תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 11, 2019 12:34 pm
א קאמישע סצענע האט זיך היינט אין די פארטאג׳ס שעה׳ן אפגעשפילט אין ארטיגן יאטקע ווען דער אלטער באקאנטע שוחט איז געשטאנען ביים ארעמען קעלבעל וועם ער האט נעבעך היינט פארטאגס אזוי פריצייטאג אפגעשאכטן, בשעת דער קצב שטייט אין פאמפעט אריין לופט פון זיינע גראבע לונגען אריין צו די בהמה׳ס לונגען, און דער שוחט טאפט און קוקט פאר א סרכא - ס׳איז געווען א פחד צו קוקן אויף די שארפע אויגן פונעם קצב וואס האבן ארויסגעשטארצט פון אירע טיפע לעכער העכער זיינע רויטע אנגעבלאזענע אויסגעציפטע באקן ווען די לעצט פארבליבענע הארעלעך שטעלן זיך אויף ווי שפיזן א שטייגער ווי צו דראען דעם נעבעכ׳דיגן שוחט - וואגן זאלסטו זיך צו טרפה׳נען דעם איינצעלנעם בהמה, ווייל טאמער יא וועט ס׳גאנצע שטעטעל עסן דעם שבת בלויז עופות.
אבער ווי להכעיס האט דער שוחט דערשנאפט א ערנסטע שאלה פון א סירכא, ס׳הייבט זיך אים אן ווארפן הענט און פוס, דער ברייטביינערדיגער קצב הייבט שוין אויף קעגן אים זיינע דיקע לאפעס, דער שוחט האט זאפארט אנגעהויבן אפטרעטן נישט וועלענדיג ווערן צומאלן צווישן די דיקע רחיים של יד, דער קצב האט נאך דערכאפט א גוט׳ן שלעפ צו טוהן דעם שוחט ביי זיין לאנגן ציגעלע בארד אבער דאן האט ער מיט זיין מאגערן קערפער א שפרינג געטוהן איבער א טישל, לאזענדיג דעם קצב זיך ספראווען מיט זיין גרויסן שווערן גוף אים נאכיאגן, די טישל האט זיך איבערגעדרייט ס׳האט אנגעהויבן ווערן ששון, אפילו דער טויטער קעלבעל האט געפענט א פאָר קלאציגע אויגן.
פונקט דאן האט דער קצב׳ס פלונית׳טע - אויך אזא עיגול של דבלה געמוזט אריינקומען אין יאטקע גלייך פון שטאל מיט א גרויסע קרוג פריש געמאלקענע מילך, זי טרעפט זיך צווישן האמער און נאגל און שטאלפערט זיך אינעם איבערגעקערטן טישל און טרררראאאך, איבערגעקערט.
די מילך האט זיך אויסגעגאסן אויף די פרישע שטיקער בשר בהמה, דער שוחט איז אנטרינען און דער קצב טרעפט זיך מיט בשר וחלב ביי זיך אין יאטקע.
עס ווערט געשאצט אז דער שוחט איז נאך באהאלטן אין איינע פון די שייערן ארום דער יאטקע.