קליינע אותיות אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

קליינע אותיות אשכול

תגובהדורך מיגו » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:30 pm

לעצטנס -ס'איז אלעמאל געווען נאר לעצטנס ווערט עס ממש מעינסטריעם- האט זיך שטארק פארשפרייט דער טריק פון שרייבן קליינע אותיותלעך דאס איז ספעשיל געמאכט אז אומגעווינטשענע אויגן זאלן דאס נישט אויפכאפן און פאר נאך סיבות ואין מגלין אלא.... דער טריק איז שוין אזוי פארשפרייט אז ממש יעדע הייסע אשכול האט עטליכע שורות קליינע אותיות
אויב די שורות זענען גאר הייקל לייגט מען עס אריין און צוויי האלבע לבנות (נישט האלבע ציגל נאר א האלבע לבנה אזוי ווי אנפאנג חודש) לכתחלה זאל מען אריינלייגן די לבנות אויך אין די קליינע אותיות ווייל אז נישט (קען עס ציען א גוט אויג ח"ו)
איך האב געהערט אז עס ארבעט גאר גוט דער שפיצל ב"ה און אויב ביסטו באזארגט אז איינער וועט עס דאך ליינען איז אפשר כדאי עס צו שרייבן נאך קלענער
[אדער אפשר בכלל נישט שרייבן? נע דאס קומט נישט אין באטראכט]

וליתר -לייג אריין אביסל color דא- שאת זע דא

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

תגובהדורך אזוי גאר! » זונטאג מארטש 17, 2019 7:19 pm

צו את אהרן
רש"י ברענגט אראפ דעם תורת כהנים, אמר ר' שמעון ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס, קען מען זאגן אז די כוונה דערפון איז, ווייל ווען א מענטש איז עובר אויף א עבירה בפועל במעשה, טוט ער באשאפן א גוף מיט א נפש, און אויב ער האט געזינדיגט נאר מיט מחשבה, טוט ער באשאפן נאר א נפש אן א גוף, קען דאך זיך א מענטש טראכטן, אז אויף א הרהור עבירה דארף מען נישט אזוי שטארק תשובה טוהן, וועגן דעם קומט ר' שמעון אין ער זאגט ביותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון "כיס", דער גוף ווערט אנגערופען מיט דעם ווארט "כיס", אזוי ווי מיר געפונען אין מסכת סנהדרין דף צט: כולהו גופי דרופתקי נינהו, זאגט רש"י פשט אז אלע גופים זענען אזוי ווי א לאנגער "כיס", און א האלטער, דאס זאגט ר' שמעון ביותר צריך הכתוב לזרז, די תורה דארף דעם מענטש נאך מער ווארענען במקום שיש חסרון "כיס", אין א ארט ווי עס פעלט דער גוף, דאס הייסט ער האט געזינדיגט נאר במחשבה, און עס איז באשאפן געווארן דורך אים א נפש אן א גוף, אויף דעם דארף נאך די תורה מער ווארענען, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יומא דף כט הרהורי עבירה קשים מעבירה. א שלעכטע מחשבה איז אסאך הארבער פון אן עבירה.
(ישמח ישראל)

די גמרא זאגט אין מסכת ערכין דף טז: עד היכן תכלית יסורין אפילו הושיט ידו לכיס ליטול שלש ועלו בידו שתים, אפילו ער האט געוואלט ארויס נעמען דריי פרוטות, און ער האט נאר ארויס גענומען צוויי פרוטות, מיז ער דאך יעצט נאך אמאל אריין לייגן זיין האנט אין דעם כים, ווערט דאס אויך גערעכנט פאר יסורין. דארף מען לכאורה פארשטיין וואס פאר א יסורים איז דאס, אז ער דארף נאך אמאל אריין לייגן זיין האנט אין דעם כיס. זאגט דער בעש"ט הקדוש פשט, ווייל דער תכלית פון יסורים איז, אז דער מענטש זאל נתעורר ווערן צו תשובה, ווייל השי"ת טוט נישט געבן יסורים אויף א מענטש אויב ער האט נישט געזינדיגט, וועגן דעם שיקט השי"ת אויף דעם מענטש גרינגע יסורים, ווי למשל ער זאל נאך אמאל דארפן אריין לייגן זיין האנט ארויס צו נעמען זיין געלט, און אויב דער מענטש טראכט, אז דאס איז נישט געווען סתם א טרעפונג, נאר אלעס איז בהשגחה מן השמים, וועט ער דאך אוודאי נתעורר ווערן צו תשובה. קומט אויס אז מיט די קליינע טירחה וואס ער דארף נאך אמאל אריין לייגן זיין האנט ארויס צו נעמען די געלט, וועט ער פטור ווערן פון יסורים, ווייל דער תכלית פון יסורים איז דאך תשובה, און ער איז דאך שוין נתעורר געווארן צו תשובה. דאס איז דער פשט אין די גמרא, עד היכן תכלית יסורים, מיט וואס קען א מענטש פטור ווערן פון יסורים, און ער זאל דערגרייכן זייער תכלית, אויף דעם זאגט די גמרא, אפילו ער האט געוואלט ארויס נעמען דריי פרוטות, און ער האט נאר ארויס גענומען צוויי פרוטות, אויב ער האט דורך דעם שוין תשובה געטוען, איז ער שוין צוגעקומען צו דעם תכלית פון יסורים, און דורך דעם וועט ער פטור ווערן פון יסורים. לויט דעם קען מען זאגן פשט אין די מימרא פון ר' שמעון, אמר ר' שמעון ביותר צריך הכתוב לזרז, די תורה דארף דעם מענטש מער ווארענען, במקום שיש חסרון כים, אין א אדם וואס זיינע יסורים זענען יסורים פון א חסרון וואס עס פעלט אין דעם כיס, אז ער האט נישט ארויס גענומען פון זיין כיס אזוי פיל וויפיל ער האט געוואלט, ביי אזעלכע יסורים דארף די תורה מער ווארענען אז ער זאל שוין תשובה טוען, כדי ער זאל חס ושלום נישט דארפן צוקומען צו קיין גרעסערע יסורים.
(נועם אליעזר.דברים נחמדים)

ויותר צריך הכתוב לזרז במקום שיש חסרון כיס
אלע אברים פון א מענטש קען א מענטש צוריק האלטען פון עובר זיין אויף אן עבירה, למשל די באשעפער האט באשאפן צען שפיצן פינגער אויב הערט מען עפעס וואס טויג נישט זאל מען אריין שטעקן די פינגער אין די אויער כדי דאס נישט צו הערן, און די זעלבע ביי די אויגן קען מען דאס צומאכן נישט צו זעהן וואס א איד טאר נישט זעהן, דער מויל קען צומאכן נישט צו רעדן וואס עס פאסט נישט, אבער די "מחשבה", האט נישט קיין דעקל ווי אזוי קען מען זיך אפהיטן פון טראכטן זאכן וואס מ'דארף נישט פון זיי צו טראכטן, דאס זאגט אונז דער הייליגע רבי שמעון בר יוחאי, ויותר, און נאך מער, צריך הכתוב לזרז, דארף אונז דער תורה אנווארנען, במקום, ביי אזא פלאץ שיש, וואס ביי אים איז דא, חסרון כיס, עס פעלט א דעקל (כיס טייטשט א דעקל), דארף א איד זיין מער געווארענט זיך צו היטען די מחשבה וואס דאס איז זעהר שווער צו היטן.
(ספרים)

צו את אהרן ואת בניו לאמר זאת תורת העולה הוא העולה על מוקדה על המזבח כל הלילה
מען דארף לכאורה פארשטיין פארוואס האט די תורה פריער געשריבן זאת תורת העולה, און דערנאך וזאת תורת החטאת, מיר ווייסן דאך אז א חטאת איז פאר אן עולה. נאר די גמרא זאגט אין פרק כל התדיר, אז דער דם חטאת איז טאקע פאר די דם עולה, ווייל דער דם טוט מכפר זיין אויף דעם מענטש. אבער די איברים פון א עולה קומט פאר די איברים פון דעם חטאת, וויבאלד די עולה ווערט אינגאנצן פארברענט, און דער חטאת נישט, האט דאך דער מזבח מער פון די עולה, ווי פון דעם חטאת. דאס זאגט דער פסוק צו את אהרן ואת בניו לאמר זאת תורת העולה, און עס זאל דיר נישט זיין שווער אז מיר ווייסן דאך אז א חטאת איז פאר אן עולה, אויב אזוי פארוואס זאגט דער פסוק פריער עולה און דערנאך חטאת, זאגט דער פסוק ווייטער, הוא העולה על מוקדה על המזבח כל הלילה, וואס ביי די איברים איז דאך א עולה פאר א חטאת, ווייל די איברים פון דעם עולה ווערט אינגאנצן פארברענט אויף דעם מזבח, דעריבער זאגט דער פסוק פריער די תורת העולה.
(כתנות אור)

ושמו אצל המזבח
עס איז ידוע אז די אש וואס מ'האט אראפ געלייגט לעבן די מזבח, איז דארט איינגעשלונגען געווארען אין די ערד בדרך נס, זאגט דער בעל הטורים אז דאס קען זיין מרומז דא אין פסוק "ושמו" איז בגימטריא אזוי ווי די ווערטער "ונבלע במקומו" (352).
(בעל הטורים)
אזוי גאר!! מ'מוז האבן אנ'אונטערשריפט??!! סעפעס? ווייל יענער האט? ווילעך נישט.....
.

קרעדיט איטערשריפט נו גוט נו שוין
קרעדיט אוועטער אזוי גאר!

מחשב
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:53 pm

היינט האב געזען א שורה אין די גרויס פון א פון א ו אין די ברייט און עס האט ענטהאלטן אזוי סאך ווערטער אז ... וואוה...
הוי מחשב...

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3885
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:24 pm

מחשב האט געשריבן:היינט האב געזען א שורה אין די גרויס פון א פון א ו אין די ברייט און עס האט ענטהאלטן אזוי סאך ווערטער אז ... וואוה...

נישט נארמאל... מיינסט עס אמת'דיג???
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3885
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:25 pm

.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 30, 2019 11:06 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:.

פשט פון דעם פינטל?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג אפריל 30, 2019 2:19 pm

דרך אגב
אזוי!!! וועט עס זיין רויט
אויב ווילסטו מ'זאל עס נישט קענען ליינען, וועהל אויס סיי וועלכע קאליר און טויש די נומער:
e2ebf2 פאר די טונקעלערע בלויע בעקראונד
און ecf3f7 פאר די לעכטיגערע בלויע בעקראונד
(יעדע צווייטע תגובה האט אן אנדערע קאליר)

למשל:
אזוי
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט