שטורעם עריע 51

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:39 pm

די קאונטי וואו עריע 51 געפונט זיך האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין בעפארשטייערונג צום ערווארטעטן שטורעם.

https://knpr.org/headline/2019-08/linco ... a-51-event

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:47 pm

אקעי, רבותי! הנה ימים באים! די גרויסע טאג זעט זיך שוין אן אויפן האריזאנט! מען ציילט שוין די מינוטן צו דעם גרויסן מעמד ווען מלך ביפיו תחזינה עינינו, און מיר וועלן קענען אנטפלעקן איינמאל אויף אלעמאל וואס עס שפילט זיך אפ שוין פאר די לעצטע פאר-צענדליגע יארן הונטער די קוליסן אין עריע 51.
האמת אגיד, איך האב ניט קיין אנונג אויף וועלכע טאג דעם מאסן פארזאמלונג איז באשטימט געווארן. איך ווייס בלויז אז ערגעץ אין סעפטעמבער! ממילא אחכה לו בכל יום שיבא און איך בין גרייט מיט די בגדי שבת ארויסצולויפן שטורעמען שטח איין און פופציג!
תכלית: וואס וויל איך דא?... אהה, איך וויל איינער זאל מיר זאגן אויף וועלכע דאטום די שטורעם איז געסקעדזשועלט. תזכו למצות.
גיימיר מיט כח!!
צוגעלייגטע
stick_figure_round_house_kick_md_wm_v2.gif
stick_figure_round_house_kick_md_wm_v2.gif (159.15 KiB) געזעהן 624 מאל
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:46 pm

צייט שטיפער אינעם ערשטן תגובה אינעם אשכול האט געשריבן:די באשטימטע דאטום פארן פארמעסט איז ערווארטעט אויף סעפטעמבער 20 למספרם.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:21 pm

רבותי די טאג קומט נענטער און נענטער... איך האב א חבר וואס איך בין שוין חושד פאר א וויילע אז ער איז נישט פון אונזערע [נישט יקטן ווער איז יקטן? ] און לעצטנס איז ער זייער אנגעצויגן אזש איך האב אנגעהויבן שפעקולירן אז ער איז נישט מער און נישט ווייניגער אן "עיליען"... לאכט נישט! איך בין ערנסט דערשראקן... מ'העט דארפן זען וואס צו טון...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:26 pm

אה.. דאס איז געווען סצעטעל און סעמדרש "פרטים יבאו" וואס א גאנצע וואך דרייט זיך מיר שוין די קישקעס פאר נייגער
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:42 pm

קעמען ערגעץ מיט האלטן לייוו די אינוואזיע?

דער עולם ווערט אויך געבעטן צו לייגן דרייוו און דראפלאק'ס

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:03 pm

אקעי, אין בעפארברייטונג צום גראנדיעזן מעמד השטורעם, צייג איךדא דעם גענויען פלאץ. שטודירט אביסל דעם מאפע און זייטס גרייט.
דא ווייז איך אויך א בילד פון דעם שטח
צוגעלייגטע
עריע 51.JPG
עריע 51.JPG (222.4 KiB) געזעהן 241 מאל
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:04 pm

אויך וואלט איך געבעטן ווער עס קען אהערברענגען דעם לינק וואו מען קען קויפן טיקעט'ס צום עווענט...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:06 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויך וואלט איך געבעטן ווער עס קען אהערברענגען דעם לינק וואו מען קען קויפן טיקעט'ס צום עווענט...

עס קאסט געלט גאר?? נע... קענסל מיר די גאנצע זאך, איף איט'ס אלל עבאוט מאני

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:07 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויך וואלט איך געבעטן ווער עס קען אהערברענגען דעם לינק וואו מען קען קויפן טיקעט'ס צום עווענט...

עס קאסט געלט גאר?? נע... קענסל מיר די גאנצע זאך, איף איט'ס אלל עבאוט מאני

נעה, ווער נישט אזוי דערשראקן... איך מיין צו זאגן די לינק וואו מען שרייבט זיך איין.... אויב קיינער קען עס נישט אהערברענגען מיינעך איז די גאנצע מעשה פעיק ניוז..
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:03 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אויך וואלט איך געבעטן ווער עס קען אהערברענגען דעם לינק וואו מען קען קויפן טיקעט'ס צום עווענט...

עס קאסט געלט גאר?? נע... קענסל מיר די גאנצע זאך, איף איט'ס אלל עבאוט מאני

נעה, ווער נישט אזוי דערשראקן... איך מיין צו זאגן די לינק וואו מען שרייבט זיך איין.... אויב קיינער קען עס נישט אהערברענגען מיינעך איז די גאנצע מעשה פעיק ניוז..

מיר אלע האבן דאך נישט קיין ציטריט צו די מקומות,

מען מוז ארלעדיגן אז נטורא קרתא זאל צושטעלן אייגענע באסעס, און מאכן פרייטאג ביים זמן א ראבאקאל דערפאר.

ר' יענקל קען מען אויך מיט נעמען פאר א רעדע אויפן ארט.

עליען
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51

אפדעיט!‏

תגובהדורך עליען » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:17 am

א אויפוואכונג הערשט אינעם גאנצן עריע 51 ווי מען איז פארנומען מיט די לעצטע צוגרייטונגען אויפצונעמען ‏די מאסן וואס וועלן אהערשטורעמען קומענדיגע ערב שבת הבעל"ט, דעם צוואנציגסטן אין סעפטעמבער ‏למספרם.‏
די עסקנים זענען פארנומען ביז איבערן קאפ צו קא-ארדינירן אלע דעטאלן פונעם אנלויף, אזוי אז אלעס זאל ‏‏(צו-)קלאפן ווי עס דארף צו זיין! ספעציעל זענען צוגעגרייט געווארן א גרויסע פלאטע פון עמערדזענסי ‏סערוויסעס און הצלה מעמבערס זיך מטפל צו זיין מיט די וואס וועלן פארוואונדעט ווערן פון די שיסערייען ‏מיט וואס די מיליטער וועט מקבל פנים זיין די מאסן!‏
מ'בעט יעדער איינער זאל זיך צוהערן צו די עסקנים, אז מ'זאל קענען ארויסנעמען די מאקסימום! ‏
כולנו למערכה ולה' הישועה! איש בל יעדר!‏


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 7 געסט