נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:32 pm

איך פארשטיי נישט. ווי זענען די גבאים ווען מ'ברויך זיי האבן?

זאל מען שיקן חנני'ן דער געוועזענער הויז בחור און ער זאל ברענגען דעם מאשין דא אהער.

פארוואס שלעפן דעם רב אזא לאנגע וועג?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:33 pm

און בד"וו אז מ'רעדט שוין יא, פון וואספארא מאשין איז די רעדע?

און פארוואס גייט פאר'ן רב אזוי אין לעבן דאס?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 5:16 pm

טשולענט טייערער. אין אמת'ן אריין וואלט איך דיר מיטאמאל געדארפט ענטפערן נאכן אזוי אפטוען מיטן טשולענט אין די ליל שישי אשכול. אבער אזוי ויי דו ביזט דאך א גאסט דא וועל איך דיר נישט אזוי אוועק פאנטשן און כ'וועל דיר ענטפערן.

די סטארי איז אז די אפעראט קען אפכאפן זאכן און מ'קען עס איבערשפילן פאר א מינעמאלע אפצאל. (שטייצעך אז נאר די רייכע קענען זיך עפארדן אזאנס).

די רב זאל געזונט ווערן שפירט אז א חלק פון זיין תפקיד אויף דעם וועלט איז צו אויסשפרייטן דעם דרך החסידות אזוי מ'האמיר מקבל געווען ממרן רבינו ישראל ממעזשעביזש זי"ע. האלט ער אז אויב מ'וועט קענען איבערשפילן זיין דרך וועט דאס משפיע זיין פאר די טרייפענע אמעריטשקע אויך. פארשטעיען זי?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

Efroiach
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:42 pm

ברעכעדיגע נייעס
פון צייט צו צייט באקום איך בריוון מיט נייעס פון א קרוב מיינער וואס וואוינט אין אמעריקא, היינט האב איך ערהאלטן א בריוו פון די קרוב זאל זיין געזונט אז די ארמיי פון אמעריקא האט פארכאפט און אומגעברענגט די מערסטע געזוכסטע פארברעכער אין די וועלט א מאסן מערעדער וואס האט אנגעדרייט טעראר און הריגות איבער שטעט און לענדער איבער די וועלט, ער הייסט עפעס אזוי "אבו על באגאדארי",
מער פרטים האט ער נישט געשריבן, איך גלייב איך וועל דארפן ווארטן נאך 3 וואכן צו וויסן נאך נייעס...

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 1:51 am

כ'מיין, יעדערער וועט פון זיך אליינס דענקען דאס פרייטאג צונאכטס אין היצטיגן וואך, וועט ווידערסמאל זיך איבערשפיעלן דער גרויסער געשלעגענען גענוי אווי אין די לעצטע וואכן.

אונז ברויך מיר זיך אביסל איבערקלערן, וואס'זשע דאס גייט דא פאר שוין ביינונז?

זאל עס קלארגעשטעלט ווערן פער יעדן: לא תבושי זינגט קהל, נישט דער חזן. דאס קען איך עדות געבן קלאר, דאס דענק איך פון פיניע דער חזן ע"ה. ווי קומט עטץ מיר זאגן אזוינס אזא זאך דאס? איך געדענק אים נישט?! ווי היצט זאל ער מיר דא שטיין פאר די אויגן דענק איך אים. יעדן פרייטאג-נאכט, אונגעפער דרייפערטל-אכטע דעם זייגער האט ער אריינשפאצירט אין שול, דא ביינונז אין שול אריין. אווי היצט דענק איך דאס. אים האט נישט פערדראסען קיין ריטוטיציעס, און די אלע זאכן אזוי. זיך געשטעלט צום עמוד צו, ער האט אנגעהויבן שוכן עד אז מ'האמיר געמיינט אז מ'גיימיר צום עולם האמת. אזוי ווי דו הערסט. דאס איז נישט, איך בין נישט קיין מארשעליק, איך פארצייל דאס גענוי.

--
דאס איז א חלק פון א דרשה וואס דער אלטער שמעלקא דער הויבלער האט געהאלטן די וואך דינסטאג גלייך נאך מעריב אין די משניות שוהל.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן טאקע נישט דורך קיין אנדערן ווי שמעלקע אליינס. עטליכע וואכן צוריק שבת, איידערן אריינגיין אין שוהל אריין, קומט אים אנטקעגן קריינטשא, זיין אלטע שכנט'ע פון בעקעטש-טשאבא. "גוט שבת", "גוט שבת", "לאז גריסן מיין גימפלען דער חזן" זאגט קריינטשא פאר שמעלקע'ן. "איך האף אים צו הערן אריין אין ווייבער שול ביים זינגען לא תבושי".

