גריסן און שמועסן
זונטאג מרץ 09, 2008 1:27 pm
אנדי איך האב שוין געמיינט, אז ס'שוין געקומען די צייט, ביזדערווויל זע איך אז מ'טאר נישט כאפן די גאולה פאר די הייסע לאקשן, דו ביסט דער וואס ס'ליגט דיר דארט די גאנצע צייט, איך האף קיינער קוקט נישט אריין אין מיין טראנק, ביי אונז אין דערהיים, פלעגט מען נאך ארבעטן אויפן אמאליגן שטייגער, מ'איז אהיימגעקומען פון שולע, איז מען ארויס אין פעלד, אפגעבראכן א צווייגל, אויפגעהויבן א שטיין, און הוידא. געגאנגען געשלאגן.
Advertisement
זונטאג מרץ 09, 2008 1:56 pm
ביינ'אונז אין בעדסטיי (אדער אין די איסט סייד) פלעגמיר נישט שפילען אין פעלד נאר אויפ'ן גאס. יא! די גרינע קאר איז געווען ערשטע בעיס, די געלע וואלקסוואגאן איז גווען צווייטע וכו'.
זונטאג מרץ 09, 2008 1:59 pm
יא דערמאנסט מיך יעצט ווי דזשאני, פון די 12'טע שטאק, פלעגט טאקע אייביג גיין אינדרויסן פון בילדינג, און שפילן צווישן אלע מענטשן, אז יעדער האט געציטערט וועמענס פענסטער קומט היינט, יעדע בוים האט ער מיט זיינע שקצים גענוצט צום שפיל, וויי איז געווען פאר א אינגל וואס איז אים געשטאנען אין וועג, אינטרעסאנט טאקע, איך טראכט יעצט צוריק וויאזוי די שויבן האבן נישט געקראכט פון זיינע שיסערייען.
זונטאג מרץ 09, 2008 2:02 pm
דו געדענקסט נישט ווי ער האט אריבערגעהאקט איינס איבער די בילדינג ביז די נעקסטע גאס און עס האט אויסגעשאסן א פענסטער פון א פארביי פארענדיגע קאר?
זונטאג מרץ 09, 2008 2:05 pm
עפעס דערמאנסטו מיך
זונטאג מרץ 09, 2008 2:06 pm
נו! ווען גיימיר שפילען?