בלאט 1 פון 3

א גוטע וואך! מוצאי שבת אשכול

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 1:56 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
א גוטע וואך

זיך דרייענדיג אביסל אין פארברענגען רעכטס אין לינקס האבעך ניש געטראפן געהעריג א מקום פנוי וואו איך קען מיך יעצט וואשן פאר סעודתא דדוד מלכא משיחא
דעריבער גיי איך פתיחה צום מוצ''ש אשכול אין אויב דערוילעם עסט שוין ערגעץ אנדערש ביטע מיך אהין פירן.

לכבוד מוצאי שבת האמיר יעצט ארויפגעשטעלט אויפן פלאם פרישע רויטע בארשט, די פאטעטעס שיילצעך יעצט אפ אין וועט זיין באלד גרייט, דערוילעם ווערט געבעטן זיך צו גיין וואשן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:06 am
דורך לכאורה

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:11 am
דורך אדער יא
וואס איז דער אדרעס??

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:11 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
לכאורה האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=2299&p=51370

געשמאקע אשכול מיט סטאטיסטיקס אין רעקארדס

דא גיימער אי''ה פארברענגען וועכענטליך מיט רייכע מלוה מלכה'ס אין הערן סיפורי צדיקים אין שטייצעך געלט מאסעס..

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:19 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
אדער יא האט געשריבן:וואס איז דער אדרעס??

ביסט אויפן גוטן אדרעס.. געט אייך א וואש האמיר שוין באלד מזומן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:21 am
דורך shimon7323
פון וועלכע מזומן רעדסט די?

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:21 am
דורך קלאָצקאָפּ
געב מיר א ביפ ווען די קוגל איז גרייט.

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:31 am
דורך יאצמעך
איך האב נאך קיין קאווע נישט געהאט, האסט ארויף געשטעלט וואסער צו קאכן?

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:34 am
דורך פאראינטערסירט
יאצמעך כאדעך געוואלט זאגן אז כ'האלט אנאויג אויף דיין קאפצאל פון תגובות, די שפרייזט אט-אט אריבער די 3'ער צייכן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:36 am
דורך טשאדעלע באדעלע
שמעון זיבן טויזענט דריי הינדערט מיט דריי אין צוואנציג איז מיר געווארן א טויזענטער

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:38 am
דורך פאראינטערסירט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שמעון זיבן טויזענט דריי הינדערט מיט דריי אין צוואנציג איז מיר געווארן א טויזענטער

יא ער קוקט אויס ווי פון טויזנט יאר צוריק מיט זיין אלטע טעיפ-רעקארדער אויף די פלייצעס...

בילד

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:40 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
יעץ גענדיגט אריינשליידערן א טשעווארסקע קוגעל אין בראטער, כ'שטעל שוין ארויף קאכן הייס וואסער יאצמעך, דערווייל קענסטעך כאפן ס'הארץ מיט די פרישע אונטערגעשלאגענע בארשט..

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:41 am
דורך יאצמעך
כ'מעך גראדע פארגענומען נישט אנציקומען צו דעם מספר, דארף איך נאך אריין כאפן א הערצליכן דאנק פאר דיינע אינטעליגענטע און רייכע תגובות וואס איך האב לעצטענס שטארק הנאה געהאט.

ווי זאגט טשאדי, אינטערסאנט פאראינטערט אינטערסירט איטערנעט אינטערעסן אינטערנעל... עפעס אזוי.

מ'האקט!

ס'גיסט, פריש און אינטערגעשלאגן איז א שטיקל סתירה...

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:46 am
דורך גיי
א גוטע וואך נו וואס איז געוורען מיט די קאווע ס'שוין הייס?

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 2:47 am
דורך קלאָצקאָפּ
יאצמעך האט געשריבן:כ'מעך גראדע פארגענומען נישט אנציקומען צו דעם מספר

ברויך מען מאכן התרת נדרים... ווער איז דאהי?

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 3:00 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
האמער דא באלד א מנין קעמען דאך מאכן די רעבישע התרת נדרים מיט צען..

בד''וו קיינער האטעך נאכניש געגעבן א קיצעל אין האלדז זינט די שטייסט מיטן קאפ ארויף? יעדע מאל איך איך גיי דיך אדורך האלטעך מיך איין...

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 3:06 am
דורך קלאָצקאָפּ
ווער הייסט דיר זיך איינהאלטן?

וואס קען שוין דען זיין די תוצאה? א געלעכטערל לכבוד אדר שאדט נישט...

געשריבן: זונטאג פעברואר 24, 2019 3:07 am
דורך קלאָצקאָפּ
צום ענין:

יאצמעך, מותר לך! מותר לך! מותר לך!

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 1:36 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
א גוטע וואך
א וואך מיט אסאך שקלים

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 2:22 am
דורך פאקטען
א גוטע וואך

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 2:25 am
דורך יאצמעך
קום איך אריין לכבוד מוצאי שבת, זעה איך אז מען גייט אט שפארן דעם סייט.

וויפיל אזייגער גייט דאס פאסירן? און פארוואס דווקא אין אזא קריטישע זמן?

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 2:28 am
דורך פאקטען
קריטישע ארבעט קומט און א קריטישע זמן

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 2:53 am
דורך טשאדעלע באדעלע
מ׳האט אנגעשטעלט ס׳זאל זיך אטאמאטיש פארשפארן. ס׳גייט אבער נישט פאסירן, ווייל די סערווער איז איבערגעשטרענגט...

געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2019 11:55 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
גוטע וואך

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2019 12:08 am
דורך האסט נייעס
א גוטע וואך...

וויאזוי איז געלונגען די חזק ביי אייך און ביהמ'ד?