שמעלקע איז טאקע אריין אין שוהל, אבער אינגאנצן אויפגעברויזט. אנגעהויבן פארפירן, איבערדרייען, קאכן, שרייען "דער חזן זינגט נישט לא תבושי, דאס זינגט קהל!!!" האט זיין צוקריצטע שטימע געגריטשעט אין די אויערן שוין לאנג נאכדעם וואס דער רב האט שוין אנגעהויבן די הויכע שמונה עשרה פון מנחה.

דער קלימאקס איז געקומען ביי לא תבושי אליינס. קודם איז שטיל געווען, דאן האט דער אינגער חיימ'קע אריינגערוימט פאר גימפלען אנצוהייבן זינגען, שמעלקע איז רויט געווארן אבער חיימ'קע האט זיך געשטעלט פאר שמירה, שמעלקע קען דאך נישט זינגען, האט ער אנגאזשירט פאטשו, בומי, וואלי, און מאטלען - אלעס מיטליעריגע אידן אז זיי זאלן אנהייבן זינגען. ס'איז דאך אבער א קנאפער סוד אז די קליקע זענען פון אנהייב געווען בכלל קעגן אויפנעמען גימפלען פאר חזן. האבן זיך גימפל'ס חסידים אנגענומען פאר אים און אנגעהויבן שושקען אזוי הויעך אז די מתים האבן זיך געקענט אויפוועקן. אונזער אויבער-חכם, דער אויל-הענדלער ר' זאנוויל האט אנגעהויבן א צווייטן ניגון, להוציא מלבן, אבער שמעלקע האט גע'טענה'ט אז ער הרג'ט נאר די זאך און זיך געהאלטן צום אלטן ניגון. ביי די שושקערס אליינס איז אויך געווארן א געפעכט, אנדערע האבן געטוישט פון "ששששש" צו "שא שא שא". טויאש האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, אנגעהויבן שרייען "שמעלקע און וואלי! אז עטץ הערטס נישט אויף זינגען עמיר זיך זעהן זונטאג ביים ריכטער מיקלאש" און וואלי איז נישט שולדיג געבליבן "איך וויל דיך שוין לאנג זעהן דארט; דו האסט אריינגעברענגט דאס זאגן "מר"חשון ביים ראש חודש בענטשן, דו געמיינער באנדיט, עמיר זעהן וואס מיקלאש וועט דיך אורטיילן דערויף". פון ערגעצוואו האט עמיצער ארויסגעצויגן א פאסיק (שפעטער האט מען שוין געזעהן מאטעס'נס הויזן אויף דער ערד, האט מען שוין פארשטאנען וועמענ'ס דאס איז געווען) און מכות האבן אנגעהויבן גיין פון ביידע זייטן. חיימ'קע האט דא געטראפן א געלעגנהייט זיך אפצורעכענען אויף דעם וואס מאטל האט אום שמחת תורה נישט געלאזט אריינברענגן די האלעפצעס איידער די פערטע הקפה. אריינגעריסן אין אים עד זוב דעם. ביים ווינקל זענען געשטאנען זאנוויל און פישעלע-פעשעלע (דער גראבער פון שטעטל) און ביידע האבן בלויז געזאגט איין ווארט. זאנוויל: "קהל", פישל: "חזן" - הין און צוריק אן אויפהער.

און דאן האט זיך פון ווייבער שול אריינגעהערט א געשריי. "שמעלקע, זאל דיין טאטע צוריקגיין צו אלע בייזע רוחות! איך וועל אים נישט פארגעסן די בושות ביי מיין סערל'ס חתונה ווען ער איז פשוט און פראסט נישט געקומען!! - יעצט שמעלקע, פארמאך דיין צוקנייטשטן פיסקל און לאז גימפלען ווייטער דאווענען. פארשטאנען?"

ווייטערדיגע באריכטן וועלן נאכפאלגן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:26 am

גוט גוט
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 10:53 am

שבת צופרי 6:00 וועט זיין א מנין תהלים לרפואת האב"ד שליט"א

שבת נאכמיטאג וועט די דיין האלטען א דרשה התעוררות לתשובה.

און אנדערע נייעס האט מען אפגעשטופט די וואלן פאר ראש הקהל ביז נאך די גענצליכע רפואה פונעם רב זאל זיין געזונט, אלע קאנדידאטען האבן אונטערגעשריבן נישט צו קאמפיינען פאר ראש הקהל ביז די רב ווערט געזונט.

מפני דרכי שלום וועט די רב'ס עלסטע זוהן ר שמעי זאגן ה מלך ביי שאלעשידעס און די דיין וועט זאגן תורה, כדאי סזאל נישט נאכאמאל ווערן איבערגעדרייט אין שול אזוי ווי ווען די רב איז געפארן קיין לעמבערג 2 יאר צוריק.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 11:26 am

בוינע שעלוילעם ס'אידאך ערב שבת אויף דער וועלט ווער ווייסט וואס העט פאסירן ביים היינטיקן לא תבושי....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

מחשב
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 1:12 pm

טשאלענט האט געשריבן:די לעצטערע נייעס קומט אריין אז די רב שליט"א איז שוין אויפן וועג אהיים!!!

ווי דער דאקטאר גיבט איבער איז דאס נישט געווען קיין הארץ אטאקע, נאר א שוואכקייט, אבער ער האט שטארק אנגעזאגט די שטוב מענטשן אז דער חשוב'ער רב שליט"א ברויך מער רוען, און פאר די קומענדיגע פאר וואכן זאל מען אים ווייניגער אינוולוון אין די קהילה עניינים, ובפרט און די ראשעקאלישע וואלן, ווייל דאס קען אים שטארק צוטרעטן צום געזונט.

און ווי די גבאים געבן איבער זעהט זיך שוין אן א שוואכקייט אויפן רב פון נעכטן אינמיטן טאג, נאך די שטורמישע אסיפה בביתו נאוה קודש.

פרטים פון די נעכטיגע אסיפה ווערן דערווייל נישט ארויס געגעבן, נאר אזויפיל האב איך געזעהן היינט צופרי, אז דער ראש הקהל האט אריין שפאצירט אין ביסמעדרעש מיט גאר א גרויסע שמייכל, און מיט זיין שטאלץ אויפגעהאנגען זיין פעלץ גלייך ביים אריין גאנג אז יעדער זאל דאס גלייך באמערקן, ווי צו זאגן "איך בלייב דא".



דאס מיינט פעיק ניוז... ס'געווען בלויז א רוטינע אינטערזוכונג.
הוי מחשב...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 2:46 pm

;l;p-
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:37 am

מחשב האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:די לעצטערע נייעס קומט אריין אז די רב שליט"א איז שוין אויפן וועג אהיים!!!

ווי דער דאקטאר גיבט איבער איז דאס נישט געווען קיין הארץ אטאקע, נאר א שוואכקייט, אבער ער האט שטארק אנגעזאגט די שטוב מענטשן אז דער חשוב'ער רב שליט"א ברויך מער רוען, און פאר די קומענדיגע פאר וואכן זאל מען אים ווייניגער אינוולוון אין די קהילה עניינים, ובפרט און די ראשעקאלישע וואלן, ווייל דאס קען אים שטארק צוטרעטן צום געזונט.

און ווי די גבאים געבן איבער זעהט זיך שוין אן א שוואכקייט אויפן רב פון נעכטן אינמיטן טאג, נאך די שטורמישע אסיפה בביתו נאוה קודש.

פרטים פון די נעכטיגע אסיפה ווערן דערווייל נישט ארויס געגעבן, נאר אזויפיל האב איך געזעהן היינט צופרי, אז דער ראש הקהל האט אריין שפאצירט אין ביסמעדרעש מיט גאר א גרויסע שמייכל, און מיט זיין שטאלץ אויפגעהאנגען זיין פעלץ גלייך ביים אריין גאנג אז יעדער זאל דאס גלייך באמערקן, ווי צו זאגן "איך בלייב דא".



דאס מיינט פעיק ניוז... ס'געווען בלויז א רוטינע אינטערזוכונג.

וואס מיינט דעי ווארט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:41 am

טשאלענט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. ווי זענען די גבאים ווען מ'ברויך זיי האבן?

זאל מען שיקן חנני'ן דער געוועזענער הויז בחור און ער זאל ברענגען דעם מאשין דא אהער.

פארוואס שלעפן דעם רב אזא לאנגע וועג?

חנני' איז געפארן ווערן א חתן אין א ווייטען שטעטעל,
ער האט געשריבן בריוו, אז ווי באלד דער רב שפירט זיך נישט גוט, וועט מען לכאורה אהער ברענגן די חתונה.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין דעם אשכול וועט מען שרייבן נייעס, באריכטן, קרישקעלעך, אנעקדאטן, פאסירונגען, שפעקולאציעס, אינפארמאציע, רעגיסטראציע, טראנספארטאציע, אוויאציע, מהנעשה והנשמע אינעם עיר ואם בישראל פישפיק לאדאני.


