נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

נעם אין אכט
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:24 am

די מעשה מיטן חתונה איז בכלל נישט פשוט, ס׳איז געקניפט מיטן מחלוקה איבער ווער ס׳זאל דאווענען שחרית צו דער דיין צו דער רב׳ס זון.

דער דיין האט דאך פאריאר חתונה געמאכט אן אייניקעל ביים ראש הקהל אין פעלד, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן דער מחלוקה איבערן דאווענען, ווען פישל וואס האט נישט געקענט אראפ שלינגען אז מ׳גייט אוועק פון זיין פעלד ווי דער דיין האט חתונה געמאכט אלע קינדער.
האט פישל דעמאלטס אנגעהויבן לערענען באנאכט עיין יעקב מיטן רב׳ס זון, אים איז מער נישט גוט געווען דער שיעור פון משה׳לע סופר דער דיינס עלטסטע איידעם.
———

קומט יעצט אריין די נייעס אז דער רב האט זיך יעצט געטראפן מיט פישלען, דער ראש הקהל דרייט זיך אין שול הויף מיט א שמייכעל ס׳זעט אויס ווי ער ווייסט וואס עס גייט זיך אויסקאכן.

דער כולל איז לער, אלעס איז אריבער געלאפן אינעם רב׳ס הויף זען וואס עס גייט זיך אויסקאכן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:39 am

א חוצפה! ברוך דער בעקער האט אנגעהויבן מאכן בארכעס מיט דינקעל ווייץ (בערטשע זאגן אזש אין אמעריטשקע רופט מען דאס ספעל"ט) ער עקשנט זיך אז עס איז מער ראפאגאש און געזונטער. א בראך אויף מיין בייכעל. איך האב גארנישט דעפון אז די ברעקלעך זענען ראפאגאש אויב עס מאכט נישט דעם וועג צום פיסק!

איך לייג מער נישט מיין טשולענט ביי אים. פערטיג. ווער איז מיט מיר?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 03, 2019 12:33 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:א חוצפה! ברוך דער בעקער האט אנגעהויבן מאכן בארכעס מיט דינקעל ווייץ (בערטשע זאגן אזש אין אמעריטשקע רופט מען דאס ספעל"ט) ער עקשנט זיך אז עס איז מער ראפאגאש און געזונטער. א בראך אויף מיין בייכעל. איך האב גארנישט דעפון אז די ברעקלעך זענען ראפאגאש אויב עס מאכט נישט דעם וועג צום פיסק!

איך לייג מער נישט מיין טשולענט ביי אים. פערטיג. ווער איז מיט מיר?

רואיג רואיג. ראשית כל ער האט אויך די געהעריגע מעהל.
און אויב דו ווילסט נישט לייגן דיין טשולענט ביי אים וויל איך דיר מודיע זיין אז קיינער נעמט נישט אריין קיין אנדערעמס טשולענט נאר די בעקער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:18 pm

וואס הייסט ראויג??? און אויב דער ראשעקאל וועט אפמאכן צו עסן דיזע בארכעס און ער וועט זיך איינציען ווי שלמיאל דער שמש, וואס וועסטו דעמאלטס זאגן? הא?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:20 pm

איך האלט אז מען דארף אים קלאגן אין קהל, און איינשפארן אין קהל'ס שטיבעל ביז ער וועט זיך אינטערנעמען אזאנס נישט צו טאן מער.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:22 pm

אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן.

אויף ווען איז געפלאנט די חתונה?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:27 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:וואס הייסט ראויג??? און אויב דער ראשעקאל וועט אפמאכן צו עסן דיזע בארכעס און ער וועט זיך איינציען ווי שלמיאל דער שמש, וואס וועסטו דעמאלטס זאגן? הא?

גראדע האב איך לעצטאנס געהערט אז דער ראה"ק'ס דאקטער האט אים אנגעווארנט אז ער זאל אויפהערן צו עסן בשר בהמה ווייל ס'מאכט אים שטיקלעך אין די בלוט ר"ל וואס הייסט אין די דאקטוירישע שפראך "קאלעסטעראו"ל". און ער פלאנט צו פארן קיין וויען צו א גרויסן ספעצעליסט וואס טוט אן אזא טייטן גארטל אויפן מאגן דורך אן אפעראציע און דאס דארף צו העלפן אז ער זאל נישט ברויכן אזוי פיל עסן. הלוואי אויף אונז די געלט פאר אזא אעראציע....

סאו ער וועט לכאורה אויך אויפהערן צו עסן די אלע פעטע אומגעזונטע עסן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:29 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן.

אויף ווען איז געפלאנט די חתונה?

די דיין'ס שוויגער איז שטערבליך קראנק, מ'ווארט אז זו זאל גיין און גראד נאך די 11 חדשים מאכט מען די חתונה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:30 pm

nmi האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:וואס הייסט ראויג??? און אויב דער ראשעקאל וועט אפמאכן צו עסן דיזע בארכעס און ער וועט זיך איינציען ווי שלמיאל דער שמש, וואס וועסטו דעמאלטס זאגן? הא?

גראדע האב איך לעצטאנס געהערט אז דער ראה"ק'ס דאקטער האט אים אנגעווארנט אז ער זאל אויפהערן צו עסן בשר בהמה ווייל ס'מאכט אים שטיקלעך אין די בלוט ר"ל וואס הייסט אין די דאקטוירישע שפראך "קאלעסטעראו"ל". און ער פלאנט צו פארן קיין וויען צו א גרויסן ספעצעליסט וואס טוט אן אזא טייטן גארטל אויפן מאגן דורך אן אפעראציע און דאס דארף צו העלפן אז ער זאל נישט ברויכן אזוי פיל עסן. הלוואי אויף אונז די געלט פאר אזא אעראציע....

סאו ער וועט לכאורה אויך אויפהערן צו עסן די אלע פעטע אומגעזונטע עסן.

נארוואס ביים חתן קידוש פון יענקל'ן האט זיך די ראש הקהל צוגעכאפט צו א טעלער'ל היימישע גאלע (אזא געמיש פון בהמה אדער הינדלען פיס-ביינער מיט געווירצן) פון יאנקאש.
,
אוי איז דאס פעט, ממש ווי טשאלעמאדא, דארף מען אים אויפמערקזאם מאכן. כ'ציטער... איינער וויל גיין?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:31 pm

nmi האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן.

אויף ווען איז געפלאנט די חתונה?

די דיין'ס שוויגער איז שטערבליך קראנק, מ'ווארט אז זו זאל גיין און גראד נאך די 11 חדשים מאכט מען די חתונה

ערשטנס, א איד רעדט נישט אזוי!

און צווייטנס, ווי קומט דער דיין אריין אין בילד?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:34 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן.

אויף ווען איז געפלאנט די חתונה?

די דיין'ס שוויגער איז שטערבליך קראנק, מ'ווארט אז זו זאל גיין און גראד נאך די 11 חדשים מאכט מען די חתונה

ערשטנס, א איד רעדט נישט אזוי!

און צווייטנס, ווי קומט דער דיין אריין אין בילד?

וואס הייסט? די מחוטנס'טע ארבעט האנט ביי האנט מיטן דיין'ס רעביצין ביי די לעדיס אקסטסצדזשאלערי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:40 pm

.
לעצט פאראכטן דורך בארואיגט-אייך אום זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:53 pm

nmi האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:א חוצפה! ברוך דער בעקער האט אנגעהויבן מאכן בארכעס מיט דינקעל ווייץ (בערטשע זאגן אזש אין אמעריטשקע רופט מען דאס ספעל"ט) ער עקשנט זיך אז עס איז מער ראפאגאש און געזונטער. א בראך אויף מיין בייכעל. איך האב גארנישט דעפון אז די ברעקלעך זענען ראפאגאש אויב עס מאכט נישט דעם וועג צום פיסק!

איך לייג מער נישט מיין טשולענט ביי אים. פערטיג. ווער איז מיט מיר?

רואיג רואיג. ראשית כל ער האט אויך די געהעריגע מעהל.
און אויב דו ווילסט נישט לייגן דיין טשולענט ביי אים וויל איך דיר מודיע זיין אז קיינער נעמט נישט אריין קיין אנדערעמס טשולענט נאר די בעקער.

הייקער, מ'זעהט אז דו ביסט נישט אנוועזנד געווען ביים דיין'ס ברכי נפשי שיעור דעם שבת נאכמיטאג, ער'טא זוי שיין גערעדט וועגן זיין דן צו כף זכות. וואלסטע געמעגט 'ליין וויסן דאס.
ערשטנס כל האבעך אונטערגעהערט א שמועס פון די קינדער ביים אהיימקומען פון גדליה שמחה'ס נייע תהלים חברה שבת נאכמיטאג. קלמיש'ל ברוך'ס האט דערציילט דארט ווי זיין טאטע קרעכצט אז פאר איזאק'ן - דער ערל וואס ברענגט אים די ווייץ פון באדרא-פעטעק - האט זיך פארשמעקט צו לעזן אפאר קאפיקעס מער, איז ער ארויף מיט די פרייז אויף געהעריגע ווייץ און וויל נאר פארקויפן דינקל פאר א נארמאלן פרייז. שטאצ'ן מאכן א סקאנדאל, העסטע געברויכט שוינען ברוך'ן אויף די שוועריקייטן וואס ער דארף נעבעך דורכגיין ביים האנדלן מיט די פויערן.
כ'מער פון דעם ווייסטעך גאנץ גוט אז קהל פלאנט בקרוב צו די פרייזן, סיי די גאבעלע און אויך די אפצאל פאר א כשרות-סערטיפיקאט, איז גאר קיין פעלער נישט אז ברוך זאל איינהאדלן עטוואס ביליגערע ווייץ אז די איינגאבע זאל קלעקן אויף די געהעכערטע פאדערונגען.
היינטיגע אינגעלייט............ מאכן א טראסק פון נארישקייטן.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:56 pm

א שוידער האט פארכאפט די איינוואוינער פון שטעטל ווען מ'האט איין צופרי זיך געטראפן מיט עטליכע בחורים, טייל פון זיי איינוואוינער פונעם שטעטל און טייל אונטערוועגנס, ווי לויט זיי זאגן האט מען אין ישיבה מער נישט געהאט קיין פלאץ און מען האט זיי געבעטן צו טרעפן אנאדערע ישיבה.

דער עולם איז אין טיפן שאק אז עס זאל אין היינטיגע צייטן זאל נאך אזוינס קענען פאסירן. אבער צו לאזן די בחורים אזוי אויפן גאס איז קיין עסק. נאך איידער דער נאפט סטאנציאן ארבייטער וועט נאך זיי פארקויפן עטליכע ציגאריעס חלילה אדער זאגאר א באטל קאלא.

ר' משה דעם דיין'ס איידעם צוזאמען מיט'ן רב'ס זוהן האבן זיך צוגעכאפט צום מציאה און אריינגערופן די בחורים אין ביהמ"ד אז זיי זאלן זיך קודם דערכאפן דאס הארץ און זיך אפריען, ווען אין איינוועגס איז זיי געלונגן משכנע צו זיין דעם ראה"ק אז מען זאל אפיציעל גרינדן א ישיבה.

דער ראה"ק האט מתחילה נישט געוואלט הערן דערפון, נאך אן איבעריגע קאפ פארדרייעניש, איך ברויך די חברה זאלן זיך מיר דרייען אין קאך ביי טאנטע באטשי?

למעשה האבן אבער די 2 חשובי העדה זיך אונטערגענומען אז די ערשטע שעה איעדען צופרי גייט מען לערנען לע"נ פון דעם ראה"ק'ס זעליגע שוויגער ע"ה האט ער איינגעגיבן דערויף און האט זאגאר באאויפטראגט זיין שטוב זאל קאכן איעדען טאג פרישטאג פאר די בחורים.

די ישיבה שטעלט אויף א קאמיטע וואס וועט זיך אפגיבן מיט די באדארפענישן פון די תלמידים, א שטייגער ווי אכסניות וואו איינצישטיין און ווער עס וועט זיך פארענען מיט די טעגליכע מיטאג סעודות פאר די בחורים. דער אלטער דיין האט ארויסגעברענגט א נקודה אז עסן-טעג איז קיין עסק, עס שטערט די סדר הישיבה, און איז ענדערש ראטזאם אהערצושטעלן א סיסטעם פון גיבן אין ישיבה.

דער רב מיט'ן דיין האבן זיך צוזאמגעזעצט אויסארבייטן א פלאן פון תקנת הישיבה אויף וואס איעדע בחור מוז זיך אונטערנעמען איינציהאלטן.

אלס גבאי פון ישיבה האט מען אויפגענומען זייער א חשוב'ער בחור, א בר הכי און א שטיקל תלמוד חכם, ער'ז ר' זינדל דעם שמידער'ס זוהן, ער וועט זיין דער ספעציעלער באאויפטראגטער פונעם רב און דיין אז די בחורים זאלן אלעס טאהן כהוגן.

עס איז ערווארטעט אז א ספעציעלער שליח וועט אראפפארן צום דערבייענדער שטאט וואס האט שוין אן עקזיסטירענדער ישיבה און וועט זיך אומקוקן אויף די הלך ילך כדי צי וויסן וואס צו טאהן דא. ווי אויך וועט דער שליח אפירזוכן נאך בחורים וואס האבן נאך נישט פאר זיי וועלכע סיבה קיין ישיבה.

להגדיל שמו.. אופס, להגדיל תורה ולהאדירה.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:09 pm

כ׳וועל נישט זיין סופרייזד אז דער ראה״ק וועט נעמען עטווענטידזש פונעם ישיבה אז די בחורים זאלן בויען קהל׳ס סוכה, און אזוי זיך שפארן די פאר גראשן וואס ער פלעגט צאלן פאר יאנאש׳ןס שקצים.

גראדע וואלט עס געווען א גוטע געדאנק.. אחוץ אויב ר׳ חזקעלע גבאי, וואס האט דארט א בחור, גייט פארפירן פארן רב.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:22 pm

נישט קיין שלעכטער בייפאל גראדע... זינט לעצטעס מאל וואס די שקצים האבן עס געבויעט מיט'ן פיטום אראפ האט מען שוין פארלאנגט אז מען זאל טרעפן איינעם בעסער.. און אז די בחורים וועלן עס טאהן קענסטו זיין זיכער אז ס'עט זיין כאטש נישט ווי קיין יון אין די סוכה.

און זאלן זיי שוין אויך איינפירן נאך גוטע זאכן, א שטייגער ווי צוזאמנעמען די שמות פון די הייזער, פארברענען חלה, און אפשר אזא אויסגעהאלטענע אופן פון כשר'ן כלים.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:17 pm

ר'זונדל האט 2 בחורים. איינער איז געפארן קיין מונקאטש שוין אין מיטן אב און דער צווייטער האט געדארפט פארן יעצט באלד נאך יו"ט קיין סאטא-מארא (יא. אזוי קאקא איז ער. ער טאנצט אויף ביידע חתונות. נאר ביי ר' זונדל קאן זיך דאס מאכן...). סאו איי געס אז דו רעדסט פונעם יונגערן וואס האט יעצט געדארפט פארן. איוואר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:24 pm

עקסקיוז מי, דא רעדט מען פון פ. לאדאני.

נעם טא דאן מאדזשעראוי?
נאט אייך א גרינע...


מחשב
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 03, 2019 9:48 pm

זעקל דער שוסטער האט פראקלאמירט א ריזן 'סעיל' (וואסידאס?...) וואס לוינט נישט צו פארפאסן.

נעמליך, אז פאר באשטעלן אויפצונייען א נייע פאר שוך, וועט מען אייך פארנייען דאס אלטע פאר גענצליך אומזיסט! אפילו עס וועט זיך אויספעלן צו צולייגן א שטיקל לעדער אדער קישעלע. און צוגאב וועט מען אייך אויספוצן די שיך פאר די גאנצע פאמיליע. בחינם!!! דאס סערוויס און קוואליטעט פון זעקל'ס שוך איז שוין ברייט בארימט אינעם גאנצן אומגעגנד, יעצט קאנט איר געניסן פון די אומזיסטיגע בענעפיטן, גענצליך אומזיסט!!! כאפט אריין!

יעדער איינער וועט מודה זיין געוויס, אזא סעיל נישט פארפאסן מ'מוז.

זייטיגע נאטיץ
Paid For By Friends Of Zekls Shusterei
הוי מחשב...

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:15 pm

די ראה"ק האט מען יעצט געזען אריינגיין צום רב און שטוב שטארק באזארגט, און א שליח פון רב איז געגאנגען רופן אלע טובי הקהלה

יעקל די אלץ ווייסער זאגט אז דאס איז וועגן די פריץ וויל ארויפריקען די יערליכע יודן שטייער אבער סאיז נאכנישט זיכער צו ער ווייסט וואס ער רעדט
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:24 pm

נישט פארהאן קיין פריץ דא, נאר א מיינסטער.

די אינפארמאציע איז אבער ריכטיג, און ווי ערווארטעט האט מען ביים זיצונג ביים רב׳ס שטוב מכבד געווען שמעי׳ זאל אריבער גיין צו אים, און ווי געזאגט... זיך פארשטענדיגן אינטערן טיש.

און ווי די חברה גיבן איבער האט ער נישט קיין גרויסע השגות.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

מחשב
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 03, 2019 10:26 pm

נאך א קורצע איבערבליק איז למעשה געבליבן אז 'געציל' איז די מערסט פאפולערסטע נאמען אין שטעטל.

צווייט נאכדעם איז 'גרונם'.

'משה' איז נישט צום געפינען.
הוי מחשב...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:41 pm

נארוואס געהערט אז מען האט געשמירט די רעדער מיט ראקאו קראמפלי און קאקאש, און עס פארט א מחי', קליינע השגות נעבעעך. איך וואלט קיינמאל נישט געפאלען דערפאר.

אויב עס וואלט מיטגעקומען א גוטען גולאש וואלטעך עס עפשער בעסער פארשטאנען.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

מחשב
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:43 pm

זאג הייקער, וויזוי איז די נאטור אין די לאדאני געגנט, עפעס בדומה צו סטעיט הערימען פארק?
הוי מחשב...

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:52 pm

עפעס קאכט זיך וועגן פאררופן פרישע וואלן פאר ראה"ק, איינער געהערט דערוועגן?
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט