נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:04 pm

הויעך האט געשריבן:עפעס קאכט זיך וועגן פאררופן פרישע וואלן פאר ראה"ק, איינער געהערט דערוועגן?

יא, געהערט דערוועגן אבער פעלט נישט אויס צו קאכן דערין. לשון הרע נישט ערלויבט לויט תקנת המקום

מחשב
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:14 pm

ס'קאכט זיך כסדר דערוועגן.
הוי מחשב...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:15 pm

ווער זענען די קאנדידאטן?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:27 pm

לויט די קהלישע שטאטוטן קען דאך יעדער לויפן.. די פראגע איז נאר ווער פון די גרויסע נעמען האט די בעסטע מעגליכקייט צו באקומען די מערסטע שטומען.

און דאס זענען:
ר׳ אליעזר וואלף, דער איצטיגע ראה״ק
העניך בער [דער ער״ש שערער]
ברוך דער קנעיטער [אדער וויזוי מ׳רופט אים ״בוטשיק״ בלשון חיבה]
און ר׳ הערשל דער סופר׳ס זוהן, כ׳דענק נישט זיין נאמען.

מאנכע צייגן אן אז דער זוהן האט גרויסע שאנסן. א יונגער עסקן מיט געוואלדיגע ענערגיע. ער וועט מאכט סדר דא איינמאל פאר אלעמאל, כערך ווי ער האט געטאן מיט דעם אלטן באטשי פונעם דערנעבענדיג שטעטל.. [כ׳ווייס נישט וויפיל דער עולם האט מיטגעהאלטן די מעשה.. ער האט אים אבער ארלעדיגט אויף אייביג..]
לאור המצב..

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:30 pm

אויווי איך האב מיטגעהאלטן די מעשה... אזא אקציע מיט אזא בראווקייט! און די עיקר חכמה איז געווען אז דער שוטה האט נישט געכאפט ביז א מינוט נאך די לעצטע מינוט אז דאס מיינט אים! פרטים וועל איך איבערלאזן פאר טשאדי ער וועט עס אראפלייגן בעסער ווי מיר.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:13 pm

מחשב האט געשריבן:זאג הייקער, וויזוי איז די נאטור אין די לאדאני געגנט, עפעס בדומה צו סטעיט הערימען פארק?

נישט בדומה. און דעם איצטיגן סעזאן קומצעך צאם אירע פון די גאנצע וועלט צו זעהן די הערליכע פארויטעלטע נעצבוים (מעיפע"ל) בלעטער אין ניי-ענגלאנד.

אויסער דעם איז די קוקט די היזיגע ערד-פלאך אויס ווי א קארטאפעל קוגעל. די נענסטע בערגעל איז א טאג אוועק ביי ישעילע אין צפון. די יודן אין ניי-ענגלאנד ווייסן ניטאמאל וואס זיי פארמאגן. עפשער איז כדי זיי צו שיקן א טעלעגראם. דער רב האטאך געזאגט אז נותן מאטענע לחברו צריך להודיעו. איינער וויל צו שטייער געבן אויף די הוצאות?

בכלל איז די נאטור דארט פיל רייכער. פארלאנגט נאר פון ר' גוגלן ער זאל אייך דערלאנגן א סעטעלייט בילד פון אונגארן און פון ניי-ענגלאנד, וועט איר זעהן ווי ביינונז איז גרוי און ביי זיי איז הערליך גרין באוואקסן. עפשער איז צייט זיך אהין צו ציען...

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 7:26 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:

וואסי דאס סאטעלייט?
.If they don't know you personally, don't take it personal

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 7:27 pm

Bissli האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:זאג הייקער, וויזוי איז די נאטור אין די לאדאני געגנט, עפעס בדומה צו סטעיט הערימען פארק?

נישט בדומה. און דעם איצטיגן סעזאן קומצעך צאם אירע פון די גאנצע וועלט צו זעהן די הערליכע פארויטעלטע נעצבוים (מעיפע"ל) בלעטער אין ניי-ענגלאנד.

