זונטאג פבואר 24, 2008 3:27 pm
אן קיין סאך הקדמות און מליצות.
אינזער זיידע האט זיך דא אריינגעלייגט אין קרעטשמע אזוי מיטן גאנצן תוכיות, ער איז אין די קרעטשמע, נישט קייין חילוק וואס עס טוט זיך, וואס עס זאל געשעהן, אלעס ווערט מיטגעטיילט מיטן קרעטשמע, יעדער האלט מיט, יעדער האלט זיך אינטער, און ער גייט נישט ליידיג, ער איז מחיה אידישע קינדער, מ'האט וואס צו ליינען, נישט נאר פשוט צו ליינען, נאר גאר שמאלציגע ארטיקלען און תגיבות אזש צו באלעקן די פינגער, יא, אזוי ווי איר ליינט.
דער פראבלעם איז אבער איך בין אן ארייבטער, נאך א אינגערמאן, און איך האב ווייניג ציט צו ליינען, מ'קען זאגן אויף זיינע ארטיקלן א_ווי עס שטייט ביי יתרו דער לשון פון "ויחד" ביידע פשטים, עס איז מיר א גרויסער פרייד ווען איך זעה אן ארטיקל פון זיידן זאל זיין געזינט, איך ווייס אז איך האב שטאף פאר היינט און פאר מארגן, ווארום עס ליינט זיך נישט אינטער איין מינוט, אבער דאס צווייטע פשט פון ויחד איז ארגער, עס טוט מיר לייד לעצטענס זיינע ארטיקלן, וועט איר אוודאי עפענען א ים מיט אויגן אויף מיר, וואס? וועם האט ער וויי געטוען, וואס ווען ווי, ער טוט דאס קיינמאל, שוין, זעה איך, איר האט מיר שלעכט פארשטאנען, עס טוט מיר נישט וויי זיי ארטיקל, פונקט פארקערט, עס איז מיר א פרייד און א שמחה עד אין לשער, וואס עס טוט מיר וויי אז א צווייטע זאך, ער שרייבט אזוי סאך אז קום פשוט נישט אן צוליינען אלעס, איך זעה אנדערע גוטע אידן גיבן שוין זייערע שכויעך'ס און איך האלט נאך פאר "אלף".
ע"כ וויל איך נאר דא זאגן פאר זיידעניאו, יבוא יומו, עס וועט נאך קימען דער טאג, מיר וועלן אנקימען צו אלע אייערע ארטיקלען, מיר פרינטען יעצט אלעס ארויס, א זאך וואס מיר טוען נישט געווענליך, אבער קיין צווייטע ברירה איז נישטא, און מיר וועלן אלעס דרוך ליינען בטוב טעם ודעת און מיר וועלן אייך דאס לאזן צו וויסן טוען.
אבער איין זאך.
איר זאלט אייך נישט דערשרעקן פון מיר, האב מיך פארפאקט, איך בין א שטייטער ליינער, רעכן דיך נישט מיט מיר, די שרייב ווייטער, איך וועל זייוויי אנקימען צו אלעם, עס לוינט נישט דאס ווארטן, שרייב נאר ווייטער.
הצלחה זיידע.
זונטאג פבואר 24, 2008 3:34 pm
צייטליך וואלט ווען געמעגט זיין צייטליך..........
זונטאג פבואר 24, 2008 4:02 pm
אהה, ענדליך האב איך שוין 'צייט' צו ליינען אייער גאנצע תגובה....
וואס קען איך טוען, ווען איך האב גענימען דער נאמען ביניך נאך געווען צייטליך...
זונטאג פבואר 24, 2008 4:23 pm
איך מיין אז די זאלסט גיין שלאפען מיט א שעה שפעטער אין אויפשטיין א שעה פריער וועסטו האבען צייט
זונטאג פבואר 24, 2008 11:12 pm
צייטליך, כ'קוועל פון דיין אייגנארטיגקייט ארויסצוברענגן אזאך מיט אזא מתיקות, יישר כוח פאר דיר, האסטו געוטוהן די ארבעט שטאץ מיר.
מאנטאג פבואר 25, 2008 12:20 am
צייטליך, פארפאלן, דו קענסט יא!
זונטאג מרץ 02, 2008 10:56 am
הרב צייטליך
לכאורה וועט איר שוין יעצט אנקומען צו וויפיל איר ווילט ווייל .........
אויף צום ווידער זעהן.........
זונטאג מרץ 02, 2008 11:20 pm
זיידעניו, צייטליך האט מיר אויסגעכאפט. ער איז דאך 'ציייטליכ'ער פון מיר...