נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:08 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?

כ'הער אז זיין שוועסטער פון אמעריקא איז נעבעך אוועק

זיי זאגן אז אין אמעריקא האבן די שפיטעלער זיך צוזאם גענומען אויף א שרעקליכע גזירה, כ'ווייס נישט פינקטליך וואס,
עפעס רעדן זיי פון רעספערעטער, נישט קיינאנונג וואס דאס מיינט

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג אפריל 28, 2020 6:04 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'הער אז דער רב איז נישט געווען אין שול היינט. האט עפעס פאסירט?

כ'הער אז זיין שוועסטער פון אמעריקא איז נעבעך אוועק

זיי זאגן אז אין אמעריקא האבן די שפיטעלער זיך צוזאם גענומען אויף א שרעקליכע גזירה, כ'ווייס נישט פינקטליך וואס,
עפעס רעדן זיי פון רעספערעטער, נישט קיינאנונג וואס דאס מיינט

לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז די רב זאל אהינפארן צוליב דעם!
ער קען נישט זיצן קיין שבעה דא? ביז ער וועט דארט אנקומען וועט שוין זיין נאך די שלושים.
פאר א איד אין זיינע יארן איז די נישט קיין שפילעכל צו פארן אויפן וואסער אזוי לאנג.
וועם האט ער דארט אין אמעריקא? די אמעריקאנעזירטע קינדער פון זיין מאדערענע שוועסטער?
בכלל געדענק איך נאך ווען דעי שוועסטער איז געפארן קיין אמעריקע אלס גרושה און מ'האט געשמועסט אז זי וויל דארט חתונה האבן, האט די רב געטוהן אלעס וואס ער קען איר אפצוהאלטן פון דעם, ער האט זיך געריסן די האר פון קאפ און איר אפילו געזאגט אז ער וועט מיט איר מער קיין שייכות נישט האבן, איך גלייב נישט ער איז געפארן לכבודה.
---
יעצט טראכט איך אז מעגליך וויל ער מקרב זיין אירע קינדער צו אידישקייט. ווער ווייסט? אפשר וועט ער נאך אהיימקומען מיט זיי און ס'וועלן צוקומען פרישע תושבים דא.

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 15, 2020 1:17 pm

ערעב נתן שמחה קארנקוועטשער (תליט"א) [ז"ל] האט זיך מוסר נפש געווען און געגאנגען צום טייך כאפן א תבילה נאכדעם וואס מ'האט פארשפארט די מקוה וועגן די נייע קראנקעווירוס. די דיין שליט"א האט געפסקנט אז מ'ברויך נישט מאכן קיין טהרה צוליב דעם וואס מ'האט אים ארויסגעשלעפט לאחר המעשה. די לוי' וועט פארקומען אין 10 מינוט ארום אין פארנט פון זיין הויז.

לויט זיין צוואה וועט ער קומען לקבירה אין זיי בעק יארד. (וואס איך פארשטיי אבער נישט איז אז זיין בעק יארד באלאנגט דאך פאר שמעי' גארבידזשקאלעקטער. סקומט פיינע געשלעג. איך מיז מיטהאלטן דעי לוי'...)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מאי 17, 2020 4:50 am

איז אמת די שמועות פון רב'ס שטוב? :cry:

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מאי 17, 2020 4:52 am

געהערט פון שמעי' יעקלס דער מילכיגער אז איבער עפעס א דעלעגאציע פון ווייסעכווי,
דער רב פלאנט צו אננעמען דארט א רבנות? ??
איינער קען קלארמאכן?

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג מאי 17, 2020 2:10 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:געהערט פון שמעי' יעקלס דער מילכיגער אז איבער עפעס א דעלעגאציע פון ווייסעכווי,
דער רב פלאנט צו אננעמען דארט א רבנות? ??
איינער קען קלארמאכן?

איך גלייב נישט.
פארוואס זאל א שטאט זוכן אויפצונעמען א רב אין דעי יארן.
נישט אום שבת גערעדט........ אבער........ עם....... ווי לאנג מיינסטו העמער....... אם....... נאך האבן די זכיה צו........ עהההההה..... נהנה זיין, הא?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג מאי 17, 2020 2:30 pm

כ'ווייס נישט,
דער רב איז גראדע אין גאר א גוטן געזונט צושטאנד, און טאקע דאס באדערט מיך אזוי,
א רב אין די יארן עמו"ש מיט אזא קלארן קאפ, זאל מען נאר נישט אוועקכאפן פון אונז

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך א נייער » מאנטאג מאי 18, 2020 10:49 am

פארוואס זאל ער נישט וועלן אוועק גיין?
מען האט שוין נישט געהעכערט די געהאלט פאר די לעצטע 10 יאר.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 18, 2020 10:55 am

דארף מען טאקע אויספראקן די ראשי קהילה!
געווענליך האב איך נישט ליעב צו רעדן אויף די ראה"ק,
אבער דאס איז א אומדערהערטע זאך,
בכלל א רב, בלייבט קיינמאל נישט אויף דעם זעלבן געהאלט פאר אזוי לאנג,
אבער "אזא" רב דארף מען עקסטער אנהאלטן מיט ביידע הענט,
לאמיר האפן ס'נאכנישט צו שפעט!

כ'מיין ווער זאל נאך וועלן אננעמען א רבנות אין א שטאט ווי דער רב באקומט אזא געהאלט?

