אייוועלט אמאל און היינט - איזעס ערגער אדער.. אנדערש?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

אייוועלט אמאל און היינט - איזעס ערגער אדער.. אנדערש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

טוצעך אויף טישן און בענק.. א גאנצע ויכוח איבער דער צענזור פון אייוועלט.. איין רגע, ראָנג אשכול אלערט האט נאך קיינער נישט געשריבן! הע?

כ׳ווייס נישט פינקטליך איבער וואס און וועם די טענה׳ריי איז, איין זאך ווייסעך זעכער. ס׳וועט נאך אמאל קומען א טאג, ווען ווייסעך נישט, אבער לאמיר זאגן אין 10 יאר ארום - משיח זאל אוואדי קומען פריער - וואס מ׳וועט דא שרייבן.. ״הוי... איז אמאל געווען א אייוועלט. אמאליגע צייטן, צוריק אין די ״ע״ יארן. ווען מ׳האט זיך ארום געשלאגן איז עס געווען מיט טעם! נישט סתם געפירקלט אותיות אינעם תגובה קעסטל, נע! מ׳האט זיך אמת׳דיג ״גוט״ גע׳טענה׳ט. צום דבר״..

וואס מיינעך צו זאגן?.. צוויי זאכענעס. איינס, די אלע וואס פארפירן אלץ אז מ׳מיז צוריקברענגען די אמאליגע אייוועלט, איייי.. די אמאליגע אייוועלט, יענץ איז געווען א ״קרעטשמע״... ר׳ איד, וועקט אייך אויף, איר רעדט נישט צום זאך!

כ׳וויל מאכן א משל.

ס׳איז געווען אמאל א בעסמעדרעש וואס האט זיך געעפענט, א קליין שטיבל אין א בעסמענט פון איינע פון די ארטיגע תושבים. די גאנצע בעסמעדרעש איז באשטאנען פון 15 ביז 20 מענטשן. ס׳איז געווען זייער א געשמאקע קליקע פון יונגעלייט, מ׳איז נאענט געווארן איינעם מיטן צווייטן, ס׳איז ממש געווארן ווי א משפחה.

לתועלת פונעם שטובל האבן זיי זיך איינגעפירט תקנות מ׳זאל נישט רעדן ביים דאווענען, און אז ס׳איז נישט ערלויבט קידוש צומאכן ביז נאך מוסף [ובשעת הדחק נאך כתר], יעדער האט איינגעהאלטן די תקנות ווי ס׳ברויך צו זיין.

יעדע וואך האט א צווייטע מתפלל צוגעשטעלט דעם קידוש נאכן דאווענען, מ׳האט זיך איינגעטיילט צווישן זיך יעדע וואך איז א צווייטער געווען געווען אחראי אויפצוריינוגן דעם שוהל נאך שאלעשידעס. אזוי אויך חברת תהילים שבת אינדערפרי האט יעדע וואך א צווייטער אנגעפירט.

בעלי תפילות איז געווען א ליסטע אויפן וואנט, א רשימה ע״פ סדר פון די א״ב, יעדע וואך איז א צווייטער געווען אחריות זיכער צומאכן אז איינער גייט צו צום ברעטל.

ביים קדושה רבה נאך מוסף זענען זיי געזיצן און פארברענגט א מחי׳, קיינער האט זיי נישט געבאדערט, מ׳האט געקענט דארט זיצן ביז 2ע 3ע נאכמיטאג, ווען די ווייבער שוהל איז צוריק פיל געווארן מיט באזארגטע נשים וואס זענען געקומען זיכן אווי זייערע מענער זענען שטעקן געבליבן.

מ׳האט געשמועסט מיט א געשמאק. אמאל פון נייעס, און אמאל סתם שטותים. יעדער האט אויסגעהערט, יעדער האט מיט-פארברענגט. ווען איינער האט געזונגען א ניגון האט יעדער געווען שטיל און אויסגעהערט.. א מחי׳

ביים דאווענען איז עס געווען א געשמאק. ביי לכה דודי האט יעדער מיט-געזינגען, און אויב האט איינער נישט געקענט דעם ניגון, האט דער ש״ץ געטוישט צו א צווייטע ניגון...

