בלאט 6 פון 10

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:13 pm
דורך צייט שטיפער
שקר האט געשריבן:נאר אזוי בין איך געווארן א שר האלף עפעס האט עס זיכער אויף געטון

איך האף דו גיבסט מיר קרעדיט פארן עפענען דעם אשכול

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:17 pm
דורך צייט שטיפער
אגב, צו ווייזן ווי גרויס די גרופע האלט שוין,
האט איינער געפאוסט אז זאל יעדע אנטיילנעמער קאמענטירן אויף זיין געפאוסאכטס 20 קאמענטארן, און לאמיר ברעכן די רעקארד פאר א פאוסט מיט די העכסטע צאל קאמענטארן
עס האלט שוין ביי א 271 טויזענט קאמענטס אין בלויזע 7 שעה..
זאל מען זעהן מיט וואספארא ליידיגייער'ס מיר האבן דא צוטוהן..

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:31 pm
דורך פאקטען
נישט פארגעסן מיט צונעמען די ליקוי גלעזער...

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 6:19 pm
דורך שואלכענין
לעב און שטרעב האט געשריבן:אבער ווי הערשל פריעדמאן טענה'עט, ער זעט נישט מורא'דיגקייט פון זען פליענדע טעלערס: ביי אים אינדערהיים האט מען עס שוין געזען מער ווי איינמאל.


;l;p- :grin:

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:04 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
אקעי, שוין געבוקט די מאביל איך האב פלאץ פאר נאך פינף מענטשן, שקר האט שוין געזאגט פירסט קאם סאו איך האב נאך פלאץ פאר פיר... א רגע, כ'מיין נאכאיינער האט שוין געבעטן, אקעי, נאך דריי און שוין.
דערמאנונג: נאר וואקסינירטע ערלויבט! געדענקען מיטצוברענגען אלע עקוויפמענט, איין זאך האב איך פארגעסן וואס מען דארף מיטברענגען, דאס איז די פוד סטעמפס קארטל מיט די וואקסינאציע רעקארדס. מען וועט בשום אופן נישט ארויפלאזן אן די אויבערדערמאנטע.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:18 pm
דורך שפיגליצקי
שריי נישט אזוי, האסט אים פרובירט צו רייכן די האנט? אפשר איז ער פריינטליך?! אפשר וועט ער דיר אנטפלעקן אלע סודות וואס דו ווילסט (נישט) וויסן?!

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:31 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'האף אז די אלייענס וועמען זיי ווילן דארט טרעפן, זענען וואקסינירט.


נאופ. זיי זענען גראדע פון די אנטי וואקסינען מוחים וואס זענען קעגן די פרא׳ס. זיי פארכטן פשוט פונעם שטאך.

[סארי לעגאו, האסט א פּעטענט דערויף?]

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:33 pm
דורך אסדר לסעודתא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
[ize=20][סארי לעגאו, האסט א פּעטענט דערויף?][/size]

[ize=10]יא, לעגאו האט[/size]

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:38 pm
דורך בבל
א חב'ד איד וויל כאפן א היטש מיט מיר, מזכה זיין די עליענ'ס מיט תפילין
שליחי מצוה
עווענטשעלי האפט ער צי האבן די אפארטאנעטי צי ווערן עריע 51 חבד שליח

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:44 pm
דורך Think and Thank
שפיגליצקי האט געשריבן:שריי נישט אזוי, האסט אים פרובירט צו רייכן די האנט? אפשר איז ער פריינטליך?! אפשר וועט ער דיר אנטפלעקן אלע סודות וואס דו ווילסט (נישט) וויסן?!

ששש... דערצייל נישט קיינעם אז כאב געכאפט די בילד פון לעגאו מיט'ן עליען...

