Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ועל פליטת בית סופריהם

דינסטאג פבואר 26, 2008 3:55 pm

א גוטן. היינט איז וואס? יא, א מעונן...
נו, מ'שטיי מיר דאך שוין בעצם היום, ס'שוין דורך רוב טאג, ועדיין העננים משוטטין בתוך תוכיות, טא אויב אזוי איז דאך שוין העכסט צייט אביסל צו קאטשקענען אן ארטיקל בתוכתוכיות פון דער קרעטשמע.

צווישן אונז גערעדט, איז גראדע פאראן א גרויסער אינטערשיד צווישן היינטיגן מעונן אנטקעגן די פארגאנגענע עוננים'ס. יענטמאל, ס'הייסט אין דער פארגאנגענהייט בשעת אזעלכע מצבים האבן ליידער באטראפן דעם מצב און כ'האב זיך געצווינגענערהייט געמוזט אנידער בינדן צום שרייב טישל ארויסריקן אן אשכול, בכדי צו בארואיגן דעם מצב, האט מיר די סיטואציע גאר אריינגעשליידערט אין א מצב בתוך מצב. ס'געווען א תוך תוכיות בתוככי הפראבלעם. דען אינאיינעם מיטן פראבלעם איז גאר נולד געווארן א פרישער פראבלעם צו דער זייט, ובלשון חז"ל וואלט דאס גערופן געווארן: "פראבלעם גורם פראבלעם". נעמליך, וואס שרייבט מען? וועלכע טעמע זאל איך ארויסשפרייטן צום טיש?

ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, דענק איך אז לעצטן מעונן, נישט היינט געדאכט, אדער אפשר גאר צוויי מעונן צוריק, בעת איך האב איך זיך צוגעזעצט צום שרייב טישל און אנגעהויבן קלאפן, בין איך אזוי צעקלאפט געווארן פונעם מצב אז ס'לאזט זיך גארנישט באשרייבן. לאמיך פרובירן אייך אראפ מאלעווען אביסל דאס בילד וויאזוי ס'האט אויסגעזען דער מצב. כ'זיץ ביים שרייב טישל, כ'פארקלעפ זיך די אייגעלעך און ויסעו... מע'לאזט דעם טראכט מאשין פארן אויף אירע רואיגע רעלסן. אין לויף פונעם וועג האבן די פינגער כסדר בעצייכנט די פינקען וואס האבן געשפריצט פונעם טראכט מאשין, און אזוי ארום איז געשאפן געווארן אן אויסקלאפ פון ווערטער, טעמעס, אדער סתם אזוי אן אויסגוס פון אותיות מחוברין, ויקרא שמו בקרעטשמע: "אן אשכול".

איז זיך מיר אבער פארלאפן אטא-זא מעשה, באלד נאכן עפענען די אייגעלעך בין איך מיט מיין געניט אויג איבערגעלאפן מעשה ידי, און כ'אמעך דערזען אז לא אמרתי כלום. פשוטו כמשמעו, געקלאפט, געדברט, גערדט, געשריבן, אבער ולא אמרתי כלום! דער תוכן פארמאגט נישט קיין שום אינהאלט וואס זאל קלאמפערשט ציען אינטערעסן פון ליינער. "דיליטעד" דעם דאקומענט און אנגעהויבן עודך פון אלף. כמובן אז הערשט דאן, נאכן זיך דערזען מיט'ן ליידיגן "שטרויענעם" זאק, האבן זיך אנגעהויבן די פראבלעמען, די יסורי הנפש. וויי געוואלד... וואס טוה איך? דער קלימאט בייט זיך נישט, דער מצב טוישט זיך נישט, ועדיין לא נושעתי! פונקטליך וואס איז דאן געווארן, איז דאך אצינד באמת נישט אינטערסאנט. און ווער ס'וויל בדוקא יא וויסן, זאל אביסל חיפוש'ן איבער די לענג און ברייט פון דער פארברענגען, ותמצא מעשוג'אתוי.

