Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זעלטענע געלעגנהייט פאר קרעטשמע מיטגלידער

מיטוואך פבואר 27, 2008 3:57 pm

היינט איז דאך באוויסט די יארצייט פון רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, אויך איז באוויסט אז צדיקים (ראפשיצער רב און צאנזער רב) האבן געזאגט אז די ערשטע פראגע פון משיח וועט זיין צי מען האט געשטיצט אייניקלעך פון ר' ר' אלימלך, נא אנשטאט איר זאלט דארפען ארימלויפן ווי דער ליטוואק פורים נאכמיטאג זיכען א אביון מהודר, וויל איך אייך איבער געבען אז איר קענט מקיים זיין די מצוה בו ביום ביי מיר, איך אלץ אייניקל פון ר' ר' אלימלך דא, נעם איבער דאס געלט מען זאל נישט דארפן שטיין אין די בעק ווען משיח וועט קימען, איך זיץ אין בית המדרש מערבית צפונית דארט נעבן די קאווע מיט א חברותא שטייצעך, איר דארפט אייך נישט זארגן איך בין נאך ניי דא און דער עולם האט מיך נאך נישט געגעבן שלום, מילא קענט עטס אזוי אריין גליטשען א מטבע.
אויב ווילט א רעסיט וועט איר מיזען ווארטן שוין אויפן ר' ר' אלימלך אליינס

Advertisement

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:07 pm

אלד, שלום עליכם קאזין, וואסי נייעס? ביידאוועי דא איז דא סינאריטי, סאו אנגעהויבן ביי קרעמער, (און אויב נישט,) קען מען גיין צו מיר, סאו ווארט אין די ליין.

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:16 pm

א ר' ר' מילעך'ס אן אייניקעל??????

קום אהער!!! לאמיר דיך מהנה זיין!!!!!! נעם וויפול די ווילסט!
עטעטשמענטס
cash1.jpg
cash1.jpg (53.26 KiB) געזעהן געווארן 760 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:21 pm

דארפסט נאך?


נאדיר....
עטעטשמענטס
cash2.jpg
cash2.jpg (34.67 KiB) געזעהן געווארן 765 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:28 pm

דו ביסט א לועג לרש.

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:29 pm

איך_הער האט געשריבן:דו ביסט א לועג לרש.


איך האב נאך! :lol:

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:30 pm

כ'מעג אויך נעמען :?:

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:32 pm

בעל עגלה האט געשריבן:כ'מעג אויך נעמען :?:


אויס דריקלעך נאר פאר נכדי ר' ר' אלימלך זי"ע

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:33 pm

נישט זיכער אויב איך בין אן אייניקעל. קודם נעם איך.

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:37 pm

שוין! איך זעה אז די אייניקלעך צוכאפען זיך וועלען דארפען ארויס ברענגען נאך פון די שאנק.

נישט שטיפען!!!! איך בעט ענק!!!!
עטעטשמענטס
cash3.jpg
cash3.jpg (19.67 KiB) געזעהן געווארן 747 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:38 pm

נישט נארמאל, פון ווי נעמט מען אזוי סאך ?!

אנדי, גיב אהער עטליכע זעקלעך מאראוואנא און קאקעין, לאמיר אנפאנגען מיט די ביזנעס, מיר קענען אנפילן אזא שאנק פארן קימענדיגן יארצייט..

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:41 pm

ווילסט וויסען ווי אזוי איך האב אזוי סאך קעש?

קוק דא!
עטעטשמענטס
cash4.jpg
cash4.jpg (67.28 KiB) געזעהן געווארן 724 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:41 pm

איך זעה דא אזוי די סעיף, דערמאן איך מיך פון א פאסירונג, וואס האט פאסירט צו איינעם פון אונזערע שטעטלישע עשירים, ער איז אריין אין באנק, ווען ער איז געווען אין פלארידא, און דער מענעזשער פרייט זיך אזוי צו אים, און געט אים א זאג, דו ווייסט אז דו האסט דא א סעיף, וואס דו האסט שוין לאנג נישט געעפענט, דער עושר האט קוים געדענקט, און איז געגאנגען כאפן א בליק דערויף, און ס'איז געווען אנגעפילט מיט הונדערט טויזענט דאלער קעש. (ער האט ניטאמאל געדענקט דערפון.)

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:46 pm

איך האב ראבער בענדס אויך.

אויב איינער דארף א ראבער בענד קען ער נעמען!
עטעטשמענטס
cash5.jpg
cash5.jpg (85.53 KiB) געזעהן געווארן 717 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:47 pm

איך הער צי מיר פאסירט נישט דע זאכען איך גיי פון באנק צי באנק קיינער געדענקט נישט אז איך האב אריינגעלייגט געלט דארט

מיטוואך פבואר 27, 2008 4:55 pm

אינטערעסאנט קיינער דערמאנט דעם באקאנטער סיפור:
מעשה שהיה, ס'געווען א גביר וואס אלע האבען געוואוסט אז פאר רבי אלימלך'ס אייניקלעך געבט ער גרויסע סכומים..
ס'איז איבריג צוזאגען אז ר' אלימלך האט באקומען דאפעלטע קרובים.. און ס'האט זיך געשלענגעלט לאנגע שורות פון בנש''קלך..
ויהי היום, קומט אן א אלטער יוד, און רוימט דעם עושר אריין אין די אויערן, 'איך בין ר' אלימלך אליין'...
ער האט געקלערט אוודאי, אז אויב פאר זיינע אייניקלעך געבט ער א שיינעם סכום, קומט זיך דאך ר' אלימלך'ן א פארמעגן. און דער עושר האט אים טאקע געוויזן צוצוווארטן אינעם אנדערן צימער - זיין פריוואטן אינעווייניגסטע צימער.
און נישט לאנג געדויערט עס, און דער עושר קומט אריין דארט, און שלוסט צו דעם טיר, אה! טראכט דער אלטער יוד, יעצט קומט א פארמעגן..
דער עושר כאפט עהם אן, און לייגט עהם איבער אויפן טיש, און רייסט אריין ביטערליכע קלעפ! און שרייעט נאך צו מיטן לעצטן אטעם 'זאלסט אויפהערן אהערשיקן דיינע אייניקלעך.....

מיטוואך פבואר 27, 2008 5:34 pm

שוין, ס'נאך פארבליבען געציילטע מינוטען ביז מוצאי יומא דהילולא, עני אייניקלעך וואס האבן נאך נישט געקריגן קענען יעצט נעמען, עס איז נאך דא אביסל געבליבן אין שאנק.
עטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (32.55 KiB) געזעהן געווארן 710 מאל

מיטוואך פבואר 27, 2008 5:37 pm

כ'בין רעבע בעב ביילעך..

מיטוואך פבואר 27, 2008 5:59 pm

גוטזאגער גוט געזאגט
לאכתי ולאכתי ולא היה יכול לסטאפ את האלאכאטץ

מיטוואך פבואר 27, 2008 6:58 pm

זאג נאר ווי איז די שאנק ווי קען איך עס קימען אויפפיקען ???????????????????????????????

מיטוואך פבואר 27, 2008 8:20 pm

דארפסמאן האט געשריבן:זאג נאר ווי איז די שאנק ווי קען איך עס קימען אויפפיקען ???????????????????????????????


אלעס איז שוין אויסגעגאנגען. טו לעיט!

דאנערשטאג פבואר 28, 2008 4:36 pm

איך בעט דיר , אפשר ד.ד.א.א.ך.ך. :x :x
שרייב א תגובה

Advertisement