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:45 pm
דורך עולם האמת
אגב רוסלאנד איז לעצטענס אריבערגעפלויגן מיט א שפיאנאזש פליגער העכער עריע 51 אינטער די Open Skies Treaty

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:53 pm
דורך בבל
עולם האמת האט געשריבן:אגב רוסלאנד איז לעצטענס אריבערגעפלויגן מיט א שפיאנאזש פליגער העכער עריע 51 אינטער די Open Skies Treaty

זיי קענען עניוועי אלעס זעהן פון די ספעיס

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 11:24 pm
דורך Think and Thank
עולם האמת האט געשריבן:אגב רוסלאנד איז לעצטענס אריבערגעפלויגן מיט א שפיאנאזש פליגער העכער עריע 51 אינטער די Open Skies Treaty

ביי די סארט פלייטס מוזן זיי אבער איינמעלדן עטליכע טעג פאראויס, וואס גיבט צייט אוועקצופירן אלע געהיימע פליגערס אין הענגערס, וכדומה.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 1:05 am
דורך בעל דמיון
nmi האט געשריבן:עטס קענטס אלע פארן מיט באסעס און מיט מויבעלס. איך דינג ארויס א פליגער און ביי מיסטעיק וועל איך דארט אריין בלאנדזשן פאר איין גאנצע מינוט ביז דעי חברה וועלן מיר ארויס באגלייטן פון דארט בתופום ובמחולות און וואס כ'וועל קענען זעהן אין די פאר רגעים וועט זיין מער פון ענקערע אלע באסעס און מויבעלס......

פארן מיט א פליגער איז די בעסטע עצה! אלע קרעפטן גייען זיין ביזי קעמפן מיט די מיליאן אריינדרינגענדע פיס גייער און די "עיר ספעיס" גייט זיין פרי פאר אלל! זיסע חלומות!
נא רבותי א טשארטער? חסידישע עירליין אלערט...

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 1:06 am
דורך בעל דמיון
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער עולם דא כאפט נישט וויאזוי סאשעל מידיע ארבעט. ס'האט זיך אנגעהויבן אלס א זשאוק פון א 'עלייענס האנטער' וואס זוכט זיך צו באקענען מיט עלייענס וואס לויט טעאריקער געפינען זיך דארט א גרויסע צאל פון זיי.

ער האט געשריבן אז מ'זאל שטורעמען עיריע 51 זיי קענען אונז אלע נישט אפשטעלן. אויב וואלט ער עס געמיינט אמת'דיג וואלט ער אנגעהויבן א גרעסערע קאמפיין, נאר סאשעל מידיע קען אויפבלאזן זשאוקס ביז ס'ווערט כמעט אמת'דיג, ווי למשל די קראך פון די פיקל, דעיס איז מיין טיר... אלעס הייבט זיך אן מיט א נארישקייט און מענטשן כאפן זיך ארויף דערויף, מ'שיקט עס ווייטער בתוספת נופך און ס'ווערט א טרענד... דאס איז סאשעל מידיע.

די וואס גלייבן אז א צווייטע לאנד שטייט דערינטער, גלייבט געווענליך אויך אין עלייענס...

נופח כצ"ל

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:44 am
דורך פארשיקט
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אקעי, שוין געבוקט די מאביל איך האב פלאץ פאר נאך פינף מענטשן, שקר האט שוין געזאגט פירסט קאם סאו איך האב נאך פלאץ פאר פיר... א רגע, כ'מיין נאכאיינער האט שוין געבעטן, אקעי, נאך דריי און שוין.
דערמאנונג: נאר וואקסינירטע ערלויבט! געדענקען מיטצוברענגען אלע עקוויפמענט, איין זאך האב איך פארגעסן וואס מען דארף מיטברענגען, דאס איז די פוד סטעמפס קארטל מיט די וואקסינאציע רעקארדס. מען וועט בשום אופן נישט ארויפלאזן אן די אויבערדערמאנטע.

איך האב געבעטן פון די ערשטע.
אבער נישט לעבן די בית הכסא.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 2:06 pm
דורך אביי
פארשיקט האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אקעי, שוין געבוקט די מאביל איך האב פלאץ פאר נאך פינף מענטשן, שקר האט שוין געזאגט פירסט קאם סאו איך האב נאך פלאץ פאר פיר... א רגע, כ'מיין נאכאיינער האט שוין געבעטן, אקעי, נאך דריי און שוין.
דערמאנונג: נאר וואקסינירטע ערלויבט! געדענקען מיטצוברענגען אלע עקוויפמענט, איין זאך האב איך פארגעסן וואס מען דארף מיטברענגען, דאס איז די פוד סטעמפס קארטל מיט די וואקסינאציע רעקארדס. מען וועט בשום אופן נישט ארויפלאזן אן די אויבערדערמאנטע.

