בלאט 1 פון 3

[אנקעטע] ווען שטייט איר אויף יעדן אינדערפרי?

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 8:17 pm
דורך יידישע קהילות
אנגעגאסן נעגל-וואסער און געזאגט מודה-אני...
גוט מארגן.
וויפיל אזייגער איז יעצט?
יא איך ווייס אז עס איז נישט פאראן קיין כלל, אמאל אביסל פריער און צומאל אביסל שפעטער. אבער געווענטליך, נישט זונטיג נאך א זומערדיגע מוצ"ש און נישט חוה"מ פסח, נאר פשוט א גרינעם מיטוואך - ווען שטייט איר אויף?
איך פרעג אויך נישט ווען איר *ווילט* אויפשטיין און נישט ווען איז אייער וועקער-זייגער אנגעשטעלט און ווי לאנג עס סנאאאאאאזט און וועקט אויף די משפחה מיט די שכנים... :lol:
ווען שטייט איר אויף בדרך כלל?

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 8:50 pm
דורך בבל
25 % אייוועלט חברים שטייען אויף ווען איך האב שוין די ארבעטס קליידער? שעם אן יא

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 8:54 pm
דורך צו געזונט
אייביג דאווענען פאר די ארבעט! איך בין שוין גרייט פאר די ארבעט ארום 8 צופרי
אויך די טעג וואס איך ארבעט נישט איז פאר סוף זמן קריאת שמע (נישט אויפשטיין, נאר קריאת שמע בשעת התפילה)

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 8:56 pm
דורך מי יודע
לייג צו ווען מען לייגט זיך ביינאכט, וויפיל שעה מ'שלאפט א נאכט

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 9:15 pm
דורך בבל
מי יודע האט געשריבן:לייג צו ווען מען לייגט זיך ביינאכט, וויפיל שעה מ'שלאפט א נאכט

פארשטייט זיך עקסטער ימי המעשה און עקסטער שבת
למשל איך בין משלים שבת אלעס וואס איך פארפעלט א גאנצע וואך
ווי אויך קען מען פרעגן וויפיל שעה מען ארבעט( אן אריינרעכענען די קישי השעובד )

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 10:38 pm
דורך מומחה יוחס
ברוך השם איך שטיי אויף גאר פרי פארטאגטס, צווישן 5 אין 6 , אין 6 איז מען שוין אין בית המדרש אין מען לערנט א היפש צייט פארן דאווענען מיט א רואיגקייט, אין מען דאווענט געשמאק,

הודו לד'

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 10:46 pm
דורך יש בו
פעלט אן אפשן, 10:30-12:00,
(נאר באונס, שטייצעך :roll: )

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 10:47 pm
דורך צו געזונט
די חברה זיינען נאך נישט דא אויפן וועלטל, זיי זיינען נאכט פויגלן

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:33 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
מומחה יוחס האט געשריבן:ברוך השם איך שטיי אויף גאר פרי פארטאגטס, צווישן 5 אין 6 , אין 6 איז מען שוין אין בית המדרש אין מען לערנט א היפש צייט פארן דאווענען מיט א רואיגקייט, אין מען דאווענט געשמאק,

הודו לד'

כ׳קען דיר גאר נישט זאגן װי שטארק כ׳בין דיר מקנא, אמת׳דיג.

כ׳װײס אז אױב מ׳װיל עכט שטײט מען אױף, דאסט מיר נישט זאגן.. כ׳װײס דעיס.. אבער כ׳בין דיר נאך אלץ מקנא, כ׳קען דיר נישט זאגן מער װי דעים

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:40 pm
דורך חוח בין השושנים
יש בו האט געשריבן:פעלט אן אפשן, 10:30-12:00,
(נאר באונס, שטייצעך :roll: )

דאס רופט מען בלשון נקייה: ביים נץ.
נ'אך צ'ענע
נ'אך צ'וועלעווע
נ'אך צ'ווייע

הג"ה: ויש מהדרים לומר "וכולם פותחים את PM" דווקא אחרי 12:00 ודו"ק.

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:45 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
חוח בין השושנים האט געשריבן:

הג"ה: ויש מהדרים לומר "וכולם פותחים את PM" דווקא אחרי 12:00 ודו"ק.

