גריסן און שמועסן
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:29 pm
רואיג!!! רואיג!!! האלט אייך רואיג!!!
וואס גייט דא פאר? ווער איז דאס? דער משוגענער וואס קומט דא דרייען א קאפ, זאל ער זיך גיין פון ווי ער איז געקומען...
שא שששששששששאאאאאאאאאאאא האלט אייך רואיג, איך בין נישט געקומען האלטן קיין דרשות יעצט,(אפשר א צווייטע מאל?)
איין מינוט, וויזוי טייפט מען אידיש? איך האב נישט הקדמות,
נאר אזוי ווי איך בין שוין לאנג נישט דא געווען, און ווען איך קום אריין זעה נאך אפאר פעינימער מיט מערערע קנייטשען ווי ווען איך האב זיי איבערגעלאזט,
מיט גרויע בערד,און א טייל פון זיי שטיפן שוין שי שווארצע האום אטטענדענט די ווילטשער, אבער ווי נישט ווי זעה איך אז עולם כמנהגו נוהג,
די פעדער וואס מען האט און די יונגע טעג ווערט נישט אזוי שנעל פארלארן, פאר די אלע זאג איך צירוק מיט א שמייכל מיט אן אויסגעריבענעם קול "עליכם שלום"
און פאר די אנדערע פרישע יונגעלייטלעך, די שנה ראשונה'ניקעס(איהר ווייסט וואס דאס מיינט? אז נישט פרעגט איך הער, יא דער אלטער מיטן ווייסן בארד)
עניוועי לאמיר נישט פארקריכן, פון וואס?? אקעי, איך זעה אז ענטץ זענטס מלא.......מיט וואס נישט....
איך בין בטבע א ביישן, און מיט א דריי מיט די פיאות האלב אוועק-קוקנדיג, זוכנדיג אויב איך דערקען איינעם, זאג איך מיט א האלבע שטימע, אויך צירוק ,,עליכם שלום,,
נאר צו איינעם ווייס איך נישט וויזוי זיך צו באציען, און דאס איז, נא וויזוי רופט ער זיך? נו? פארפוילטע בחו..נע , קען נישט זיין.
אפשר? אה.. אלטער שאלאכ נאא עס קלינגט עפעס נישט.. נא ווער קען מיך דערמאנען?
לחיים איך מיין אז מוזט מיר דא ארויסהעלפן, ווי איז די טעלעפאן בוק? אהה דאס האסט עס אלטער בחור.. אהה ייעעעייי
איך האב געוויסט אז דו ווייסט, ווי זוי דארף איך דיך באגריסן???
עניוועי, איך האב זייער הנאה צו זעהן די פרישע יונגע כוחות, מיט א תפילה פארן אדון כל אז עס זאל נישט אויסוועפן.
איך האף אי"ה דא פארבלייבן ליהנות ולהנות וועא"מ.
Advertisement
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:32 pm
WOW לאנג טיים נאו סי ברא, וועלקאם בעק וועלקאם בעק.
מיר קוקן ארויס אויף די טינט וואס דיין אינגע פעדער גיסט, לאז אונז נישט ווארטן.
ממנו ילמדו, ווען מען קומט צוריק זאל מען מעלדן אז מען קען זיך רעכענען אויף מנין.
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:33 pm
וו"ב (וועלקאם בעק אשכול, איכה? וואו ביסטו?).
שיין געזאגט, וואויל געזאגט.
עליכם שלום.
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:45 pm
אההה, דרך אגב, איך זעה אז מיין מוסר פארציע נעכטן אינדערפרי האט עטוואס געהאלפן....
שלום עליכם, דיין אפוועזענהייט האט אנגעהאלטן א היפשע לאנגע צייט, ס'האט שוין אויסגעקוקט וווי דער ניק "דרך אגב" איז א פארגאגענהייט.
ב"ה אז מיר זעהן זיך אין פריידן.
וועלקאם בעק מיסטער אגב.
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:45 pm
זאג, דו מנין מנחה איז נאך 4:30 בדיוק? אדער סאכדעס לאזט עס שוין זיין אום פינעף אוהר?
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:50 pm
פשיהא... דו ביסט דאס, 'דרך אגב'? איך האב דיך ממש נישט דערקענט! יאפס, זוי גייט עס, די יארן ריקן זיך.
לאמיר דיר זאגן: פאר די לעצטע צען-פופצן מינוט מערק איך ווי עס דרייט זיך מיר דא עפעס א פריש פנים. ס'געווילט זיך מיר צוגיין אין אים גיבן א הילכיגן שלום לייכעם. גייענדיג צו זיין ריכטונג, האב איך אזוי בעטראכט זיינע פיאות, מערקנדיג ווי די פיאות ריקן זיך צוריקוועגס האט מיר אנגעהויבן שווינדלען אין קאפ, נו... עהה... נו... ס'עפעס א באקאנט פנים! ער איז נישט א גאסט! נו, נישט א גאסט איז נישט א גאסט, וואס איז דען א חילוק? שלום עליכם מעג מען אים דאך סייווי גיבן. כ'רוק זיך נענעטער צו זיין דעסטינאציע און כ'באטראכט אים, און כ'מערק אז דער איז מיר גאר א שעמוועדיגער. נע, ס'קען נישט זיין א באקאנטער, ווארן אויב יא דאן וואסי די בושה? פאר וועם שעמט ער זיך דא?
אז כ'קום נענטער און כ'מערק אז דער ביישן איז בלויז דא אזוי דרך אגב'דיג, אההה... דאן איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן. ער איז דאך בלויז פון אונזערע אגב'דיגע באזוכער, נו אוודאי שעמט ער זיך. שעמען זאל ער זיך! שעים אן יו! זיצן זיך דא זוינע אלטע גוטע חברים און גייען אויס צו הערן א גריס פון דיר, און גארנישט, קומסטער אזוי אריין נאר אזוי אגב'דיג... שוין, אבער שוין, טויש דיין נאמען אויף מקום קבוע'ניק!... פארשטאנען?!
דינסטאג פבואר 26, 2008 1:51 pm
WOW, אזוי לאנג ביסטו שוין נישט דאהו געווען ?
שוין לאנג געטוישט צו 5:30,
אבער ווארט נישט אויף סאכדעס זאל דיר דאס ענטפערען, ווייל אויב יא וועסטו די קימענדיגע טעג נישט דאווענען קיין מנחה..
דינסטאג פבואר 26, 2008 2:04 pm
שלום עליכם דרך אגב. מיר האבן זיך שטארק געבענקט נאך דיר. דיין איצטיגע אשכול איז בלויז א סעמפל פון וואס מיר האבן פארפעלט אין די פארגאנגענע מאנאטן.
דינסטאג פבואר 26, 2008 2:15 pm
העי גאבי !!!! היי וואר יו בראדער (גוט יאנאש ? ) ווי מיסט (נישט גארבידזש) יו ביג טיים.
דינסטאג פבואר 26, 2008 3:37 pm
ער איז נאך דא? ווי ביסטו? כ'וויל דיר אויך זאגן שלום עליכם.
דינסטאג פבואר 26, 2008 9:28 pm
דרך אגב, האסט גענומען אן אלטע טעלעפאן בוק...... אין די היי יאריגע איז שויניש דא קיין אלטע בחור....
עניוועי, שאלאם!
אופס... כ'רעד צו דער וואנט.... עריז שוין לאנג נישטא....... סארי.
דינסטאג פבואר 26, 2008 10:07 pm
דרכ'ל טייערער, אט מי וואן וועלעט, (וועא"מ) פונקט נישט לאנג צוריק געהערט פון צייטליך, אז דו ביסט עפעס געפערליך ביזי, נו שוין, א יוד איז ביזי, עלעכעם דען שטערן, אבער נעכטן ווען כאדעך באמערקט אויף גוגל'ס רעדן, און כאבאמערקט אז דו ביסט נעבעך גרין געווארן פון אזוי לאנג נישט זען, האבעך געטראכט צו איך זאלדעך אינטעראפטן, אבער איך בין דאך אן איידעלער, ווי אזוי זאגסטו נאר? דער אלטער מיט די לאנגע ווייסע בארד, (און וואס נאך?) אי געבליבן אז איך גיי אים בשום אופן נישט אינטעראפטן, אויך נישט ב'דרך אגב', און אזוי איעס געבליבן, און אט האסטו דא צוריק אריין געבלאזנשעט, ווי רילי מיסט יו, עניוועי צאתכם לשלום, עם סארי, בואכם בעק לשלום, און זאלעס שוין זיין פאר אייביג.
מיטוואך פבואר 27, 2008 12:30 pm
איך_הער האט געשריבן:דרכ'ל טייערער, אט מי וואן וועלעט, (וועא"מ) פונקט נישט לאנג צוריק געהערט פון צייטליך, אז דו ביסט עפעס געפערליך ביזי, נו שוין, א יוד איז ביזי, עלעכעם דען שטערן, אבער נעכטן ווען כאדעך באמערקט אויף גוגל'ס רעדן, און כאבאמערקט אז דו ביסט נעבעך גרין געווארן פון אזוי לאנג נישט זען, האבעך געטראכט צו איך זאלדעך אינטעראפטן, אבער איך בין דאך אן איידעלער, ווי אזוי זאגסטו נאר? דער אלטער מיט די לאנגע ווייסע בארד, (און וואס נאך?) אי געבליבן אז איך גיי אים בשום אופן נישט אינטעראפטן, אויך נישט ב'דרך אגב', און אזוי איעס געבליבן, און אט האסטו דא צוריק אריין געבלאזנשעט, ווי רילי מיסט יו, עניוועי צאתכם לשלום, עם סארי, בואכם בעק לשלום, און זאלעס שוין זיין פאר אייביג.
איך האב פלעין הנאה געהאט פון די תגובה פון איכער, מילא לאז איך דאס וויסן ברבים, אקעי ? ביי.
מיטוואך פבואר 27, 2008 1:13 pm
כ'וויל יעצט עפענען אן אשכול: "צאתכם לשלום, דרך אגב". אבער איך גיב אים נאך איין טשענס. אפשר דאך וועט ער צוריק אריינפאלן היינט.
מיטוואך פבואר 27, 2008 2:35 pm
אגב'ל, באת לבית מלוני, און גארנישט????
כ'פריי זיך דיך צו זעהן דא אין פריידן.
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 1:20 am
העלא מיי פעלא'ס, צו ענק האב איך טאקע גערעדט, צו אנדערע אויך, אבער שוין מער אמירה קשה, בלשון דבר. וכו' ואין כאן מקום להאריך,
עס באלאנגט און ידיעת התורה, אויב ער האט נאכנישט קיין עיקול שטייצעך,
אבער עס פרייט מיר דאס זעהל אז עס זיינען דוי וואס האבן מיך נאך דערקענט, טאקע נישט ווי אמאל, אבער פארט איך האב נאך דעם זעלבע סאשעל,
און פין(מיט א פימפעל) ווי דעמאלט, און הגם דאס איז נישט מיין סטייל, און איך גיי גנב'נן די איידיע, וועל איך דאס דאסמאל טוען,
און איך וועל טאקע אנהייבן ביי יאנאש'ן איך בעט דיר ערווארט נישט קיין טינט פון מיין פעדער, ווייל עס איז כמעט נישט דא, קוים וואס איך קען נאך אינטערשרייבן די קרעדיט קארד'ס טרענזעקשאנס,
סא העסטו זיך מיזן באגענוגןן פון די קנעפלעך פונעם קאמפ. קרעמער, איך האב ערווארטעט עפעס מער, נישט און דעם אשכול, נאר אן עקסטערן,
צייטליך די ביסט שוין די בעל תפלה קבוע? ווייל עס פלעגט זיך מאכן פראבלעמען, און שכוח פאר די אויפריכטיגע מוסר רייד(נישט די חול המועד רייד'ס) שכוח, און איך פריי מיך צו דא צירוק,
כאטשיק עס איז נאכנישט עמטליך, זארך...........................................................................................................ביי דיר, ווער איך שטיל,
כ'מיין איך האב נישט די ווערטער, כ'מיין עס פעלן אפאר קנעפפלעך פונעם קיבארד.....און איין ווארט, האסט מיך מחייה געווען, איזאק, איך פריי מיך צו זעהן אז דו ביסט נאך דא, פשוט מיין בן גילו, פרעג
נישט קיין איבעריגע קשיות, ווייל עס קען זיין א שאלה פון גילי ברעדה, ניין קוק נאר די צייט פון התגלות, יו איך פארפאר, כ'מיין התחברות, טריא, עליכם שלום, דאס האסטו געוואלט?
לחיים ,ווי קען מען באקומען די נייע טעלעפאון בוק? מיין אדווערטייזמעננט לויפט נאך דארט??
איך ווייס, אוי איך הער, אז דו ביסט א ביישן, אבער שעם דיך נישט, מען טאר זיך נישט איינהאלטן, האסט עפעס צו זאגן, זאג נאכדערצו אז דו זעהסט אז יענער איז גרין געווארן,
ווארף אריין אפאר חיזוק ווערטער, איך ווייס אז דו קענסט, מאשקע, איך בעט דיך געב מיך נאך א שאנס, ביי מיר איז נאך מיטוואך, מאך נישט קיין צאתכם, ואחרון אחרון חביב פארן דייען'ס שמש
ערעב סאכדעס, עס איז ארויף געקומען אזא אויטאמאטיק שמייכל זעענדיג אז דו ביסט נאך דא,
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 1:32 am
האסט אריינגעטרעטן מיט'ן רעכטן פוס בשעטומ"צ.
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 9:39 am
העי קופקעניו! אגבי ווי איזאק לשונך הטוב. וואחאחאאסחאאפל!
יאך באגעגן מיר מיט אן אשכול אויסגעמאטלקען? נעע זיכער איז דאס וואס צוצולייגן, איך האב דיך פלעין געמיסט, אבער ליסטען העיר פון סתם אריינטייפן דאחנעט וועל איך גארניקס האחבן, ריכטיג?
יעצט קום אריין אין מייין באקסל-טייל, ווי מיין רבי פלעגט זאגן. שטיי א רגע אין דריי נישט דיין פיאות, עס איז נישט קיין בושה דערווייל, "העעעי שפיי אויס די ריקאטלע קענדי", פוייי עס איבעלט מיר, פונקט א האטני האסטע געקויפט? שאחקס, קויף לעמאטן נעקסט טיים. וויל איך דיר זאגן אזוי: יו אר גוד!
עניוועי, זיסער איידיע דרכ'גב ווייסטו? נו וואס קומט ארויס, אוודאי א זיסער ארטיקל, האסטעך מיר ממש אויפגעלאכטן די קופקע דא, פיין ארויסגעברענגט די מעשה דא.
אין נאך א זאך ברויכסט נישט אוועקגיין אויף אזוי לאנג, אין דערנאך אנקומען מיט געשמאקע ווערק, מיר איז גוט אז די זאגסט תמיד גוטע ווערטער. קאנטיניו!
טענקס יו!
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:09 am
איין זיסקייט ברענגט דאס צווייטע.
אלטער, ביזט געוואלדיג.
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:55 am
דרך,
נישט נאר אויף דעם, אבער אויף דעם אויך...
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 4:48 pm
עי רבותי שטריק .... שטריק .... שטריק ...... אבער לאנגע און דיקע שטריק אדער הענד קאפס (נישט פורים'דיגע) מען דארף ציבינדען אפאר מענטשן וואס ווערן נעלם יעדע פאר טעג מען דארף זיי ציבינדען זיי זאלען נישט אזוי שנעל קענען אנטלויפן
איך מיין אז מען גייט גרינדערען א קרעטשמע שומרים וואס גייט אכטונג געבען אז קיינער זאל נישט אנטלויפן , עס איז נישט קיין הפקר וועלט און נישט קיין הפקר קרעטשמע
..........................................פארשטאנען....................................
דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:02 pm
דרך'ל, וואויל.