Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

משנכנס אדר מרבין בשמחה

פרייטאג פבואר 22, 2008 4:32 pm

אתה חייב להקליד תוכן להודעה שלך!
עטעטשמענטס
.gif
.gif (93.15 KiB) געזעהן געווארן 1664 מאל

Advertisement

זונטאג פבואר 24, 2008 9:08 am

צריכים להרבות לא כתיב, אלא מציאות! 'מרבין' הכלל הישראלי מרבין בשמחה..

זונטאג פבואר 24, 2008 12:01 pm

ווען מען דרייט זיך איבער ווען אדר קומט אריין דאן איז דא די מרבין בשמחה

זונטאג פבואר 24, 2008 12:07 pm

אלעקסיי, ס'זייער שיין.

זונטאג פבואר 24, 2008 1:45 pm

אלעקסיי דאס איז אייגענס ?

זונטאג פבואר 24, 2008 11:19 pm

קאפ שטיק, דארפסט דאס אריינברענגן אין שפראך פארום....

דינסטאג מרץ 04, 2008 11:12 am

נישט אייגענס. באקומען אויף אימעיל.

דינסטאג מרץ 04, 2008 4:20 pm

אלעקסיי, וואס ווילסטו זאגן? אז דאס וואס קאפשטיק זאגט האסטו געקראגן אין אימעיל??? נו פון וואנעט האט עס יענער מיינסטו????

דינסטאג מרץ 04, 2008 4:24 pm

איך פארשטיי נישט א שטיקל סאכדעס. איך האב פשוט אפגעענטפערט דארפסמאנ'ן. דאס אלעס.

מיטוואך מרץ 05, 2008 1:33 am

מישע,,, מישע,,, מישענעכנעס אדאר. מרבי,,, מרבי... מרבין בשמחה.... אה... הו. הא. מישענכנס אדר.. אה... הו הא.. מרבי בשמחה...
איר קענט דעם ניגון ?
אוי זינגט לעבעדיג !!!
http://***************/watch?v=oE9QYkkxyVQ

דאנערשטאג מרץ 20, 2008 10:40 am

לכבוד פורים!

3 טפשים זענען דא אין די וועלט. א חעלעמער, א חזן, און א אינדיק (טערקי בלע"ז = תרנגול הודו).
שטעלט אייך פאר וואס פאר א טיפש דארף זיין דער אינדיק פון דעם חזן פון חעלעם???

איך בין געווען אמאל, אין חלמ'ער קהל, דארטן געשעפטן מאכן. קום איך אהין, האט זיך געטאן, מורא'דיגע זאכן.
אין אלע זייטן, איז געווען פלאקאטן, דער עולם זאל זיך גרייטן. צו א זיצונג ביינאכט, האלב 8, טוט מען יעדן ערווארטן.
עס איז שוין די צייט, איך בין גרייט, גיי איך דארט אהין. ווי איך געדענק, אויף טישן אויף בענק, האט זיך דארט געטון.
כ'פרעג א פריינד, וואס טוט זיך דא היינט, וואס איז דאס פאר א שפיל. מ'גייט מאכן, גרויסע זאכן, בויען א נייע שוהל.
עס מאכט זיך א פראגע, א גרויסע דאגה, די מזרח וואנט איז קליין. די שיינע אידן, זענען נישט צופרידן, זיי קענען דארט נישט שטיין.
זאגט דער רב אליין, איך האב א פלאן, א עצה פון א דיפלאמאט. איך האב א פאטענט, מ'זאל אלע פיר ווענט, שטעלן אויף די מזרח זייט.
איין בעל הבית, הייבט אויף די נאז, דאס איז דאך נישט גוט פאר מיר. ס'איז נישט קיין יושר, דאס א איד אן עושר, זאל זיצן נעבן די טיהר.
צו זיצן אין ווינקל, ווי ס'איז טינקל, איז נישט פאר מיר נאר פאר עם. א פלאץ א גוטן, וויל יעדער אינמיטן, אז עס זאל זיין באקוועם.
מען מוז מעיין זיין, ענטפערט דער דיין, אין דעם טיפן ענין. א תלמיד חכם, האט אסאך דרכים, אויף שטעלן א בנין.
די ווענט נישט גראד, נאר רונדיג ווי א ראד, וועט יעדער זיצן גוט. אינמיטן פון שטוב, וועט מען מאכן א גרוב, און שטעלן די טיר אינדערמיט.
באלד אויפן ארט, נעמט דער רב דאס ווארט, מ'האט געמאכט א קמייתא. מ'האט געשאפט געלט, און געקויפט א פעלד, פונקט אינמיטן וועלט.
ס'איז געווען אמחיה, ווען די גאנצע חבריא, האבן געארבעט פעסט. ס'האט געשלעפט יעדער איינער, ציגעל און שטיינער, האלץ מיט אלדע רעסט.
איז געקומען דער בעקער, געזאגט מען דארף א וועקער, צו וועקן אינדערפרי. עס דארף זיין, צו וועקן זייגער ניין, מ'דארף א וועקער דערצו.
ס'איז שוין א וועקער דא, אין א מזל'דיגע שעה, מ'וועט א מענטש אויסלייען. האט מען געזעהן ס'איז נאך דא א פראבלעם, וואס וועט זיין מיט די שנייען.
עס גייט א שניי, ביז זייגער דריי, עס איז זייער שיין. עס לייגט זיך אוועק, אזוי ווי א דעק, וואו מען קען דערויף גיין.
עס טוט וויי דאס הארץ דאס שניי זאל ווערן שווארץ, מאכן דערין לעכער. מ'הייבט די פלייצע מ'טראכט א עצה, אפשר צו גיין אויף די דעכער.
קומט ר' נחום, א גרויסער חכם, און ליינט פאר פון א צעטיל. איך וועל אייך זאגן, מ'זאל דער וועקער טראגן, אויף א בעטל.
נעמען מענטשן פיר, און טראגן ביי יעדע טיהר, מיט א לאנגע שטעקן. נעמען א באנק, און קלאפן אזוי לאנג, ביז ער וועט יענעם אויפוועקן.
א פיינע שיטה, א עצה א גוטע, האבן אלע זיך געטאן פרייען. זייער גוט, נישט געבן א טריט, אין די שנייען.
עס טוט וויי, אזא שיינער שניי, זאל ווערן א טעל. יעצט וועט שוין זיין, אלעס גוט און פיין, האבן אלע געזאגט שנעל.
עס איז אלעס גרייט, מיט נחת און פרייד, מ'קען שוין גיין צום טיש. עס איז שא שטיל, עס שטייט שוין די שול, און עס קאכט שוין די פיש.
מ'גייט שוין עסן, דערווייל האט מען פארגעסן, א טיר צו מאכן. זאגט ר' בער, וואס איז דער קלער, ס'איז איינס פון די קלענסטע זאכן.
מ'וועט זיך א עצה געבן, נעמען דעם פורים רב זאל לעבן, עם אריינשיקן. מיט די הענט, וועט מען אויפהייבן די ווענט, ער זאל דארטן אריינקוקן.
זעהן דארט, אויפן ארט, עפעס א פלאן. ווי אזוי מען קען, וואו און ווען, דארט אריין.
מענטשן ווי לייבן, געטאן די שוהל אויפהייבן, דער רב איז מיטן קאפ אריין. אין די מינוט, ס'איז נישט גוט, זיי קענען נישט ווייטער גיין.
די אלע ווענט, זענען אראפגעפאלן פון זייער הענט, אפגעהאקט דעם רב'ס קאפ. דער רב איז געבליבן, אזוי ליגן, ווי א ליידיגער טאפ.
ווי זיי האבן געזעהן, וואס דא איז געשעהן, דער רבי'ס קאפ איז נישט דא. די געוואלדן זענען גרויס, דא אין הויז, דער רב האט דעם קאפ פארלוירן.
משה בער, האט געמאכט א קלער, ער האט זיך געשוואוירן. און ער האט געזאגט, איר וועט באלד הערן, וואס איז מיין שווערן.
ער האט זיך געשוואוירן, אז דער רב איז אזוי געבוירן, דעם קאפ האט ער פארגעסן. ווי קען דען זיין, א רב צו זיין, און אויך דארפן צו עסן.
אלע צוזאמען, האבן אויך אזוי פארשטאנען, אז דער רב איז אזוי געבוירן. ווייל צו ווייזן אזא קונץ, זיין א רב ביי אונז, האט ער זיכער דעם קאפ פארלוירן.

מאנטאג פבואר 07, 2011 12:52 pm

וואס איז אזוי זויער דא??!!!

בילד


לעבעדיג!!!

בילד

מאנטאג פבואר 07, 2011 3:34 pm

דער פונקטליך, דער איז גוט, דוט ווייסט וואס ארויפצישלעפן...
כה לחי קיפ איט אפ

מאנטאג פבואר 14, 2011 2:05 pm

נייע קליפ פון פעסטע רבי שליט"א

מאנטאג פבואר 14, 2011 4:54 pm

if someone can please put it on divshare or yousendit ?

מאנטאג פבואר 14, 2011 4:55 pm

משנה מקום האט געשריבן:if someone can please put it on divshare or yousendit ?


גם אני מצטרף

מאנטאג פבואר 14, 2011 8:16 pm

דא.

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 8:18 pm

עס איז שוין אדר תשע"ד
שרייב א תגובה

Advertisement