:lol: :lol: :lol:

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:47 pm
דורך אסדר לסעודתא
פעלט אן אפציע

א געוויסע צייט פאר חצות (ווענדט זיך אין דער צייט פון יאר)

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:51 pm
דורך ישוב הדעת
פעלט אן אפציע ווענד זיך וואס איז דא אויפן סקעדשעל.
ערגעץ צווישן 5 און סוזק״ש

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 11:59 pm
דורך וואס טוט זיך
געוועלט פארן צווייטען אפציע.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 12:47 am
דורך בעל דמיון
מי יודע האט געשריבן:לייג צו ווען מען לייגט זיך ביינאכט, וויפיל שעה מ'שלאפט א נאכט

ס'פשוט אז ס'גייט צוזאמען, די ערשטע סי' אין שו"ע הייבט דער מחבר אן יתגבר כארי... זאגט דער רמ"א ובשכבו על משכבו...

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 1:21 am
דורך יידישע קהילות
גערעכט אישתמיטתיה די אפציע פון "נאך 10:30".
אולי אין דעם זכות וועלן נאך 10:30גערס כאפן אז זענען שוין כמעט אינם מן הישוב.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 4:56 am
דורך פאר'מוח'ט
געוועלט פאר איינע פון די העכערע אפציעס... אבער ס'בענקט זיך נאך די אלטע זיסע צייטן ווען מ'האט געקענט אריינשלאפן אן קיין זארג...

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 8:27 am
דורך יש בו
יידישע קהילות האט געשריבן:גערעכט אישתמיטתיה די אפציע פון "נאך 10:30".
אולי אין דעם זכות וועלן נאך 10:30גערס כאפן אז זענען שוין כמעט אינם מן הישוב.


ביי אונז אין ביה״מ הייבט זיך אן די ראש אוערס, ארום 10:30

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 8:41 am
דורך יישר כח
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פעלט אן אפציע

א געוויסע צייט פאר חצות (ווענדט זיך אין דער צייט פון יאר)


חצות AM אדער PM :grin:

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:12 am
דורך יידישע קהילות
יש בו האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:גערעכט אישתמיטתיה די אפציע פון "נאך 10:30".
אולי אין דעם זכות וועלן נאך 10:30גערס כאפן אז זענען שוין כמעט אינם מן הישוב.


ביי אונז אין ביה״מ הייבט זיך אן די ראש אוערס, ארום 10:30

דאס מיינט נאכנישט אז זיי שטייען אויף נאך 10:30!

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:20 am
דורך עפל קאמפאוט
פאר די 9 מענטשן וואס שטייען אויף נאך 9:30 דארף מען צולייגן א פראגע: וויאזוי סטראגעלט איר מיט שלום בית? אז דיין ב"ב שטייט שוין אויף צו די קינדער-ארבעט סאך פריער און די פאפסט נאך אין בעט....

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:42 am
דורך דונש
ווען מ'ברויך גיין ארבעטען איז בערך צווישן 5:30 און 6:30,
אבער אין די צייטן וואס מ'ארבעט נישט שטייט מען אויף צו ליינען קרי"ש און מ' לייגט זיך צוריק ביז בערך 10:30,
-----------
שלום בית איז ב"ה פערפעקט,

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 11:41 am
דורך לדעתי
איינער וואס זיין שלום בית איז תלוי און ווען ער שטייט אויף, דארף מען צולייגן א פראגע: וויאזוי סטראגעלט איר מיט שלום בית!

איך פראביר אויפצושטיין בערך 2 און אהאלב שעה פארן גיין ארבעטן.
פאר דעם האב איך נישט וואס צו זוכן אינדרויסן פון בעט - וואס א חילוק ווי איך קלאץ ארום, איינער האט ליב די קאווע שטיבל און איינער האט בעסער ליב זיין בעט.

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 11:59 am
דורך Graphic24
זייער הנאה צו זען ווי דערוילעם איז זיך מתגבר אויפצושטיין אינדערפרי... ווילעך נאר דערמאנען א וויכטיגע נקודה.

שינה.png
שינה.png (33.43 KiB) געזעהן 2271 מאל

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 12:01 pm
דורך אונגארישע הייזער
עס וואלט זייער גוט געווען אויב איינער וואלט זיך געקענט מתנדב זיין צו עפענען א אשכול אויף די גרויסקייט פון אויפשטיין צופרי גענוג פרי צו לערנען א שעה צוויי פארן דאווענען, (כדי מ'זאל נישט ווערן אפגעקילט דא....)