm
שוין כ'קען שוין שרייבן ווי אין דעם פינסטערן אשכל, ווארום איך האב שוין מייסד געווען אן אזויגערופענעם אשכל, און איך וועל טאקע בעטן דעם עולם חלילה נישט מיך צו פארשעמען נאר שטיצן און פאטראניזירן דעם טונקעלן אשכל, דער אומאפהעגיקער אשכל פון די אלוועלטליכע טונקל ליבהאבערס.
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:59 am
א גרויסן ישר כח אונזער סעקרעטאר!
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:22 pm
יא, בד"וו, די טונקעלע אשכול איז אויך פאר אלוועלטליכע טונקל פיינט האבער'ס
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:26 pm
דא אדווערטייזט מען נישט קיין אשכול, אז די ווילסט עס אדווערטייזן איז דא פלאץ ספעציעל צוגעגרייט פאר דעם. פרעג נאר דער ארענדער, כבין זיכער ער וועט דער געבן א בעסערע פרייז.