אויסער דעם איז די קוקט די היזיגע ערד-פלאך אויס ווי א קארטאפעל קוגעל. די נענסטע בערגעל איז א טאג אוועק ביי ישעילע אין צפון. די יודן אין ניי-ענגלאנד ווייסן ניטאמאל וואס זיי פארמאגן. עפשער איז כדי זיי צו שיקן א טעלעגראם. דער רב האטאך געזאגט אז נותן מאטענע לחברו צריך להודיעו. איינער וויל צו שטייער געבן אויף די הוצאות?

בכלל איז די נאטור דארט פיל רייכער. פארלאנגט נאר פון ר' גוגלן ער זאל אייך דערלאנגן א סעטעלייט בילד פון אונגארן און פון ניי-ענגלאנד, וועט איר זעהן ווי ביינונז איז גרוי און ביי זיי איז הערליך גרין באוואקסן. עפשער איז צייט זיך אהין צו ציען...

וואסי דאס סאטעלייט?

וואסי דאס ביסילי?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

תגובהדורך Bissli » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 7:37 pm

טראמבאן האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:זאג הייקער, וויזוי איז די נאטור אין די לאדאני געגנט, עפעס בדומה צו סטעיט הערימען פארק?

נישט בדומה. און דעם איצטיגן סעזאן קומצעך צאם אירע פון די גאנצע וועלט צו זעהן די הערליכע פארויטעלטע נעצבוים (מעיפע"ל) בלעטער אין ניי-ענגלאנד.

אויסער דעם איז די קוקט די היזיגע ערד-פלאך אויס ווי א קארטאפעל קוגעל. די נענסטע בערגעל איז א טאג אוועק ביי ישעילע אין צפון. די יודן אין ניי-ענגלאנד ווייסן ניטאמאל וואס זיי פארמאגן. עפשער איז כדי זיי צו שיקן א טעלעגראם. דער רב האטאך געזאגט אז נותן מאטענע לחברו צריך להודיעו. איינער וויל צו שטייער געבן אויף די הוצאות?

בכלל איז די נאטור דארט פיל רייכער. פארלאנגט נאר פון ר' גוגלן ער זאל אייך דערלאנגן א סעטעלייט בילד פון אונגארן און פון ניי-ענגלאנד, וועט איר זעהן ווי ביינונז איז גרוי און ביי זיי איז הערליך גרין באוואקסן. עפשער איז צייט זיך אהין צו ציען...

וואסי דאס סאטעלייט?

וואסי דאס ביסילי?

א נייע סארט מאכל עס איז נאכנישט דא צו באקומען מען ארבעט נאך אויף עס
שטייסטעשוין?
.If they don't know you personally, don't take it personal

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:57 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לויט די קהלישע שטאטוטן קען דאך יעדער לויפן.. די פראגע איז נאר ווער פון די גרויסע נעמען האט די בעסטע מעגליכקייט צו באקומען די מערסטע שטומען.

און דאס זענען:
ר׳ אליעזר וואלף, דער איצטיגע ראה״קדער בעסטער אויסוואל.
העניך בער [דער ער״ש שערער]שוין!!.
ברוך דער קנעיטער [אדער וויזוי מ׳רופט אים ״בוטשיק״ בלשון חיבה]פון די פאליש זיצער.
און ר׳ הערשל דער סופר׳ס זוהן, כ׳דענק נישט זיין נאמען.זייער א ווילדע פארשוין.

