נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:25 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גוטן חודש:

דערמאנונג; איטשע בעקער אווי יעדן ר״ח פארקויפט ער זעמעלעך פאר האלב פרייז. כאפט א מציאה


זאל ער זיך האלטן מיט זיין האלבע פרייז...
שרה'קע פארקויפט טויזנט מאל בעסערע זעמלעך פאר א דריטל די פרייז...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:26 am

עפעס א נייע סארט זעמל מיט א ווייעכע סארט זיסע קעז געמישעכטס דערינען. ער זאגט אז זיין שוועסטער פון אמעריקא האט אים געשיקט די רעצעפט דערפאר.

דאס איז דאס וואס ער גיבט היינט חצי בחינם און בעט דעם ציבור זאגן מבינות דערויף.
נאט אייך א גרינע...


לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:14 am

nmi האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:משולם ביאלאחאוויטש מאכט א ברית אין שניידער'ס שוהל, עס ווערט געזוכט א מוהל.
דער אלטער מוהל ר' זכרי' האט זיך אנטזאגט, ווי די שמועות קורסירן האט עס א שייכות מיט די מסירה פין דעם משומד יוסל ימ"ש

כ'פארשטיי נישט. משולם פלעגט אליין זיין מוהל ביי ביי זיינע 2 פריערדיגע קינדער. וואס איז יעצט געשעהן?

די מישט אויס
די מיינסט אוואדאי זיין ברודער דעם פרנס'ס איידעם, אבער ער געפינט זעך יעצט נישט דאהי, ער איז מיטגעפארן מיט זיין שווער אויף לייפציק צום יריד
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:28 am

ניין ער מישט נישט גארנישט, מיט מיינע אויגן ער האט זיי אליין ג'מלעט נאר זייט די נייע תקנה פונעם ארטאדאקסישן קאנצליי האט מען פארבאטן צו מל זיין אן א כתב, וואס מיסט מיט דיעזן זיגל פארזעין זיין, קען ער דאך נישט אליין

וואס איז אבער די מעשה מיט דעם ... טא פוי כ'וויל זיין נאמען אויף מיינע לעפצען נישט ברענגען. וואס'א געשעפטן האט ער מיט'ן מוהל?
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:40 am

האמער יעצט געטראפן משולם'ן זאגט ער מיר אז די ברית וועט זיין שבת. און כידוע אז איינער וואס האט נאכנישט געמל'ט 3 מאל אינדערוואכן מל'ט נישט אום שבת. סאו זיכט ער ער יעצט א מוהל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:44 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ניין ער מישט נישט גארנישט, מיט מיינע אויגן ער האט זיי אליין ג'מלעט נאר זייט די נייע תקנה פונעם ארטאדאקסישן קאנצליי האט מען פארבאטן צו מל זיין אן א כתב, וואס מיסט מיט דיעזן זיגל פארזעין זיין, קען ער דאך נישט אליין

וואס איז אבער די מעשה מיט דעם ... טא פוי כ'וויל זיין נאמען אויף מיינע לעפצען נישט ברענגען. וואס'א געשעפטן האט ער מיט'ן מוהל?

דער שגץ האט געמסרט, אז ר' זכרי' מאכט געלט פון די ברית'ן און ער באצאלט נישט קיין שטייער. ער האט עס געטוהן, אלס נקמה פארן אים אנשרייען יענע וואך שבת.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:46 am

פליגל האט געשריבן:עפעס א נייע סארט זעמל מיט א ווייעכע סארט זיסע קעז געמישעכטס דערינען. ער זאגט אז זיין שוועסטער פון אמעריקא האט אים געשיקט די רעצעפט דערפאר.

דאס איז דאס וואס ער גיבט היינט חצי בחינם און בעט דעם ציבור זאגן מבינות דערויף.

דער עולם באלעקט זיך די פינגער.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:49 am

רעד נישט צי פיל.... די פרייזן העלען זיך הייבן..
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:07 pm

איטשע בעקער האט זיך אנגעקויפט זעקלעך מעל צו זיין גרייט צו סערווירען דעם איישאבאטאן, ער איז געפערליך אויפגעברויזט אויף די עסקנים וואס האבן עס געקענסעלט, גרשון דעם גבאי שניס איידעם האט ער נישט געלאזט האלטען די טשאלענט די וואך אין בעקעריי ווייל ער איז געווען פון די אנדרייער אקעגן די שאבאטאן.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 10:08 am

הויעך האט געשריבן:איטשע בעקער האט זיך אנגעקויפט זעקלעך מעל צו זיין גרייט צו סערווירען דעם איישאבאטאן, ער איז געפערליך אויפגעברויזט אויף די עסקנים וואס האבן עס געקענסעלט, גרשון דעם גבאי שניס איידעם האט ער נישט געלאזט האלטען די טשאלענט די וואך אין בעקעריי ווייל ער איז געווען פון די אנדרייער אקעגן די שאבאטאן.

ער איז פון די מענטשן וואס געדענקן אפאר יאר אויב איינער האט אים באליידיגט, זאג גרשון'ן עס לוינט נישט ער זאל אים שוין יעצט גיין איבערבעטן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22090
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:31 am

פיר פערד איינגעשפאנט צו אפרוימען די שטעטישע שניי, צו די צופרידענהייט פון די איינוואוינער.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (137.41 KiB) געזעהן 159 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:39 am

איי... צעוואס פערשטערן דעם שעהנעם אויסבליק פון דעם ווייסיקן שניי?!.. אך א שאהד!
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:46 pm

דער שול קלאפער האט שוין פונעם שניי טעפיך באלד פארטאגס א תל געמאכט
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:15 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:דער שול קלאפער האט שוין פונעם שניי טעפיך באלד פארטאגס א תל געמאכט


די יאר האט ער נישט געהייערט די 4 שלעפער זאלן אים האלטען, נישט צו צופאטשקענען די שניי?
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 2:33 pm

יא יא פון דעם רעדט מען, זיינע שטיוול אליין איז נאך דורכצוטראגן,
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:02 pm

געציילטע פלעצער געבליבען צום נסיעה צי די חתונה פינעם רב'ס אייניקל וואס קומט פאר היינט ביינאכט אין פרדס צבי וומ"ס אמעריקא
וכל הקודם זכה
שישי ושמחי בשמחת רבינו!!

ווי אויך ווערן געבעטן די באטייליגטע אהערצישטעלן בילדער פין די גרויסארטיגע חתונה
טעות לעולם חוזר


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע, טריליאנער און 6 געסט