בלאט 1 פון 1

אנקעטע: וואספארא קאליר מעסער ניצט איר

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 3:27 pm
דורך ניס קראכער
געל גרין אין בלוי, ניסעלע'ס אנקעטע איז דא. פא פא ( בניגון של הGB קאליר סעיל עד...)
צום ענין...
וואספארא קאליר מעסער ניצט מען ביי אייך אין שטוב פאר מילעכיג, פליישיג, פאראווע
אין פארוואס פינקט די קאליר
למשל אסאך ניצן רויט פאר פליישיג, איי מילעך קומטעך אין רויט געבאטלט אויך? גיי פארשטיי

קאלירן צו שטומען

שווארץ
ווייס
בלוי
געל
אראנדזש
רויט
גרין

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 3:47 pm
דורך מומחה יוחס
ווי איז דער אנקעטע קנעפלעך?

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 4:16 pm
דורך מחשב
באמת קלערעך שוין א לענגערע צייט, פארוואזשע טאקע איז רויט מער פליישיג ווי בלוי? האבעך געקלערט אז רויט איז דינים, ממילא שטומט דאס מיט פלייש. איי וועסטו פרעגן בלוי איז דאך תכלת וואס איז אויך דינים, ווי מ'זעהט פון די וואך פון קרח'ן וואס האט אנגעטון א טלית שכולה תכלת? העט מען מוזן זאגן אז דאס קומט ווייל דם נעקר ונעשה חלב, קומט דאך אויס אז בשורש אידאס אויכעט דינים. דאס איז אלעס פאר די יודעי חן, אבער בפשטות לאזט זיך קלערן אז געווענליך אין די פלייש שאכטעלעך (נישט די סופער קליען שטייצעך) איז נאך דא אזא רינעכץ וואס קוקט אויס ווי דם'יש, ממילא פיר אליין אויס, משא"כ די מילך איז דומה מער צו בלוי. שוין.

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 4:18 pm
דורך נו גוט נו שוין
געמער א מינוט כ'על פרעגן אינדערהיים

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 6:38 pm
דורך צו געזונט
מיין יאגד מעסער איז פון עלעפאנט ביין (אייווארי)
מיין טאשן מעסערל איז פון איילבירט האלץ

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 6:40 pm
דורך צו געזונט
רויט ביי פליישיג און בלוי ביי מילכיגס איז צוליב:
פלייש ווערט געקאכט און רויט איז א צייכען פון הייס, א שטייגער פייער
בלוי פאר מילכיגס איז ווייל מילכיגס קומט געווענליך קאלט און בלוי צייגט אויף קעלט. בלויע ליפן א.ד.ג.

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 9:36 am
דורך צוקער וואסער

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 10:29 am
דורך מאתים
קען זיין ווייל, רויט, מיינט -" האלט", בלוי און גרין איז "גיי ווייטער" איז נאך פליישיגע דארף מען ווארטן זעקס שעה, ממילא האלט, נאך מיליכיג דארף מען נאר קנוה"ד און א האלבע שעה משום חומרא ממילא גיי ווייטער כנלע"ד העני'
ביי א שיעור פון ר' פנחס כץ האט ער געזאגט אז אין א אידישע קאך קומט נאר פארווע מעסערס, מזאל נישט שניידן קיין דבר חריף ווי צוויבל אפילו אריינצולייגן אין פלייש נאר מיט א פארווע מעסער, ווייל רוב שאלות אין קאך וואס מקען נישט מיקל זיין איז ביי דבר חריף מיט פליישיג/מיליכיג מעסער וואס מאכט עס צוריק פאר א בן יומו,
נו א מעסער ווערט'ך דאך פליישיג סא ווען די רויטע פארווע מעסער ווערט פליישיג, קויפעך געלע פארווע, אז די געלע פארווע מעסער ווערט פליישיג קויף איך גרינע פארווע, און אזוי שווארצע, ווייסע, וחוזר חלילה אזוי איין מאל א יאר קום איך צוריק צום רויטן מעסער...

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 10:04 pm
דורך זופ מיט קניידל
וואו וועלט מען, דא?

אקעי,
איך נוץ די טיפיקל רויט און בלוי, שווארץ פאר פארעווע,

די עכטע סיבה איז - ווייל אזוי האב איך און מיין ב"ב געזען אינדערהיים און מיר זענען ביידע אזוי צוגעוואוינט....