על כל פנים, היינטיגן מעונן איז א פיצקעלע אנדערשט דער מצב. א טעמע איז גרייט, און אט אט וועל איך איר אויסגעבן און אויסלופטערן צווישן די טישן, ויאכלו עננים וישתקעו!

ס'מעשה קומט פאר אזוי. "על הצדיקים" וואס דאס איז ווייסט איר דאך אלע אודאי, איא? כ'מיין, דארט ביי די שמונה עשרה, בעת איר קלאפט "כי חטאנו" איז אייך נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז מ'רעדט דא פון תשובה טוהן, ריכטיג? אלץ ביים קלאפן גיט איר זיך א כאפ אויף מיט דער מחשבה פון: "אוי רבוש"ע וואו האלט איך דא? וואו בין איך דא? אינדערהיים אדער אין ביזנעס, אין קאר אדער גאר קרעטשמע?" אדרבה, זאגט איר אליין, ביי וויפיל שמונה עשרה'ס א חודש זענט איר ביי דעם מצב וואס ביי די ווערטער פון "סלח לנו" מאכט איר אייך שוין גרייט צום ווידו פון "כי חטאנו" זעלטן! הא? געווענדליך ביי "סלח לנו" זענט איר נאך פארזונקען אין ווייס איך וואו דארט, און ביים "חטאנו" זעץ גיבט איר אייך א וועק אויף מיט א קרעכטץ, וועלכער שרייט פון דער טיפעניש פון הארץ, "אוי רבוש"ע, וויי וואו בין איך?" און טיילמאל ליידער איז דער "חטאנו זעץ" בלויז אזא "נייס טאטש פון האנט צום הארץ" ותו לא... איז דאס טאקע אזוי?

ווי איז אבער, למשל, שבת נאכמיטאג ביי דריטע סעודה'ניו, בעת איר פארקלעבט זיך די אויגן מיט אזא דביקות נוראה און איר הויבט אן זינגען דעם "בענייי היייכאלאאא". וואס טראכט איר דאן? הא? און לאמיך אייך מפרט זיין אביסל מער מיטן שמפורש וואס כ'מיין דא ארויסצוברענגען. דאס אז איר האט דאן אינזינען די ריכטיגע פירוש המילות איז דאך אביסק'עלע שווער צו גלויבן, מוז מען על כרחך אננעמען אז איר זעצט אייך דאן ארויף אויפן "שמונה עשרה וואגן"... און איר הויבט אן פארן, דער פראבלעם איז נאר אז קיין "חטאנו" קלאפ איז ביים שלש סעודות פזמון נישט פארהאן... איך וואלט געזאגט מעצמי, אז ביי שלש סעודות קומט דער סטאפ ביי די פסוקי יחוד. נו, אז איר זעצט זיך ארויף אויפן וואגן, פארוואס זאל איך נישט אננעמען אז ביי "בני היכלא" שווימט נישט ארויף אין מח די קרעטשמע? מילא אז איר האט נישט עפעס א ספעציעלע טעמע אין וואס אריינצוגלאצן ביי די דאזיגע ווערטער, לאזט זיך זאגן אז מסתמא טראכט איר געוויס פון אייער שבת'דיגע צ'ולנט אדער פונעם נארוואס ערוועקטן מיטאג חלום, אבער אז ס'דא אויף וואס חולמ'ען, פארוואס זאל איך נישט אננעמען אז איר גולמ'ט שוין אויף עפעס זאכלעך? די גזירה שוה'דיגע ווערטער פון "בני היכלא" זענען דאך עפעס ממש ווי געגאסן צום שר המחשבות, טא פארוואס עפעס זאל איך אננעמען אז איר לויפט פאשן אין פרעמדע ענינים בעת איר האט א גוטס צו דער האנט? האב איך רעכט?