די שטובל האט מיט די צייט צובאקומען נאך מתפללים. ווייסטעך, נייע תושבים ריקן זיך כסדר אן אינעם געגענט. מיט די צייט האבן זיי שוין געהאט איבער 100 מתפללים.






מיר וועלן יעצט זיך אוועקציען פונעם שטובל פאר עטליכע יאר, און עס געבן א געלעגענהייט זיך צוציוואקסן און אויסברייטערן. און זיך צוריק קערן און א צייט ארום צו זעהן וואס איז געווארן פון אינזער געשמאקע חבורה.









ויהי היום, 10 יאר שפעטער האט שמשון זיך צוריקגעקערט צו זיין אלטן שטובל וואס ער האט איבערגעלאזט, און ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן.

דער קליינע שטובל פון אינטען אין בעסמענט איז מער נישטא. אויפן ארט ווי דער קליינער חאטקע האט זיך געפונען, טרעפט ער א הויעכע בנין וואס שטייט דערויף מיט קידוש לבנה אויתיות ״ביהמ״ד דקהל אורח׳ע פורח׳ע״... מענטשן קומען און גייען. ס׳איז דא א שטובל ביים אריינגאנג צו די מקוה, און דארט מיז מען איינצאלן מקוה געלט..

אגאנצן דאווענען דרייען זיך ארום צוויי מענטשן שישקענען, ער האט פראבירט צו מאכן א וויץ ווען ס׳איז געווען שטיל אין שוהל האבן אלע קינדער געלאכט פון אים. דער חזן האט געזונגען א ניגון אויף לכה דודי, א ניגון ערגעץ צווישן דעם פאריעריגן וכל מאמינים און דער היי-יעריגע באו ונצא.. נאכן דאווענען, נישטא קיין קידוש!

ווער איז אחראי דעי וואך אפצוריינוגן די שאלעשידעס?.. יעדער לאכט. וואס הייסט ווער, דער גוי!

שוין, גיי זיי מסביר די יונגווארג וואס מיינט א שוהל.

חברה, עטס לעבטס אין עולם הדמיון! עטס ווייסט בכלל וואס מיינט א שוהל!?.. איי, אמאל איז דא געווען א שוהל.. איי, גוטע צייטן געווען. היינט!?.. נע, פארלוירן דעם גאנצן חן. ס׳איז נישט די זעלבע.

און שמשון נעמט זיך דערציילן מיט שמאַלץ וויזוי דער שטובל האט אויסגעקוקט בשנים קדמוניות.. היי.. וואס פארשטייט עטץ דען.

קוקסט אן. די קינדער דרייען איבער אינדרויסן.. נע, אמאל איז נישט געווען צופיל קינדער אינעם שטובל בכלל. אפשר ממש געציילטע.. ווען איז בכלל געווען אזא זאך איינער זאל שמועסן ביים דאווענען!?.. קיינער האט נישט געשמועסט! יעדער האט געוויסט, ביים דאווענען רעדט מען נישט!

ווען דער שטובל איז נאך געווען קליין, מיט ווייניגער מתפללים, זענען די מענטשן אטאמאטיש געווען ״קלוגער״.. והא ראי׳, דעמאלטס האט מען נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן צושטעלן קידושים נאכן דאווענען... ווייל קיינער פלעגט נישט קידוש מאכן ביים ליינען. וועם איז בייגעפאלן צו זיין א אויבער חכם??..

מע, עטס זענטס א באנדע בטלנים. צו וואס פארשטייט עטס דען!?.. גענימען א שוהל און עס אפ גע׳הרג׳ט!..






רבותי. איז דער אלטער שמשון גערעכט אדער נישט?... ער רעדט צום דבר? אדער ער איז ס״ה שטעקן געבליבן ביי 10 יאר צוריק!?..

אמת אז אמאל איז דער שוהל באשטאנען פון א קלענערע און אויף מער א קאנצערטרירטע פארנעם. ווייניגער מתפללים, א קלענערע סביבה. די תפילות, דיבאטעס, דיסקאסיסעס, און אפילו טענהרייען האבן געהאט אן אנדערע באדייט. פארפאלן, ס׳איז אבער א אנדערע צייט.

דער שוהל האט זיך אויסגעברייטערט, פילע מתפללים, א גרויסע טורנאוט פון מענטשן. אטאמאטיש איז צווישן זיי דא מער קלוגע, אדער גרעסערע נעראנים. און אויב איז דא פארשידענע סארט מתפללים, איז טייטש אז נישט יעדע קופקע איז אינטערסאנט פאר דיר מיטצוהאלטן.

און אויב דער ביהמ״ד האט אזוי סאך מתפללים, מיינט דאס אז ס׳איז פארהאן מער קליינע קינדער. און אז ס׳איז דא מער קליינע קינדער איז טייטש, אז מ׳מיז נעמען אן ערל זאל כסדר אויפריינוגען די שמוץ וואס זיי מאכן...

די תקנות!?.. אה, די תקנות זענען די זעלבע ווי 10 יאר צוריק. ״אסור לדבר בשעת התפילה וקריאת התורה״.. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס איז נישט געענדערט געווארן. אבער וויזוי די סטייל פונעם ביהמ״ד זאל זיין סטראקטשורד!?.. דאס ווענד זיך אינעם ציבור.

איי עם סארי ר׳ שמשון, אבער דיין טענה אז דער ביהמ״ד האט פארלוירן זיין אמאליגע חן, איז א נערישע טענה. איז זענט א אלטע קנאקער!




טיק








טיק










טיק











טיק







איינער קען מיר ביטע העלפן שאפן א נמשל פאר מיין משל?
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אמת

למעשה בענקט זיך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מיר געפעלט זייער שטארק דער משל. איך בלייב ביי דעם.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דאס איז דער כח פון הומאר, עס פארנעמט נישט קיין שארפע אנטווארט.

אסאך מאל איז די 'נקודה' און 'געדאנק' קודם אין קאפ, דאס מציאות פרובירט מען שוין שפעטער צו צופאסן. וכן נראה לעניננו. קודאס 'שמשון' פאר דיין געשמאקע שפראך! עס געפעלט מיר זייער, און מיט דעם בלייבט עס...

ס'איז דא זאכן וואס טוישן זיך מיט די פלוס פון די וואסערן, עס גייט צוביסלעך און גיבט נישט דער געפיל פון 'טויש', נאר פון 'פארשריט'. און עס זענען דא 'פאסירונגען' און 'סיבות' וואס גיבן א ריק א זאך מיט א שטארקע 'קאנטראסט', וואס גיבט דער געפיל אז 'עפעס' איז געשעהן.

ביי אונזער פאל, איז עס אדער דער לעצטיגער סטייל 'פאליטיק', אדער א געוויסע טויש פון דאס מענטשהייט, וואס איך לאז דיר אליין אויסטראכטן דער סיבה דערפון.

והחולק יחלוק.
אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכטונג אכטונג »

ביוטעפעל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דעם סיין דארט אויבן "יענטאש'עס קרעטשמע" ברויך מען אראפנעמען .....

והכל על מקומו יבוא בשלום
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אין די אלטע ביהמ"ד איז טאקע געוועהן ווייניג מענטשן אבער די האסט געהאט גוטע בעלי תפילות, מענטשן וואס האבען געקענט מאכן גוטע טשאלענט נאכן דאווענען, היינט האסטו נישט קיין איין גוטע בעל תפילה, קיינער פארשטייט נישט צו קיין טשאלענט, אבער איין מינוט ס'איז דאך דא א געפאקטע ביהמ"ד און קיינער זאל גארנישט קענען...

ווער ווייסט די נמשל?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

עעהההה....... ר' שמשון איך גיי מיך נישט גריגען מיט אייך, איינס ווייל איך האב מורא פון דעם זרוע הנטויה.... און צווייטענס איר זענט זייער גערעכט

באט למעשה, וועסטו מודה זיין אז אפי' און גרויס סמעדרעש, מעג זיין אפאר געשמאקע זאפטיגע חברה ווי טאקע לעמאשאל שמעלקא זאפטיגער... ועוד ועוד וואס זענען שוין נישט דא און זייערס גלייכן איז שוין אויך נישט דא, נו מה יעשה הבן שלא.....???
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שמשון, יישר כח פארן באשטעטיגן אז איר פלעגט זיך דא דרייען אמאל. עס'ז נאר א ווינדער אז איר האט געטוישט נאמען אויפן טלית בייטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”