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך א נייער » מאנטאג מאי 18, 2020 11:52 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דארף מען טאקע אויספראקן די ראשי קהילה!
געווענליך האב איך נישט ליעב צו רעדן אויף די ראה"ק,
אבער דאס איז א אומדערהערטע זאך,
בכלל א רב, בלייבט קיינמאל נישט אויף דעם זעלבן געהאלט פאר אזוי לאנג,
אבער "אזא" רב דארף מען עקסטער אנהאלטן מיט ביידע הענט,
לאמיר האפן ס'נאכנישט צו שפעט!

כ'מיין ווער זאל נאך וועלן אננעמען א רבנות אין א שטאט ווי דער רב באקומט אזא געהאלט?

געדענקסט נאך די וואלן, אז מ'שטימט פאר אים טוט ער וואס ער וויל, מ'האט דאך געוויינט נישט צו שטימען פאר אים...
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג מאי 18, 2020 11:59 am

שוין, און צוויי יאר איז דאך ווידער וואהלן, העמער זעהן וואס העט זיין,
לאמיר האפן מעמער האבן א רב ביי דאן!

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג יוני 02, 2020 12:21 am

דער עולם זאל פארהאקן די לאדנס, די ארבעטסלאזע פויערן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א פאגראם, זיי פלינדערן די געשעפטן, ה"י.
די גובערנאטאר האט פארארדנט אלע איינוואוינער צי בלייבן פארשפארט אין שטוב פין 11 ביז 5 ציפרי
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך א נייער » דינסטאג יוני 02, 2020 9:01 am

פארמירט זיך א גרופע אין שפיץ פון בערקע דעם קצב, און זיי שטעלן וואך ביי די אידישע געשעפטן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך היטשינער » דינסטאג יוני 02, 2020 9:26 am

א נייער האט געשריבן:פארמירט זיך א גרופע אין שפיץ פון בערקע דעם קצב, און זיי שטעלן וואך ביי די אידישע געשעפטן.

קיין שום וואך...!!! מען רעדט דא פון שרעקעדיגע מאנסטערס מיט שווארצע פנים'ער, איך ווייס נישט צו דאס איז קאלירט אז מען זאל זיי נישט דערקענען אדער אפשר גאר זענען זיי פון די בני חם ווי דער רב האט געזאגט פרשת נח ביים שיעור אז זיי זענען שווארץ, רבותי!!! אלע אריין אין די הייזער!!!! אפי' אזוינע גיבורים ווי בערקע וועלן זיך נישט קענען קעגן שטעלן!!! אלע אין די הייזער מיט די תהילים אין די האנט!!!!!
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג יוני 02, 2020 10:17 am

הער איך אז דער שמש האט למעשה יא פארארדנט עפעס וואך ביים שול הויף

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יוני 10, 2020 8:36 pm

ברעקינג!
יעצט קומט אריין די נייעס אז דער גובערנאטאר פון דעם גאנצן פישפק געגנט קומט אויף א באזוך קיין פישפאקלאדאני!
דער ראה"ק האט פאררופן א אסיפה מארגן און שול,
פרטים יבואו!

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך simcha » מיטוואך יוני 10, 2020 8:50 pm

גיי מיר שוין רופן נפתלי דער ווילדער אינגל זאל קומען מיט זיין סלינק...
יאו, וויאזוי הייסט עס נאר, דאס מיט וואס ער ווארפט די שטיין אויף די נאז פונעם קעניג דארט, איינער ווייסט פון וואס איך רעד? דאכצעך פום פישל שעכטער.

בקיצור, ער זאל קומען ווארפן אויפן גובערנאטאר.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך יוני 10, 2020 8:53 pm

וואטש וואדי רעדסט

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 10, 2020 9:05 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואטש וואדי רעדסט

אז נפתלי איז דא ברויך מען נישט וואטשן... די זעלבע מלאך וואס וואטשט אים וועט אונז שוין אויך וואטשן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך simcha » מיטוואך יוני 10, 2020 9:06 pm

אה, כאמיר דערמאנט, די סלינק שאט.

בוינג, בוינג, בוינג...

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך ארלאנדא » מיטוואך יוני 17, 2020 9:09 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ברעקינג!
יעצט קומט אריין די נייעס אז דער גובערנאטאר פון דעם גאנצן פישפק געגנט קומט אויף א באזוך קיין פישפאקלאדאני!
דער ראה"ק האט פאררופן א אסיפה מארגן און שול,
פרטים יבואו!


איינער האט עפעס אפדיעטס וועגן דעים באזוך?

פארוואס רעדן נישט די עסקנים?

עפעס באהאלטען זיי....
הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6525
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון פ. לאדאני

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג יוני 18, 2020 8:21 am

פון די לעצטע בריכטן וואס קומען אריין הערט מען אז דער גובערנאטאר וועט אנקומען אין שטאט זונטאג 12:00,
דער ראה"ק האט פארארדענט די חדר אויסצושטעלן די קינדער מיט ווייסע העמעדער און פענער פון די שול הויף,
דר'עולם וועט זיין איינגעזאמלט אין שול און זאגן תהילים, ווען דער גובענאטאר וועט אנקומען, וועט מען ארויסקומען איהם באגריסן,
דט"פ


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט