נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
אחראי: אחראי
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
ברעיקינג! מען הערט שמועות אז ס'איז אנפלעקט געווארען ביי די גרובינגען נעבען בית-עולם, גאר אן אלטע פלאקאט וואס פלעגט לכאורה הענגען בשער העיר, דארט איז אויסגעקריצט די גאנצע השתלשלות און היסטארישע איינצילהייטען איבער די מקור פון די נאמען פון שטעטל. מען האט אראפ געריפען גרויסע מומחים מפענח זיין און קלארשטעלען וואס שטייט. וואס מען הערט דערווייל איז, יש אומרים אז די שטאט האט גאר געהייסען "פריש-פיקל-אדאני"! זעהט אויס מיר גרייטען זיך צו א שווערען ווינטער, ס'שוין דא וואס פאדערען להחזיר עטרה ליושנה און אהערשטעלען א גרויסען כינוס קריאת השם מחדש... אנדערע גרייטען זיך צו קעמפען שטארק צו האלטן און בלייבן מיט די יעצטיגע וועלט-באקאנט נאמען. און פרעגט בעסער נישט וואס טוהט זיך אפ אין לשכת הדיינים, די רבנים זענען פארצווייפעלט בנוגע די אלע כתובות און גיטין וואס זענען נישט געהעריג געשריבען די נאמען פון שטאט, קיצער, ס'טוט זיך...!
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
אין פישפיק ווייסעך נישט פונקטליך וואס טוציך, אבער דא אין פארברענגען דארף ווייסעך אז עס איז אריינגעקומען א פרישע רוח גערופן חק תוכות און ער זאגט גוט!
קיפ איט אן!
קיפ איט אן!
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
די וועד העיר האלט עס נאך שא-שטיל, אבער ווי סשיינט אויס, עט זיין א פראבלעם צינדען די חנוכה לעכטליך היי יאר אין שטעטל. ניין ניין, לעכט אליין איז דא גענוג און נאך, האסט נישט געהערט פון נר מצוה, יא, זיי האבען אהער געשיקט א שפע לעכט, קנויטען, שמנים, שוועבליך, אלעס אלעס. נאר וואס, היות ביי אונז אין שטאט צינד מען אינדרויסען פון שטיב כמנהג ירושלים כידוע לך מקדמת דנא, און דער 'שר חבקוק' האט יעצט געווארענט איבער א פרישע רוח, זארגט מען אז די שווערע שטורעם וועט אלעס פארלעשען, נו, טוה וואס פארא יומטעוו עללען מיר דאן האבן?...
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
- sheetrock
- שר האלף
- תגובות: 1814
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
א כאפצעם איז היינט פארגעקומען ווען יאנאש האט זיך אנגעיאפקעט און אריינגעקומען אין שטעטל און געגעבן א פאטש פאר יוסל צווייגנבוים'ס בחור'ל (דער יונגערער וואס האט בר מצוה געהאט דעם פארגאנגענעם ווינטער).
יוסל'ס ווייב האט זיך גענומען שרייען כאפצעם, שניאור זלמן איז "פינקט" אדורכגעגאנגען און האט מיט זיין ברייטן ארעם דערלאנגט צוויי געזינטע אויף יאנאשע'ס פנים אזש ער איז טויב געווארן... און ארינטער געפאלן אויפן ערד. ווען די דאקטורים זענען אנגעקומען האבן זיי געזעהן אז ס'קומט בלוט פון זיין אויער האבן זיי געשיקט א טעלעגראם פארן סולטאן אז די יודן האבן אים געהארגעט ווייל זיי דארפן די בלוט פאר די מצות.
די רב האט באלד געשיקט א בריוו צום סולטאן אונטערגעשריבן פון דאקטער דזשאנגאו און דאקטער עסאמבל אז יאנאש איז פשוט אומגעפאלן צוליב דעם וואס ער האט געהאט קאראנע.
יאנאש ליגט יעצט ביים דאקטער אין שטוב און ס'איז ערווארטעט אז ער זאל זיך ערהוילן.

שטיצט א יוד
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14203
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
בלוט פון די אויערן איז געווענטליך א נישט גוטער סימן
מִי שָׂם פֶּה לָאָדָם אוֹ מִי יָשׂוּם אִלֵּם אוֹ חֵרֵשׁ אוֹ פִקֵּחַ אוֹ עִוֵּר (שמות ד יא)
די תורה רעכנט אויס 4 מומין: אִלֵּם, חֵרֵשׁ, פִקֵּחַ, עִוֵּר
- אוראייניקל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5075
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
אזוי?! איז קען אסאך מענטשן מיט בלוט(וט) אין די אויערן...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 713
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
עס קורסירן קלאנגען איבער א נסיעה וואס א גרופע אידן פלאנירן צי באזוכן אינזער אומגעגענט
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!
- sheetrock
- שר האלף
- תגובות: 1814
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני
זייער א שיינע זאך אז מענטשן ווילן קומען באזיכן אונזער רב שליט"א. פון ווי קומען זיי? און ווער איז דאס אנשי שלומינו?
שטיצט א יוד
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט