פרייטאג פבואר 22, 2008 4:37 pm
סארא חוצפה... און אויב וויל איך נאר שטעלן א "משנכנס בילד" וועמען ארט עס?
נישט נאר דאס, שעמט ער זיך נישט צו זאגען אפן און גראב: "חייב"!
אפשר קענסטו מיר אנצייגען ווי אין תנ"ך, ששה סדרי משנה, ש"ס ופוסקים, ד חלקי שו"ע, דו האסט געטראפען אזא חיוב?
אפילו בר אילן, אוצר החכמה, די בי עס, אוצרות התורה מארגענשטערן, בית מלא ספרים, קיינער, קיינער, האט מיר נישט געקענט אפירקראצען די חיוב!
דעריבער וויל איך בעטן די מייסדי הקרעטשמע זאלן ביטע מודיע זיין ווי זיי האבן ערפינדען די חיוב!
האטס מיר אלע א גוט שבת
- עטעטשמענטס
-

- .JPG (9.08 KiB) געזעהן געווארן 183 מאל
שבת פבואר 23, 2008 11:15 pm
א גוטע וואך אלעקס,
אתה=די אלעקסיי דער קוטשער, חייב=ביסט שולדיג, ש'מער ש'ווייניגער ביסט דיר אליינס שולדיג, אז 'מבארגט איז מען שולדיג, שטימט? אז מ'לייגט א בילד איז מען אויך שולדיג, להקליד=פוי עברית פעך, צו טייפן, אוי העברעאיש א בראך, תוכן=די אינהאלט, לייג אראפ אביסל דעטאלן, זיי מסביר, שמועס אויס, ברענג ארויס, צולייג עס, להודעה שלך=צו דיין מעלדונג.
פארוואס זאג איך עס דיר, ווייל דו ביסט לעצטענס ווייניג דא געווען, בכח תורתי פה סקרענטאן, פסק'ן איך אתה חייב, דו ברויכסט זיין דא מער אפט, ולה**** און טייפן אזוי אז עס זאל גיין א רויעך.
שכוח עניוועי פאר ערפילן דיין חיוב מיט'ן שיעור חזו"א נישט נאר וואס דו האסט ביים ש'נכנס צוגעשטעלט דיין אויפברויז, נאר אן עקסטערן אשכול האט דער חיוב אויך צוגעשטעלט.
זונטאג פבואר 24, 2008 12:58 am
אלעקסיי, נאט בעד, א גוטע איידיע פון וואס צו מאכן אן אשכול.
ביידאוועי, וואונדער איך מיר אויף אסאך תגובות וואס דער סיסטעם לאזט יא דוירך, כאטש ס'שטימט נישט מיט די לאזונג, "להקליד 'תוכן' להודעה שלך".
זונטאג פבואר 24, 2008 12:04 pm
אלעקסיי,
עס איז גענוג צו דריקן צוויי מאל די ספעיס קנעפל.
און דו פרעגסט ווי מען האט עס געזען? כאפ א בליק אין אוצר הספרים, וועסטו זען אז דארט איז אויך אזוי, און מסתם נעמט עס די קרעטשמע פון דארט...