איז וואס האב איך נאר געוואלט ארויסברענגען דערמיט? אה, יא, כ'דערמאן זיך שוין, "על הצדיקים". איז אזוי, פונקטליך פון וואס דער "חטאנו זעץ" ברענגט אייך צוריק, ווייס איך נישט, אבער וואס עס שפילט זיך אפ ביי די "צדיקים" דארט קען איך מיך שוין לכאורה יא פארשטעלן. טא ווען איך פרעג אייך צו איר ווייסט וואס "על הצדיקים" איז, דוכט אז ס'האט זיך פאר קיינעם פון אייך נישט אויסגעדוכט אז כ'מיין דעם שמונה עשרה'דיגן ברכה, און אויב יא די שמונה עשרה'דיגע "על הצדיקים" איז דאס אויך נאר די 'ריכטיגע' מחשבה אייערע וואס עס איז אייך לעצטנס דאן פארלאפן... פארשטייען מיר זיך? קען איך גיין ווייטער?

יעצט האלט מיט און לייג צו קאפ מח שטרוי זאק, טא וואס טוט זיך מיטן "ועל פליטת בית סופריהם", וואס טראכט איר דאן? וואו אהין האבן אייך אייערע מחשבות לעיטלי געשטופט בעת'ן כיפערן אטא די דיבורים?

על איך אייך מיטיילן מיינע מחשבות. זיצנדיג אויפן וועג בין איך אריינגעפארן אפשטאטן א באזוך צום שלש סעודות'דיגן "בני היכלא". פון דארט האב איך געמאכט א רעכטס צו עפעס א קול קורא פון די "התאחדות", בעת ווען איך האב זיך פלוצים דערזען ביי דער באבע "יענטע" אין גארטן. און אזוי ארום איז באשאפן געווארן די קרעטשמע...

רבוש"ש, האב איך צו מיר געזאגט מיט אזא חדוותא דחלומתא, גוט, "על הצדיקים ואלע החסידים פארמאג מיר שוין אין קרעטשמע, ועל זקני שארית עמך בית ישראל, צו לאנגע געזונטע יארן, פארמאגן מיר שוין אויך, דאנק אין ג-ט פארדעם, אבער, באשעפער זיסער, האב איך זיך ממשיך געווען מיט אזא קול ענות חלושה פארלאזנדיג דערביי צוויי שנירלעך טרערן, ועל פליטת בית סופריהם... וועע... וועע... געוואלד... וואס וועט דא זיין? וויפיל איז דער שיעור? ווי לאנג נאך? עס האבן לעצטענס פליטה געמאכט בית סופריהם, די זיסטע בעטאמטסטע סופרים פון אונזער קרעמל, וויי געוואלד... יהמו נא רחמיך...

קראו למקוננים – סאכדעס, אונזער באליבטער מנהל, האט אין די לעצטע פאר חדשים געמאכט פון אונז א פליטה. ווי קענען מיר אים דאס פארגעבן? ווי קענען מיר פארגעבן דאס האניג וואס פלעגט זיך גיסן כמים פון זיין הומאריסטישע פענע? ועתה, אהה! כ'וויל נאר וויסן, פשוט פאר נייגעריקייט, וואס טוט ער מיט אזויפיל האניג? הא? למעשה, וואו האלט ער דאס? ער איז דאך אנגעסטאקט אין זיך מיט פעסער פעסער האניג, אין דער קרעטשמע גיסט ער דאס נישט, פאר אונז טיילט ער דאס נישט צו, טא וואו סטארידזטש ער דאס? רבותי, מ'מוז מאכן א וועסטיגעישן און אפיר קראצן דעם סוד...

באתי לקרעטשמע (דער באקאנטער מיימאר) לירד בגנים וללקוט בשושנים. כ'קום אריין אין קרעטשמע אביסל זיך אונטערהאלטן פון 'בני היכלא'ס' שושנים, אשר שפתותיו נוטפת מר וקציעין שבולת נרד וכרכום, זיין קאלירפולע פענע, אנגעהויבן פון ספארץ ביז ארויף צו דער קרעטשמע, איז דאך ממש א מעשה רוקח באגלייט מיט א ריח ניחוח, און גארנישט, בגאטשע באתי בגאטשע אצא. איך קום אריין טרוקן, אויסגעהונגערט, און כ'גיי ארויס נאך ארגער פונעם אריינטריט, ערום וערי', ס'נישט דא וואס צו קויפן. רבי, רבי, רכב הקרעטשמע ופרשיו, שפאן דיר צוריק איין דיין פען-און-טינט און לאז דאס רינען און רינען צווישן די קרעטשמערישע טישן... כ'זאג דיר מיר וועלן זיך טובל'ן טונקען און ווייקן דערין. בחנוני נא בזאת...

