גריסן און שמועסן
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 2:00 pm
א גוט מארגן און גוטע יארן אסאך, און יעצט קען איך דרוקן, שלח.
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 2:12 pm
מיט דיינע גראמן צו דער זאך, שאפסטו מיר שטענדיג א לאך.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 2:25 pm
מ'קען דאך אונזער ציל נישט פארגעסן, לשמוח ולשמח זענען דאך אונזערע אינטערעסן.
לעצט פאראכטן דורך
איך_הער אום דינסטאג ספטמבר 19, 2006 4:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 2:56 pm
איך מיין אז דאס מאהל, איז דאס נאר געווען א פארמעסט אויפן וואגשאהל, (עי' ערך נישטא וואס צוצולייגן)
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 4:48 pm
איך_הער האט געשריבן:מ'קען דאך נישט אונזער ציל נישט פארגעסן, לשמוח ולשמח זענען דאך אונזערע אינטערעסן.
איך בין שוין אינגאנצן צעמישט, ווייל איך_הער צוויי מאל נישט.
בעני איז קלאר גערעכט, אלעס איז צוליבן געפעכט!
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 4:52 pm
א גוטן
מיטוואך ספטמבר 20, 2006 5:07 pm
מיט א גוט מארגן בין איך דא צוריק, און יעצט קען איך די תגובה געבן א שיק.
מיטוואך ספטמבר 20, 2006 10:47 pm
איך_הער,
די מיינסט אז דיינע גראמען שטימען נאר ווען די שרייבסט א גוט מארגן?
מיטוואך ספטמבר 20, 2006 10:50 pm
געב נאר א מיש צוריק, וועסטו מיך אנקוקן מיט איין אנדערן בליק.
וועסטו זען אז אויך ווען איך גיי פון דא אוועק, שרייב איך מיט א גראם אן קיין שרעק.
מיטוואך ספטמבר 20, 2006 11:00 pm
און יעצט מיט א גוטע נאכט וועל איך פון דא אוועק שפאצירן, און פון מיין מנהג ( אויך ביים גוטע נאכט, למען טריאו ) זיך נישט אוועק רירן.
מיטוואך ספטמבר 20, 2006 11:01 pm
יישר.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 4:59 pm
א גוט מארגן און א גוט געבענטשט יאר אויף אייך, וואונשט איך דא פאר א יעדן גלייך.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:15 pm
ווען איר וואונטשט א גוט יאר, זאגט ארויס קלאר, אז תשס"ז מיינט איר גאר.
אנדערש איז עס בלויז א גוטע זאג, אויפן קומענדיגן איינצעלנעם פארבליבענעם טאג...
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:21 pm
איך הער אז ווען דו טוהסט א גוט געבענטש יאר וואונשטן פאר סיי וועמען - לייגסטו צו, אז אויף תשס"ז טוהסטו דאס קלעימען.
לעצט פאראכטן דורך
איך_הער אום דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:21 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:21 pm
איר דארפט אייך נישט זארגן
איך וועל קרעמער'ן פאלגן
איך וועל נישט וואונטשן מיט קיין חרוזים
און אודאי נישט מיט קיין רמזים
נאר זאגן קלאר און דייטליך
הויך און שטייטליך
לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום
גענג קלאר ארויסגעזאגט?
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:23 pm
גאנץ קלאר, אבער ס'זעט אויס אז דו קעקעצט, און כדאי מ'זאל עס נישט באמערקן רעדסטו שטאוט.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:27 pm
פששששששששי וויאזוי האסטו דאס באמערקט
הערסט גוט, הא?...
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:28 pm
ב"ה, דער אייבישטער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:31 pm
אמן. אבער 'הער' אויס איין זאך, נישט אלעמאל איז גוט צו הערן אזוי גוט. ווייסט פארוואס? ווייל אז מען הערט צו גוט הערט אסאך מאל אפי' אזעלכע זאכן וואס יענער האט נישט געזאגט...
אבער עניוועי, דער אויבערשטער זאל דיר בענטשן מיט א גוט זיס יאר, זאלסט אלעמאל די זכי' האבן צו זיין א משים אזנך לשמוע דברי תורה.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:34 pm
אמן, וכן למתוק.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 5:38 pm
איך הער ישר כח. וואס פאר א מין ברכה איז וכן למתוק? איך האב נאך אזא ברכה נישט געהערט
נאך אזאך, עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק לכבודך. אזוי ווי דיין נאמען איז דאך 'איך הער', איז אפשר שטעלטסטו צונעזאם אלע מאמרי חז"ל בנוגע 'הערן' דברי תורה?
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 6:39 pm
איך_הער האט געשריבן:איך הער אז ווען דו טוהסט א גוט געבענטש יאר וואונשטן פאר סיי וועמען - לייגסטו צו, אז אויף תשס"ז טוהסטו דאס קלעימען.
איך האב אינזין געהאט ביים שרייבן, א מעשה וואס האט פאסירט ביי הגאון רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל מרא דארעא ישראל, אבער היות עס איז אביסל אן אריכות, וועל איך דאס אוועקלייגן אויף אן אנדערע געלעגנהייט.
איך בעט די רעגולער דערמאנער, זאלן זיך פארצייכענען אט די מעשה, און אי"ה ביום מן הימים וועל איך דאס דערציילן.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 6:49 pm
יא.
אין אויך יאנאש וועט זיך נישט איבערשטרענגן
ער וועט פשוט די ברכה פון זרח'ן נאכברענגן
לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 8:27 pm
א גוטע נאכט, מען האט מיך באליידיגט איך גיימער.
דאנערשטאג ספטמבר 21, 2006 8:34 pm
ניין ניין , איך האב נישט געמיינט דיך , אההם איך האב געמיינט אז דו רוימסט דא