בלאט 1 פון 1

דעם שטאפענעם היט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 7:10 pm
דורך מגיני ארץ
איך בין נישט צופיל באקאנט מיט די לבוש וואס אידן זענען געגאנגען אין אייראפע, אבער אזויפיל איז דאך ידוע, אז די פלאכע סאמעטענעם היט איז מען געאנגען אין אונגארן, און די הויכע סאמעטענעם היט איז מען געגאנגען אין גאליציא/פוילן. וואו אין ווער זענען געגאנגען מיט די היט וואס אונז רופן "שטאפענע היט"? אדער איז דאס א נייע מין היט וואס איז נתחדש געווארן דא אין אמעריקא?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 8:31 pm
דורך וויי-פיי
איך מיין אז ס'איז געווען ביליגער אין בראשית יארן

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:38 pm
דורך הענדימען
אין אונגארן זענען אסאך אידן געגאנגען אין די וואכן מיט א שטאפענע הוט און שבת מיט א פלאטשיגע ביבער הוט

דאכצעכמער ר' אפרים וויינבערגער פלעגט גיין אזוי (ליגט מיר אין זכרון נאך אבער אן נעמען)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:39 pm
דורך הענדימען
וויי-פיי האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז געווען ביליגער אין בראשית יארן

שטאפענע איז נאכאלץ ביליגער ווי א ביבער הוט

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:25 am
דורך צל עובר
שטאפענע איז טייערער.

רוב אידן אין אונגארן זענען געגאנגען מיט שטאפענע היטן, די חסידישע אידן דארט זענען געגאנגען מיט פלאכע ביבער היטן.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 5:38 am
דורך צו געזונט
צל עובר האט געשריבן:שטאפענע איז טייערער.

רוב אידן אין אונגארן זענען געגאנגען מיט שטאפענע היטן, די שיינע אידן (שוחטים א.ד.ג.) דארט זענען געגאנגען מיט פלאכע ביבער היטן.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 2:30 am
דורך Think and Thank
ס'נישט קיין סתירה, שיינע אידן זענען געגאנגען פלאכע ביבער הוטן, וכן חסיד'ישע אידן וועלכע האבן נישט געוואלט אנטון שטאפענע הוט מחמת חשש שעטנז.

אגב, אין גאליציע זענען די רבנים און רבי'ס אויך געגאנגען פלאכע ביבער הוטן. (מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט געטוישט נאכ'ן קריג צו א הויכע)

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:33 pm
דורך וויי-פיי
איך האב אלץ געטראכט אז מען פלעגט גיין קאשקעטליך

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 10:57 pm
דורך Think and Thank
קאסקעטלעך איז מען געגאנגען אין רוסלאנד, וויבאלד די רעגירונג האט גוזר געווען אויפ'ן לבוש און געגעבן צוויי ברירות: אדער גייט מען ווי די היינטיגע (דעמאלס'דיגע) רוסישע באפעלקערונג, אדער ווי די אמאליגע רוסישע באפעלקערונג (א קאסקעטלעך מיט לאנגע זאקן), האט רוב עולם אויסגעקליבן די צווייטע אפשען ווייל אזוי איז מען נאכאלץ אנגעטון אנדערש ווי דער (דעמאלסדיגע) גוי.

זוי האב איך אמאל געליינט, און עס שטימט היות מען זעט קאסקעטלעך בעיקר אין רוסלאנד, פוילן וכו', די מזרח אייראפעאישע מדינות וואס האבן געהערט צו רוסלאנד.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:05 pm
דורך א נייער
Think and Thank האט געשריבן:קאסקעטלעך איז מען געגאנגען אין רוסלאנד, וויבאלד די רעגירונג האט גוזר געווען אויפ'ן לבוש און געגעבן צוויי ברירות: אדער גייט מען ווי די היינטיגע (דעמאלס'דיגע) רוסישע באפעלקערונג, אדער ווי די אמאליגע רוסישע באפעלקערונג (א קאסקעטלעך מיט לאנגע זאקן), האט רוב עולם אויסגעקליבן די צווייטע אפשען ווייל אזוי איז מען נאכאלץ אנגעטון אנדערש ווי דער (דעמאלסדיגע) גוי.

זוי האב איך אמאל געליינט, און עס שטימט היות מען זעט קאסקעטלעך בעיקר אין רוסלאנד, פוילן וכו', די מזרח אייראפעאישע מדינות וואס האבן געהערט צו רוסלאנד.

והיינו טעמא ד'גערער זאקן.

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 10:46 am
דורך בענקעל
שיינע "מאָנריווער" שטאפענע היטן פאר 10 דאלער אדער ביליגער.

20190521_104320.jpg
20190521_104320.jpg (22.17 KiB) געזען 2141 מאל
20190521_104342.jpg
20190521_104342.jpg (18.78 KiB) געזען 2141 מאל
20190521_103442.jpg
20190521_103442.jpg (84.71 KiB) געזען 2141 מאל

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 5:57 pm
דורך אדער יא
גיימיר אין ביזנעס?
מען דארף נאר האבן די האלץ וואס מען געט א זעץ צו פרעסן די ברים...

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 10:32 pm
דורך יוראפ
וועלכער פרעזידענט?

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 10:35 am
דורך נישט פשוט
אינטער די היט קענסטו חלום'ן ביסט פרעזידענט..
(וועלעכע די ווילסט, די רעדט פון זימבאוויע)

געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2020 1:23 am
דורך שיעלע בהמה
א מין טפשות פון א פראגע, גאנץ אונגארן איז געגאנגען מיט שטאפענע היטן, חוץ די רבישע, רבנישע, שוחטים וכו' אדער די חסידישע אידן שבת זענען זיי געגאנגען מיט ביבער היטן........ נישט מיט קיין שטריימל!
קוק די אלטע בילדער פון אונגארן!
ברענגט מען היינט בילדער פון גאליציע און פוילן און מבויט אויף דעם בנינים אויף עניני לבוש......
סאיז ממש צום שטוינען ווי מווייסט נישט היינט די בעיסיקס.