וואס מיינט דאס אוויאציע? עס איז א בונדל אדער א געבעקס?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 9:56 pm

דא איז אלעס לייוו ריפארטעד, נישט קיין היסטאריע ווינקל...
הוי מחשב...

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:25 am

לעצטע נייעס!
עפעס א קבוצה פון (אומ)מענטשן פון אן אנדערע עפאכע (2020 מענטשן) פון אן אנדערע וועלט (-אייוועלט) פלאנען אהער צו קומען פראווען א שאבאטאן (וואס מיינט דאס????)
viewtopic.php?p=2040436#p2040436

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:30 am

אוראייניקל האט געשריבן:לעצטע נייעס!
עפעס א קבוצה פון (אומ)מענטשן פון אן אנדערע עפאכע (2020 מענטשן) פון אן אנדערע וועלט (-אייוועלט) פלאנען אהער צו קומען פראווען א שאבאטאן (וואס מיינט דאס????)
viewtopic.php?p=2040436#p2040436

"שאבאטאן" קומט פון די ווארט "שאטן" "צל". כ'מיין אז זיי ווילן אהער קומען צו זיין אין די שאטן פון אונזער רב. זיי ווייסן אבער נישט אז אונזער רב וועט נישט זיין צוריק בעפאר שבת ויצא...

פון וויפול מענטשן בערך רעדט מען? 2? 3? צו א גאנצע משפחה גאר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:38 am

הער איך היינט אין שטיבל, אז דער ראש הקהל ברויזט אז מען האט אים נישט געזאגט וועגן דעם שבת,
און ער איז געגאנגען צום פריץ, מען זאל נישט אריין לאזן קין שום פרעמדע אין שטעטעל, פאר די נעקסטע וואך צייט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:13 am

א נייער האט געשריבן:הער איך היינט אין שטיבל, אז דער ראש הקהל ברויזט אז מען האט אים נישט געזאגט וועגן דעם שבת,
און ער איז געגאנגען צום פריץ, מען זאל נישט אריין לאזן קין שום פרעמדע אין שטעטעל, פאר די נעקסטע וואך צייט.


און צווי וואכן יא??

אפשר קען מען עס מאכן דעמאלסט וויל איך האב גהערט אז די ראש הקהל האט א "ברית" פון א אייניקל און צווי וואכן ארום ערגעץ נישט און לאנד...

איז אפשר קען מען עס מאכן דעמאלסט??
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:38 am

מ'דארף שיקן א צוויי פעדלער שפיאנען, אין קרעטשמע אריין, הערן דעם פונקליכן סקעדזשול פאר די קומענדיגע וואכן, און לויט די אינפארמאציע וועט זען וואס ווייטער
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:43 am

דער דיין הער איך, איז אויך אקעגן דעם שבת, וויל מ'גייט דארט רעדן פרעמדע השקפות....
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:57 pm

טעגליכע שמחות בולעטין

מזל טוב צי ר' עוזר ליפא ווישיוואסער צי דעם געבורט פין א בן זכר

טעלער ברעכן: המחותנים קרויט/שעטגער ביים רב אין שטוב ajdússzló, Snt gván 22
טעות לעולם חוזר

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 6:48 am

משולם ביאלאחאוויטש מאכט א ברית אין שניידער'ס שוהל, עס ווערט געזוכט א מוהל.
דער אלטער מוהל ר' זכרי' האט זיך אנטזאגט, ווי די שמועות קורסירן האט עס א שייכות מיט די מסירה פין דעם משומד יוסל ימ"ש
טעות לעולם חוזר

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 7:50 am

משה דער קרעטשמער וואס פארוואלט אויך אויך די האטעל איז אריבער צום דיין בעטן אז ער זאל נישט פארבאטן דעם שאבאטאן ווייל דאס וועט אים ברענגן אסאך ביזנעס
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:00 am

לייבעלע הירש האט געשריבן:משולם ביאלאחאוויטש מאכט א ברית אין שניידער'ס שוהל, עס ווערט געזוכט א מוהל.
דער אלטער מוהל ר' זכרי' האט זיך אנטזאגט, ווי די שמועות קורסירן האט עס א שייכות מיט די מסירה פין דעם משומד יוסל ימ"ש

כ'פארשטיי נישט. משולם פלעגט אליין זיין מוהל ביי ביי זיינע 2 פריערדיגע קינדער. וואס איז יעצט געשעהן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:20 am

א גוטן חודש:

דערמאנונג; איטשע בעקער אווי יעדן ר״ח פארקויפט ער זעמעלעך פאר האלב פרייז. כאפט א מציאה
!!!...JOBS, JOBS, JOBS


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טריליאנער, לייבעלע הירש, קישקע זאפט און 10 געסט