איך האב געבעטן פון די ערשטע.
אבער נישט לעבן די בית הכסא.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 2:17 pm
דורך יוראפ
בד"וו די מענטשעלע פון סטריט וויו ביי גוגעל מעפס אויף עריע 51 ווערט טראנספארמירט צו א יו עפ או, ס'שרעקעדיק, גיט 8 ווען איר קומט דארט אן

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 2:17 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
א UFO איז אצינד געזען געווארן איבער וואשינגטאן די סי אין די פארעם פון א שלאנג און האט ארויסגעגעבן א מאדנע ליכטיגקייט ענליך צו אנדערע UFO'S וועלכע זענען געזען געווארן אין די לעצטע יארן. אין די פריעדיגע טעג זענען אויך געזען געווארן איבער א מדבר אין קאלאפארניע און איבער קאלאראדאו.
גיימיר שטורעמען!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 3:12 pm
דורך זאג עפעס
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א UFO איז אצינד געזען געווארן איבער וואשינגטאן די סי אין די פארעם פון א שלאנג און האט ארויסגעגעבן א מאדנע ליכטיגקייט ענליך צו אנדערע UFO'S וועלכע זענען געזען געווארן אין די לעצטע יארן. אין די פריעדיגע טעג זענען אויך געזען געווארן איבער א מדבר אין קאלאפארניע און איבער קאלאראדאו.
גיימיר שטורעמען!!!

די גייסט יא אדער נישט?
אויב יא וויל איך מיטקימען

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 3:14 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
זאג עפעס האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א UFO איז אצינד געזען געווארן איבער וואשינגטאן די סי אין די פארעם פון א שלאנג און האט ארויסגעגעבן א מאדנע ליכטיגקייט ענליך צו אנדערע UFO'S וועלכע זענען געזען געווארן אין די לעצטע יארן. אין די פריעדיגע טעג זענען אויך געזען געווארן איבער א מדבר אין קאלאפארניע און איבער קאלאראדאו.
גיימיר שטורעמען!!!

די גייסט יא אדער נישט?
אויב יא וויל איך מיטקימען

איך קען נאכנישט דעסיידן... פון איין זייט האב איך שוין מורא אבער מצד שני בין איך נייגעריג.. סאו מ'העט זען וואס די קומענדיגע טעג ברענגען מיט מיט זיך.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 7:27 pm
דורך שקר
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
זאג עפעס האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:א UFO איז אצינד געזען געווארן איבער וואשינגטאן די סי אין די פארעם פון א שלאנג און האט ארויסגעגעבן א מאדנע ליכטיגקייט ענליך צו אנדערע UFO'S וועלכע זענען געזען געווארן אין די לעצטע יארן. אין די פריעדיגע טעג זענען אויך געזען געווארן איבער א מדבר אין קאלאפארניע און איבער קאלאראדאו.
גיימיר שטורעמען!!!

די גייסט יא אדער נישט?
אויב יא וויל איך מיטקימען

איך קען נאכנישט דעסיידן... פון איין זייט האב איך שוין מורא אבער מצד שני בין איך נייגעריג.. סאו מ'העט זען וואס די קומענדיגע טעג ברענגען מיט מיט זיך.

גיי מיר

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:04 pm
דורך גרויסע-גדולה
וואס איז די פונקטליכער דאטום וואס מען גייט שטורמען? איך דארף טשעקען מיין סקעדיול

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:06 pm
דורך גרויסע-גדולה
גרויסע-גדולה האט געשריבן:וואס איז די פונקטליכער דאטום וואס מען גייט שטורמען? איך דארף טשעקען מיין סקעדיול

Sept 20 דאס איז דאך פרייטאג ערב סליחות. איך פלאן שוין צו זיין אין אומאן דעמאלטס!
עס איז ריין דיסקרימינעישאן דאס צו סקעדיולען אזוי נאנט צו די ימים טובים

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:06 pm
דורך גרויסע-גדולה
מען דארף מיטנעמען די פאפ אפ סוכות