Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שלום עליכם בן הרחמן!

מיטוואך פבואר 20, 2008 11:24 pm

רבותי, דאס לעצטע מאל דער לעגענדארער ניק 'בן הרחמן' האט דא געשריבען א תגובה איז געווען 'סעפטעמבער 2007', היינט פעברואר 20 2008 האט זיך דער בן פון די הרחמן משפחה (פאר ווער ס'געדענקט נישט די ספרד'ישע הרחמן פאמיליע אין שפיץ פון אב הרחמן און דער קליינער נין הרחמן, שוין העלמיר נישט היצט מאריך אף זיין איבער זיי) אנגערוקט אינעם 'חזק' פארום ביי די קאמפיוטער אפטיילונג און אפגעשריבען אפאר תגובות אין די טעכנישע ענינים דארט.

צום אלעם ערשט, שלום עליכם (געדענקסט מיך נאך פון די אינטערוויו ביי 'פעיס די קרעטשמע ע"ה'?) איך מיין אז 5 חדשים איז לכל הדיעות א זמן ווען מ'ברויך שוין זאגן שלום עליכם, וואס מאכט א איד?

ווייסט וואס דא האט זיך אפגעטאן די 5 חדשים, פרעג נישט.

בקיצור, ווען דו קומסט פולי אהער ברויך איך מיט דיר האבן א מיטינג, א גוטע נאכט.

Advertisement

מיטוואך פבואר 20, 2008 11:31 pm

איך מעג מיטהאלטן דע מיטינג?

מיטוואך פבואר 20, 2008 11:33 pm

אויב דער אריגינעלער בעני וועט מסכים זיין, ער פלעגט זיין א שעמעוודיגער, היינט ווייסיך נישט.

מיטוואך פבואר 20, 2008 11:38 pm

אקעי, לאמעך וויסן.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 1:31 am

ס'קוקט נישט אויס ווי ער אליין וועט יא מיטהאלטן...

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 11:19 am

איך האב אים געזען דא היינט צופרי, פילייכט אן אנהייב צו א פרישע עפאכע.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 11:54 am

קודם עליכם שלום צו די ווארימע באגריסונגען פון מיינע אלטע ידידים,

דו פרעגסט צו איך ווייס וואס האט זיך אפגעטוהן, אביסל האב איך מיטגעהאלטן דורך מיין קארעספאדאנט וואס פלעגט מיך פון צייט צו צייט אפדעיטן מיט די גרעסערע געשעענישן פונעם קרעטשמע, אבער איך האב לעצטענס נישט קיין געהעריגע עקסעס צום אונטערוועלט ממילא איז מיר כמעט נישט געווען שייך צו זיין דא , יעצט וועט אפשר זיין עפעס א שטיקל עפענונג איך ווייס נישט ווי לאנג עס וועט אנהאלטן וועל איך פרובירן מיך אביסל אריינצוכאפן דא און דארט.

דאנערשטאג פבואר 21, 2008 12:16 pm

איז דיין בילד שטימט מיר עפעס נישט, עס דארף ווען זיין פונקט קאפויער...
שרייב א תגובה

Advertisement