ווער נאך? יא, יענטאאש. שוין אים וויל איך נישט באוויינען, ווארן איך זיך מיך נישט קיין צרות. מ'האלט מיר שוין ענדע פעברואר נול-אכט, און דוכט זיך אז אויב מ'זאלער מאכן א סכהכל פון "פעברואר נול-זיבן ביז פעברואר נול-אכט וועט נאר דער מצב ארגער ווערן... זאל איך דאס ווען טוהן, וועט ער דאך נקמה נעמען אין מיר און מיר משלם זיין בכפליים מיט אן ארטיקל אזוי כדבעי, טא ס'מיר גוט אזוי אויך. אבער איין זאך, העט ער זיך נעמען שרייבן כבימי קדם איז גוט, און אז נישט איז נישט גוט. און שוין!

איז ביי וואס בלייב מיר? יא, ביי "ותן שכר טוב לכל הנשארים באמת, ושים חלקינו עמהם ולעולם לא נבוש וכו' וכשנים קדמוניות...

נו, ווער וויל צוגיין צו די הויכע שמונה עשרה, און ממשיך זיין?

**
(דאס קעפל קרעדיטיר איך פאר ידידי המרומם, שר בית המליצות ומנהל בית מדרשינו המפואר, מורינו ר' יעקב ד'ב מלר שליט"א, רב אב"ד סקרנטן, בירת פנצ'לווניה, ארה"ב).

Advertisement

דינסטאג פבואר 26, 2008 4:15 pm

זארעך, א מייסטערווערק עז אללוועיס.

אבער דאס איז שוין א נייער ערשיינונג ביים שריפטשטעלער, כדי צו קאמפלעמענטירן מאנכע 'געוועזענע' מיטגלידער ברויכסטו נאכנישט אראפקלאפן 'אקטיווע' מעמבער'ס.

איך וויל חלילה דיר נישט וויי טון, אבער הזאת השכוח זאגער, ממש ביז אהער האבן מיר זיך דערקייקלט??.. שרייבן בגאטשע יצא אויף א קרעטשמע וואס פארמאגט אזאנע שטערן וואס זייער ווערק ווערן געליינט דורך מיר דו און טויזענטער אנדערע אידן וואס באלעקן זיך די פינגער??..

דינסטאג פבואר 26, 2008 4:18 pm

וואס וויינט ער מיר אין זיין בארד אריין דער זארעכ, אזא דעפרעסטע פארכראפעצטע געמישאכטס מיט טרערן ארטיקל, און אינטערעסאנט אז עס האט אויך הומאר, אבער דאך פיל איך ווי איך דארף א שאוער נאכן דאס לייענען.

הער אויף צו קלאגן, מיר האבן דא אסאך אנדערע באגאבטע שרייבער וואס זענען אונז מהנה, נו אוודאי בענקן מיר זיך נאך די פארשוואונדעע, אבער אזא קלאג ? איי איי זארעכ, סיז טאקע א יום המעונן, אבער דארפסט עס נאך נישט מאכן שטאק פינסטער.

אגב, דיין הקדמה איז מייסטערהאפטיג.

דינסטאג פבואר 26, 2008 4:31 pm

אוי, ס'קוקט אויס אז די וואלקענעס זענען זייער געדיכט היינט. די וואלקענעס אליין וויינען, און די הימלען וויינען מיט.

נחמו נחמו זארעכ יאמר מאשקע. גאט ב"ה זאל העלפן, שלא ישמע עוד מעונן וגשם בגבולינו, ונשמע ונתוואסער בטוילעט וואסער.

אבער איין זאך: וואס איך גיי טראכטן ביים זיך קלאפן סלח לנו ביי בני היכלא שבת ביי שלש סעודות, איז שוין באשטימט!

דינסטאג פבואר 26, 2008 4:34 pm

קלארשטעלונג:
איך האב בלויז אראפגעגעבן א באריכט פון מיינע "פליטת בית סופריהם'דיגע" מחשבות.
איר פרעגט וואס טוט זיך מיטן "ותן שכר טוב לכל הנשארים?" נו, באריכטן פון מיינע "ותן שכר טוב'דיגע" געדאנקען טרעפן דאך כסדר אירע נאכטריט צווישן די ווענט פון דער קרעטשמע! נישט אזוי? האב איך דען געמיינט מיט מיינע ווערטער מוציא צו זיין מן הכלל דעם "ותן שכר טוב?" עךך... וואס עפעס?! נאר ווא-דען? אמאל באריכט איך מיינע געדאנקען פון די ערשטע העלפט ברכה און אמאל פון די צווייטע העלפט, עת לזה ועת לזה, געוואנדן לויטן וועטער... פארשטיי מיר זיך?

דינסטאג פבואר 26, 2008 5:03 pm

יא, מיר פארשטייען. און יעצט ווארטן מיר אויף א באזונדערן ארטיקל איבער'ן "ותן שכר טוב לכל הנשארים".

ווער האט א ווארט ביים "וועטער טשענעל"? איך וויל באשטעלן א מעונן...

דינסטאג פבואר 26, 2008 5:38 pm

אויך מיר מיין קרעדיט.......

הערויס, כ'האב יעצט נישט קיין צייט צו שרייבן בארוכה, אבער פעם בא בקצרה אויך, בכה תבכה בלילה ודמעתה על קרעטשמתה, פארוואזשע וויינסטו דא ברבים, ביסט נ'מאל?
זרח אבלו בלבו וצהלתו בקרעטשמע האט דער סקרענטאנער געזאגט פאר'ן ישמח זרח נאכ'ן לייענען זיינע מחשבות..........

דינסטאג פבואר 26, 2008 6:33 pm

איין זאך בעט איך די אייבישטער.........

.....בעבורו על תמנע מים!!!! טאקע וועגען זארעכעל זאלסטו נישט צוריק האלטען די רעגן. ווייל די מער רעגן ס'וועט זיין די מער זאפטיגס עמיר אונז האבן.

איידער איך בין מגיב אויפ'ן ארטיקעל מוז איך מיך מצרף זיין לבכיית רב פעפער.....בבבבבבבבעעעעעננננננננייייייייי :cry: וואו ביסטו?

איך האב אמאל געהערט פון יענקל מיללער (די קאזן פון די סקרענטאנער רב) , אז ער האט אמאל געזען ווי איד דאווענט שמונה עשרה בכוונה עצומה, מיט פארמאכטע אויגן, און ער נעמט אין מיטען ארויס א ציגארעטל פון זיין טאש, הייבט עס אויף און ער לייגט עס צוריק, און דאווענט ווייטער כאילו לא היה. נאך דער איד האט אויסגעטרויטען פרעגט ער אים, וואסי פשט? זאגט ער אז אין מיטען שמנה עשרה זענען זיינע מחשבות פארפארן, און ער האט זיך געטראפן פארענדיג צום עירפארט. ביים עירפארט ווען ער האט אריין געטשעקט זיינע בעגס און ער האט געזאלט באקומען זיין זיץ ארט, פרעגט אים די טעללער, "דו יו וואנט עי נאן סמאקינג סיט אר עי סמאקינג סיט?" (דעמאלטס האט מען נאך געמעגט רייכערען אויפ'ן פליגער) איך האב מיך דערמאנט אז איך האלט אין מיטן שמונה עשרה, און איך טאר נישט אויסרעדן, פארדעם האב איך ארויס גענומען די ציגארעטל איר צו ווייזען אז איך וויל א סמאקינג סיט.


שכח פאר'ן ארטיקעל, הנאה געהאט ווי אייביג.

דינסטאג פבואר 26, 2008 7:18 pm

א הערליכע הערליכע פארוואלקענטע ארטיקל! א מייסטערווערק פון א מייסטער שריפטשטעלער.

צו פארענטפערן דיינע פראגעס: סאכדעס באלעקט זיך מיטן האניג (באקאנט אז די בינען אליינס ערנערן זיך פון זייערע אייגען-פראדוצירטע האניג אין די ווינטער חדשים, עי' ערך כוורת של דבורים וחלות דבש), און גלייב מיר, עס דערקענט זיך צווישן די קנעפלעך פון זיין רעקל.

בני-היכלא - הייסט עס - רוהט זיך אויס נאך די ענדלאזע נעכט וואס ער האט פארברענגט מיטן ארויפשטעלן שטויביגע אשכולות פון אונטער די ערד.

און יענטאאש האט דאך נארוואס אריינגע'פיצי'ט מיט א זאפטיגס אויף פורים קטן.

דינסטאג פבואר 26, 2008 9:14 pm

אן עי סיריעס נאוט:

פארוואס לייגסטו אריין דיינע מעונן'דיגע ארטיקלען אין פארברענגען און נישט אין קרעטשמע?

דינסטאג פבואר 26, 2008 9:40 pm

א מין ווערטשאפט, ווען ס'איז געווען א פליטת בית זארעכ, איז נישט געווען ווער ס'זאלעס באוויינען, נישט ווייל מ'האמער זיך נישט געבענקט נאך אים, נאר פשוט ס'איז נישט דא אזעלכע דענקער דא, וואס קענען איינעם אזוי באוויינען ווי ער, און נאך דערצו, ווען ער אליינס האט פאר דעם געמאלדן אז ער גייט טוהן מעשה רוקח, כ'מיין מעשה ראש הקהל און נעלם ווערן, נו זאלעס זיין אזוי צום גוטן, אבער ווען אן אנדערער פירט זיך ראש הקהל, טוהט אים שוין וויי, עטץ הערטס? זארעכ'ן טוהט וויי ווען א צווייטער פעלט, א שיינע מעשה. ווען ער האט געפעלט האט אים 'דא' גארנישט וויי געטוהן, אונז געלאזט אויפן וואסער, און דא וויינטער מיט קראקאדיל טרערן.

אבער אין אמת'ן אריין, איזער דען נישט גערעכט? ווייל ווען ער פעלט זענען נישט דא די ריכטיגע קיבארד קנעפלעך וואס קענען ארויס קלאפן א גוטן הספד, ברויך ער דען נישט וויינען אויף די סמעטענע שרייבער וואס ווערן פארלוירן?

זארעכ, הער מיך צו, איך האב באמת נישט קיין פראבלעם מיט אט די דאזיגע טרערן דיינע, וואס זאלעך טוהן, ס'איז אפשר נישט שיין, אבער די דאזיגע טרערן, מאכן מיך שמייכלען, אבער ווען דו וועסטעך נעמען מספיד זיין, די לעבעדיגע שרייבער, דו וואס זענען יא דא, (דאנט טעיק מי ראנג, איך ווייס אז דו טוהסט אן הערליכן דזשאב, ביים אפ'שכוח'ן איינעם, אזאנס וואס א צווייטער קען נישט, ס'איז אבער אנדערש אזא לעבעדיגע הספד, ווי די באוואשסט יעדן, מיט זארעכ'לעך לרוב.) וועסטו אויפטוהן אסאך מער ווי דאפעלט, קודם פשוט, דאן וועט דיך נישט באדערן אז איך לאך און שמייכל, דאס עטעך זיין די ציל פונעם באשרייבונג, (וואס? דאס איז יעצט אויך געווען די ציהל? איך קענעס נישט גלייבן.) און צווייטענס, האסטו א טשענס, אז זיי וועלן, וועלן באקומען נאך א גוטס, סאו דו טרייבסט זיי אריין, אין א שרייבן מאהד, סאו דאן פארדינט יעדער איינער, כאפסט?

און צום סוף, א שכוח פאר די הערליכע באשרייבונג, ס'איז הערליך ארויס געברענגט. טענקס א מיליאן.

מיטוואך פבואר 27, 2008 5:48 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט:

פארוואס לייגסטו אריין דיינע מעונן'דיגע ארטיקלען אין פארברענגען און נישט אין קרעטשמע?

איך ווייס? דער אמת איז אז איך טוה דאס פשוט ווייל מער ווייניגער ווערן דערין צונעזאמענגעפלאכטן קש ותבן, רקימת ואריגת, וכדומה, טעמעס און ענינים וואס פארן הין און צוריק און ס'נישט געבויט אויף א ספעציעלער נושא. ווי אויך, זייער אסאך מאל ענטהאלט דאס סטריקלי קרעטשמערישע טעמעס וועלכע געהערן זיכער נישט אין קרעטשמע שבקרעטשמע (ווי יגר'ס מגילה קוואוטעט...). זאת ועוד, די תגובה'ס פון די סארט מעונן'דיגע אשכולות קענען טייל מאר פארן פון יגר'ס פאסט אפיס ביז זארעכ'ס וואנע (כ'האב פשוט יעצט געענדיגט ליינען זיין מגילה און כ'ריש מיך מגיב צו זיין דארט...), דעריבער איז מיר אויסגעקומען - לויטן קאלקיולעישן - אז די סארט אשכולות געהערן אין 'פארברענגען' דייקא.

דער אמת איז, אז סיי איך און סיי די קארפ-קעפישע שרים ואחשדרפנים (יא, יא, איך מיין אפילו מרסנא'ן און תרש'ן אויך), ווייסן אויך נישט פונקטליך די גדרים וסייגים וועלכעס ס'בלאנגט אין קרעטשמע און וועלכעס אין פארברענגען. והא ראי', גיב נאר א קוק אויף דעם אשכול זעלבסט, וואס אלץ ס'האט זיך אפגעשפילט מיט אים בלויז אינעם לעצטן מעת לעת. ס'אצעך געטוהן א מין ג'זאזאכטץ אזש ס'געגאנגען א רויעך. מ'האט עס קודם ג'זאזעט פון דאנעט אהין, דערויף צוריק אן הזזה פון אהין קיין דאנעט, וחזרו וזוזעזום עד שיזוזו המזמזמים לזמזם המזוממין ולפוסלם בעדים זוממין.

נאר ווא-דען? אז מ'האט דעם קאפ צווישן די קרעטשמע טישן, קען מען זיך שוין מער ווייניגער אליין דזאדזשן וואו אהין צו פאוסטן אן אשכול...

ועד כאן דער אמת, אבער דער 'אמת'דיגער אמת' איז אז... שוין בעסער מ'רעדט נישט, ווייל ס'ליגט מיר נאך צווישן די ציין דער טעם פון מיין פאריעריגער משתה היין... דזשינקס!

מיטוואך פבואר 27, 2008 6:03 pm

אזא פליטת'דיגע זארעכ'יגע תגובה.

מיטוואך פבואר 27, 2008 8:09 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט:

ועד כאן דער אמת, אבער דער 'אמת'דיגער אמת' איז אז... שוין בעסער מ'רעדט נישט, ווייל ס'ליגט מיר נאך צווישן די ציין דער טעם פון מיין פאריעריגער משתה היין... דזשינקס!


איך נעם מיר די העזה צו בעטען ביים הויך געשעצטער פעפערטע צו פארציילען פונקטלעך וואס איז פארגעקומען ביים משתה היין, איך מיין אז דו וועסט האבן א תועלת דערפון אז א שטיין וועט אראפ גיין פון דיין הארץ און אונזער בענעפיט דארף איך בכלל נישט מסביר זיין.

מיטוואך פבואר 27, 2008 11:46 pm

אנדי;

עס איז געהעריג פראטאקעלירט צווישן די טישלעך אין קרעטשמע, זוך עס אויף ביי די פורים'דיגע מפתח פון מאשקע.

דאנערשטאג פבואר 28, 2008 4:58 pm

זייער שיין זארעכ, שכוח.
שרייב א תגובה

Advertisement