Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך אוקטובר 04, 2006 5:10 pm

איך ווייס נישט אויב איך וועל נאך דא זיין ביז סוכות
וועל איך שוין ווינטשען
א פרייליכען יום טוב

Advertisement

מיטוואך אוקטובר 04, 2006 5:32 pm

א גוט מארגן וועל איך וואונשטן פאר יעדן איינעם באחדות, און עקסטערע גוט מארגן'ס ( איך געדענק שוין נישט וויפיל ) פאר סאכדעס.

מיטוואך אוקטובר 04, 2006 7:35 pm

אזוי ווי איך דארף יעצט פון דא ארויס גיין וואס גיכער, און אז איך וועל נאך היינט צוריקקומען בין איך נישט זיכער, וועל איך מיט א גוטע נאכט צומאכן די קרעטשמע ביכער.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 7:43 am

אני מאחל לכולכם בוקר טוב, ברכה והצלחה לרוב.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 9:09 am

א גוט מארגן.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 12:46 pm

א גוט מארגן און א גוט יאר דיר ערב יאכער

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 12:50 pm

מיט א גוט מארגן וועל איך זיך צו די תגובות געבן א נעם, סאכדעס איך האב נישט ליב שינו השם.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 4:03 pm

איך מיין אז איך בין פארטיג פאר היינט, ס'איז נאך נישט קראנט, אבער אויב יא וויל איך נישט אן א גוטע נאכט פארלאזן די קרעטשמע וואנט, און אין ערגסטן פאל וועט עס גיין אנדערש ווי געפלאנט.
א גוטע נאכט מיט אלע גוטע זאכן, און אצינד די קרעטשמע טיר קען איך צומאכן.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:05 pm

מיט א גוט מארגן אין א צייט ווען די לבנה טוט שיינען, קום איך יא נאכאמאל אריין קען זיין צו שרייבן אבער בעיקר צו ליינען.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:13 pm

עס קוקט אויס ווי פלענער האבן זיך געביטן, ווען עס זענען אדורכגעלאפן זעקס שעה אינמיטן..

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:15 pm

א גוטע נאכט.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:38 pm

קרעמער האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי פלענער האבן זיך געביטן, ווען עס זענען אדורכגעלאפן זעקס שעה אינמיטן..

ב"ה נישט צו סאך געליטן, און מיט א גוטע נאכט וועל איך אין א האלבע מינוט ארום האבן ארויס געריטן.

פרייטאג אוקטובר 06, 2006 9:37 am

א גוט מארגן מיינע פריינט, איך ווייס נישט ווילאנג איך וועל דא זיין היינט.

פרייטאג אוקטובר 06, 2006 1:01 pm

איך וועל נישט צישטערן די ראלן, מיט א גוט מארגן אריינקומען און איך באמערק אז ס'הייבט זיך אן אויסצוצאלן, אז גריסן דוירך גראמען טוהט מען דא אויסמאלן.

מאנטאג אוקטובר 09, 2006 10:17 am

א גוטן מועד און א גוט מארגן זאגן איך וויל, איך האב אבער נישט פאר וועמען דא איז דאך אזוי שטיל,

מאנטאג אוקטובר 09, 2006 2:00 pm

א גוט מועד, א גוט יאר.

מאנטאג אוקטובר 09, 2006 4:11 pm

א גוט מועד.

דינסטאג אוקטובר 10, 2006 12:47 am

א גוטע נאכט און א גוטן מועד קען איך נאר גריסן הני מילי בדאיכא, אבער אויב ס'איז סייווי קיינער נישט דא וועל איך מיך איילן צו גיין שלאפן אין די סוכה.

דינסטאג אוקטובר 10, 2006 2:28 pm

א גוט מועד, נעקסטיים קום אריין דא אין די צופרי שעות.

דינסטאג אוקטובר 10, 2006 7:24 pm

מיט א גוט מועד, האב איך אין די צופרי שעות מיין מנהג דא געוואלט אנהאלטן, אבער די שטילקייט וואס האט דא געהערשט האט מען מיט א מעסער געקענט שפאלטן.

מיטוואך אוקטובר 11, 2006 12:34 pm

סאכדעס, א גוט מועד און דאס איז נאר דיר צו איבער צייגן אז דו זאלסט מיר גלייבן, דא איז אזוי ליידיג אז איך קען מיך איבעראל דרייען אן קיינעם אינטער הייבן.

פרייטאג אוקטובר 13, 2006 11:47 am

איך הער ווער נישט צובראכן, נאכאביסל, וועלמיר דעם נייעם ראוישהאקאהעל אויפנעמן וועט זיך צוריק טוהן אויף טישן און בענק, א גוט יום טוב.

מאנטאג אוקטובר 16, 2006 12:30 am

א גוטע וואך און א געזונטן ווינטער, דער עולם זאל זיך האלטן פריש און מונטער.

מאנטאג אוקטובר 16, 2006 11:06 am

א גוט מארגן און א גוט געזונט יאר.

איך הער; איך האב יעדן טאג געליינט דיין גוט מארגן, אדער וואס זאל איך טאן אז מיין שלחן ערוך לאזט נישט שרייבן חול המועד.

מאנטאג אוקטובר 16, 2006 11:15 am

א גוט מארגן טייערע אידן, אז מיר לעבן ברויכן מיר שוין זיין צופרידן.

די שמועות זענען ליידער זייער שווער, איינס פון צווייטן ביטערער.

זאל מען שוין הערן נאר גוטע נייעס, וואס זאלן אריינבלאזן אין אונז א חיות.
שרייב א תגובה

Advertisement