מאנכע צייגן אן אז דער זוהן האט גרויסע שאנסן. א יונגער עסקן מיט געוואלדיגע ענערגיע. ער וועט מאכט סדר דא איינמאל פאר אלעמאל, כערך ווי ער האט געטאן מיט דעם אלטן באטשי פונעם דערנעבענדיג שטעטל.. [כ׳ווייס נישט וויפיל דער עולם האט מיטגעהאלטן די מעשה.. ער האט אים אבער ארלעדיגט אויף אייביג..]
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:30 am

כקען נישט גלייבן אז סאיז נאך נישט געווארן באריכטעט די ברעכנדע נייעס

די גאנצע קהלה קאכט דערמוט דער ראה"ק ברויזט דהיינו יוזפא דער מסדר מנינים האט אינדראסירט דעם סופר'ס זוהן, דער ראה"ק קען עס נישט אראפשלינגען,
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:42 am

הויעך האט געשריבן:כקען נישט גלייבן אז סאיז נאך נישט געווארן באריכטעט די ברעכנדע נייעס

די גאנצע קהלה קאכט דערמוט דער ראה"ק ברויזט דהיינו יוזפא דער מסדר מנינים האט אינדראסירט דעם סופר'ס זוהן, דער ראה"ק קען עס נישט אראפשלינגען,

טאקע א חוצפה, אויף וועמען'ס קאסע מיינסטו זיצט ער די לעצטע פאר יאר?
און ווען דער פריץ האט אים געוואלט ארויס ווארפן פון די דירה ווען ער האט נישט געצאלט די רענט, ווער האט זיך אנגענומען פאר אים?
דער עולם שרייט שוין די לעצטע שטיק צייט מ'זאל אויף נעמען א נייע מסדר מנינים, ווער האלט אים אן?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:05 pm

א נייער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:כקען נישט גלייבן אז סאיז נאך נישט געווארן באריכטעט די ברעכנדע נייעס

די גאנצע קהלה קאכט דערמוט דער ראה"ק ברויזט דהיינו יוזפא דער מסדר מנינים האט אינדראסירט דעם סופר'ס זוהן, דער ראה"ק קען עס נישט אראפשלינגען,

טאקע א חוצפה, אויף וועמען'ס קאסע מיינסטו זיצט ער די לעצטע פאר יאר?
און ווען דער פריץ האט אים געוואלט ארויס ווארפן פון די דירה ווען ער האט נישט געצאלט די רענט, ווער האט זיך אנגענומען פאר אים?
דער עולם שרייט שוין די לעצטע שטיק צייט מ'זאל אויף נעמען א נייע מסדר מנינים, ווער האלט אים אן?

די זאך איז אז זיין ברודער איז א איידעם ביים סופר, אבער פון די אנדערע זייט זיין ווייבס שוועסטער האט חתונה געהאט מיטן קנעטער'ס זוהן, כפארשטיי נישט פארוואס ער האט בכלל געדארפט זיך אריינמישען
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:24 pm

און ווען איך האב געזוכט א מנין היינט צופרי האב איך אים געטראפן שלאפן אין שמש שטיבל... אוי האט ער זיך צעבייזערט ווען איך האב אים אויפגעוועקט! נישט קיין וואונדער אז ער האט אינדאסירט דעם סופר'ס זון - הער הייסט ניסן... די זעלבע ווילד ווי אים...

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:35 pm

די ראה"ק'ס מענטשען זענען געפערליך בייז אויפן מסדר מנינים עפעס פארציילען זיי א מעשה אז ער האט עפעס פאריקט א סוף זמן תפלה סיין וואס ארבעט מיט עלעקטעריק און עפעס מיט אינטערנעט כהאב נישט קיין אהנונג וואס סמיינט באט עפעס רודערן זיי
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:02 pm

שטותים... א געמיש פון מעשיות דא...
דאס האט ער געטון אין א צווייטן גילגול אינגאנצן
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:53 pm

איך האב שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף דעם יוזפא'ן נישט האבן.
זאלמיר אונז ווען זיין פעסט אדער א צווייט גרויסע שטאט וואו ס'זענען פארהאן 8-9 מנינים א טאג וואלט מען זיך נישט געקענט באגיין אנע מנינים מאכער. ביינונז איז דאך אבער דא נאר 3 מנינים (אויסער די ארבעטארערס מנין וואו יוזפא איז סייווי נישט דארט). וואס פעלט עס אויס? מעצעך אנייצע געבן אן אים.
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:46 pm

שטומפיג האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף דעם יוזפא'ן נישט האבן.
זאלמיר אונז ווען זיין פעסט אדער א צווייט גרויסע שטאט וואו ס'זענען פארהאן 8-9 מנינים א טאג וואלט מען זיך נישט געקענט באגיין אנע מנינים מאכער. ביינונז איז דאך אבער דא נאר 3 מנינים (אויסער די ארבעטארערס מנין וואו יוזפא איז סייווי נישט דארט). וואס פעלט עס אויס? מעצעך אנייצע געבן אן אים.

געדענקסט נישט פאר מהאט אויפגענומען יוזפא?

ווען בערקע די שניידער יוסל די אפטייקער און ירחמיאל די שוסטער האבן געהאט יארצייט אינעם זעלבע טאג, און אלע 3 זענען געקומען צום 3טען מנין?

האסט פארגעסן וואסערע קלעפ סאיז געגאנגען? ירחמיאל'ס זוהן שמעלקא האט נאך יעצט א צייכען אויפן קאפ,

דעמאלטס האט מען אויפגעקומען יוזפא זאל אלעס מסדר זיין, און אפילו ער איז נישט ביי די ערשטע מנין מאכט ער זיכער א נאכט פארדעם ווער סזאל צו גיין צום ברעטל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 11:07 am

הויעך האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף דעם יוזפא'ן נישט האבן.
זאלמיר אונז ווען זיין פעסט אדער א צווייט גרויסע שטאט וואו ס'זענען פארהאן 8-9 מנינים א טאג וואלט מען זיך נישט געקענט באגיין אנע מנינים מאכער. ביינונז איז דאך אבער דא נאר 3 מנינים (אויסער די ארבעטארערס מנין וואו יוזפא איז סייווי נישט דארט). וואס פעלט עס אויס? מעצעך אנייצע געבן אן אים.

געדענקסט נישט פאר מהאט אויפגענומען יוזפא?

ווען בערקע די שניידער יוסל די אפטייקער און ירחמיאל די שוסטער האבן געהאט יארצייט אינעם זעלבע טאג, און אלע 3 זענען געקומען צום 3טען מנין?

האסט פארגעסן וואסערע קלעפ סאיז געגאנגען? ירחמיאל'ס זוהן שמעלקא האט נאך יעצט א צייכען אויפן קאפ,

דעמאלטס האט מען אויפגעקומען יוזפא זאל אלעס מסדר זיין, און אפילו ער איז נישט ביי די ערשטע מנין מאכט ער זיכער א נאכט פארדעם ווער סזאל צו גיין צום ברעטל

מיר האט גראדע אינגאנצן נישט געבאדערט די קלעפ וואס זענען געגאנגען דעמאלטס, יעדעם פון זיי קומט זיך עס ערליך.
דענק איך נאך ווען לייטשו - רויזיקא די אלמנה'ס יונגסטע טאכטער - האט געהאט א שווערע אנטצינדונג שפעט אין די נאכט און די פעלדזשער האט געווארנט אז זי מוז שוין נעמען די רעצעפט וואס ער האט איר פארשריבן, און דער יוסל האט געפוילעצט ווי א בער אינמיטן ווינטער, ביז עזריה איז נישט געקומען שרייען קולות האט ער זיך נישט ארויסגערוקט פון בעט.
און ווען בערקע האט בכוונה גענייט א שלעכטע מאס רעקל פארן ראש הקהל ביי זיין זונ'ס שבת באווארפן ווייל ער'ט געהאט מיט אים א געוויסע חשבון, האסטע שוין פארגעסן? געדענקסט די בושות פארנט פון אלע געסט?
בקיצור, שאדט נישט אז יעדעס יאר ביי די יארצייט זאלן זיי אנקומען אינאיינעם ביי די דריטע מנין און זיך אנהאקן איינער דעם צווייטן. פאר דעם דארף נאך די קהילה נישט שפענדן איבריגע געלטער וואס וואלטן געקענט גיין פאר די "עזר אלמנות" אדער "סעד לחולים" קאסע.
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 11:17 am

איך האב גרויס הנאה פונעם שערער העניך בער, ער פירט אזא איידעלע קאמפיין, און דער צייט וואס דער ראה"ק און ניסען'קע דעם סופרס פירען שמוציגע קאמפיינען,

(און דאס איז נישט ווייל ער קען נישט, פונקט פאריגע וואך בין איך דארט געווען ערב שבת ווען ר אליעזר וואלף האט זיך ביי אים געשוירען און העניך בערס איידעם דער היציגער וואלאש האט געבעטן דעם שווער אים אראפנעמען א האלבע פייע און אנשטאט איבערלאזען א שיעור אונמיטען קאפ, און העניך בער מיט א איידעלקייט האט נישט געוואלט און נאך געפירט אזא באטעמטע שמועס מיט ר אליעזר וואלף כאילו לא היה.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

שאק און שוידער אין שטאט!

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 2:30 pm

דער רב שליט"א לרפו"ש איז היינט צופרי אימיטן אהבת עולם אוועקגעפאלן פון א שווערע הארץ אטאקע, די פעלזשער איז שנעל גערופן געווארן און קורץ דערנאך באשטעטיגט אז עס האנדלט זיך פון אן ערנסטע פראבלעם, און באפוילן מען זאל דעם רב זאפארט צופירן צום שפיטאל אין די דערנעבנדיגע שטאט.
דער ציבור ווערט געבעטן צו מעורר זיין רחמי שמים פאר מרן ר' ?? בן ?? לרפו"ש במהרה.

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 2:58 pm

דער רב האט כח צו פארן ביז וויען?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

חסדי ד' כי לא תמנו

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:09 pm

די לעצטערע נייעס קומט אריין אז די רב שליט"א איז שוין אויפן וועג אהיים!!!

ווי דער דאקטאר גיבט איבער איז דאס נישט געווען קיין הארץ אטאקע, נאר א שוואכקייט, אבער ער האט שטארק אנגעזאגט די שטוב מענטשן אז דער חשוב'ער רב שליט"א ברויך מער רוען, און פאר די קומענדיגע פאר וואכן זאל מען אים ווייניגער אינוולוון אין די קהילה עניינים, ובפרט און די ראשעקאלישע וואלן, ווייל דאס קען אים שטארק צוטרעטן צום געזונט.

און ווי די גבאים געבן איבער זעהט זיך שוין אן א שוואכקייט אויפן רב פון נעכטן אינמיטן טאג, נאך די שטורמישע אסיפה בביתו נאוה קודש.

פרטים פון די נעכטיגע אסיפה ווערן דערווייל נישט ארויס געגעבן, נאר אזויפיל האב איך געזעהן היינט צופרי, אז דער ראש הקהל האט אריין שפאצירט אין ביסמעדרעש מיט גאר א גרויסע שמייכל, און מיט זיין שטאלץ אויפגעהאנגען זיין פעלץ גלייך ביים אריין גאנג אז יעדער זאל דאס גלייך באמערקן, ווי צו זאגן "איך בלייב דא".
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:10 pm

@טשאלענט !!
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:26 pm

שבר על שבר. די רב איז נאכאמאל אוועק געפאלן לערנענדיג אין שפיטאל אין ווארטן צומער. אבער ווי מ'גיט איבער קומט עס פון די זעלבע שוואכקייט.

די בני בית פאקט שוין פעק ווייל די רב דארף זאו פארט זיך ארויסלאזן צו די שווייצע בערג ווייל אין שווייץ איז געקומען איינער מיט א געוויסע נייע אפעראט וואס מ'קען אפכאפן זאכן לעבעדיג און מ'קען עס זעהן אין די אנדערע עק וועלט.
ווי די דאקטער גיט איבער קומט די שוואכקייט פון דעם וואס די גבאים האבן נעכטן אפגעזאגט די רב פון זיך אונטערנעמען אזא נסיעה. אבער אזוי ווי מ'זעהט אז ס'גייט ממש בנפשו פון דעם צדיק וועט מען מוזן ממלה זיין זיין הייליגע רצון.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט