איך וויל ווערן א פראו טראמפ'ער...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

איך וויל ווערן א פראו טראמפ'ער...

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:50 pm

איך זוך וויכטיג הילף, איך ווייס נישט צו דא איז די ארט, אפשר איז די ארט אינעם 'איש את רעהו יעזורו' פארום, אבער אזוי ווי איך שרייב עס שוין דא זאל זיין.
ווי מען קען זען אין די פאליטישע אשכולות בין איך נישט פארנומען כל עצמותי תומרנה אין פאליטיק, אבער עס אינטערעסירט מיר די נייעס, פונקט ווי יעדן ערליכער איד, און ר' זלמן ווידער מיט ר' יוסף געשטעטנער זענען מיר איבער גענוג, איך האב קיינמאל נישט געהאלטן מער מיט איין צד ווי מיט די צווייטע, איך בין אלץ געווען א פשוטע איד, וואס האט מיטגעהאלטן די נייעס.
(דער אמת איז אז רעגאסטרירט בין איך אלץ קאנסארוואטיווער, פשוט ווייל אזוי האט די קר"י ווילידזש דאן געוואלט איך זאל זיין...)
אבער לענין... ערגעץ אין די תקופה פון די לעצטע וואלן האט מיר אנגעכאפט א מורא'דיגע ווארימקייט צו די דעמאקראטן, ממש אן קיין פשט, און א שנאה עמוקה צו טראמפ, ביי די וואלן האט זיין געווינס מיר ממש געשטאכן עד דכדוכה של נפש, און נאך מער האט מיר געבאדערט די פראו - טראמפ אוויר אין די היימישע רייען ווי מען האט אן א בושה געפייערט זיג.
איך האב שוין גערעד צו מענטשען שעות וועלכע האבן מיר מסביר געווען ווי גוט די רעפאבליקאנער זענען פאר אידן און ווי שלעכט די דעמאקראטן זענען, אויך האט מען מיר שוין כמ"פ מסביר געווען ווי כיטרע טראמפ איז און יעדע משוגעת און טופשות פון אים איז גאר א כיטרע שפיצל פאר די מידיע און די דעמקראטן, אלעס האב איך שוין געהערט, אבער מיין מוח זאגט מיר נאך אלץ, ר' איד דער טראמפ איז משוגע, און אינטער מיין געוויסן האף איך שטארק אז די דעמאקראטן ווועלן ביי די מודטורם אנציען ווי מער און דערלאנגען א מאראלישע קלאפ פאר דעם בעל גאה.
דער ענין שטערט מיר זייער ווייל למעשה איז 95 פארצענט פון אונזער היימישער עולם שטארקע פארברענטע טראמפיסטן, און לגבי דעם ענין שפיר איך זיך נישט באקוועם, און איך וויל זיין מיט יעדן זיך פרייען מיט טראמפ'ס געווינסן און קלאגן מיט זיינע פארלוסטן, איז מיין בקשה אפשר קען איינער אויף אייוועלט באווייזן דאס וואס מיינע ידידים האבן נישט געקענט און מיר מאכן א טראמפיסט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:55 pm

מוזט נישט ווערן א פרא טראמפער.... ווער ריזענעבל, ווען טראמפ שיקט ארויס א פאריקטע פייגעלע רייס אים אראפ און לאך אים אויס, און ווען ער ארבעט אויס א בעסערע דיל ווי נאפטע מיט קאנאדא און מעקסיקא גיב אים קרעדיט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:00 pm

גאנץ פשוט, הער אויף טראכטען אז די גלייכסט אים יא, גלייכסט אים נישט; ווילסט א נקמה אין די וואנצען אין טראמפ גופא דער בעל גאה. איך טראכט נאר וואס איז גוט פאר אונז אידען און פאר אמעריקע? (היינו הך, אויב איז עס גוט פאר אונז איז עס גוט פאר אמעריקע). ווילען מיר א לינקע אדער א רעכטע? גיי ליין וואס הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל זאגט אז מען זאל אריין וועלען די רעכטע אויב מיר ווילען נישט וואוינען אין סדום.

ואידך פירושא זיל גמור.

(עס איז דא עקסעפשענן'ס, למשל ווען די לינקע גייען סיי ווי געווינען ווי אין ניו יארק ואכהמ"ל)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:25 pm

SPUSMN האט געשריבן:גאנץ פשוט, הער אויף טראכטען אז די גלייכסט אים יא, גלייכסט אים נישט; ווילסט א נקמה אין די וואנצען אין טראמפ גופא דער בעל גאה. איך טראכט נאר וואס איז גוט פאר אונז אידען און פאר אמעריקע? (היינו הך, אויב איז עס גוט פאר אונז איז עס גוט פאר אמעריקע). ווילען מיר א לינקע אדער א רעכטע? גיי ליין וואס הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל זאגט אז מען זאל אריין וועלען די רעכטע אויב מיר ווילען נישט וואוינען אין סדום.

ואידך פירושא זיל גמור.

(עס איז דא עקסעפשענן'ס, למשל ווען די לינקע גייען סיי ווי געווינען ווי אין ניו יארק ואכהמ"ל)

דא פאר סטארטערס.

שטימט פאר קאנסערוואטיוון!

אמעריקא, קארופטירט ווי מצרים

וויאזוי די ליבעראלען האבען חרוב געמאכט די וועלט

ראנאלד רעיגען פאר פרעזידענט!

כל המרחם על אכזרים סופו שיתאכזר על רחמנים

ואהב את יעקב ואת עשיו שנאתי

ה' איש מלחמה

דער אמעריקאנער פאן, פון א אידישע שטאנדפונקט

די ניו יארק טיימס איז די ארגסטע

וזה העיקר (מענינא דיומא)
פעיק ניוס, ניקסאן (און טראמפ) -- אין כל חדש תחת השמש
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:38 pm

געהערט אמאל פון געשטעטנר א גוטע הגדרה אויף טראמפ איינע פון זיינע קונצן איז זיכער צו מאכן אז די שאצט אים אונטער. טראכט אריין דערין חוץ אויב די האלטסט אז טראמפ איז א תינוק בן יומו דאן פארלאנג איך נישט צו אפלאזן דיין רעליגיע

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:49 pm

rutledge האט געשריבן:געהערט אמאל פון געשטעטנר א גוטע הגדרה אויף טראמפ איינע פון זיינע קונצן איז זיכער צו מאכן אז די שאצט אים אונטער. טראכט אריין דערין חוץ אויב די האלטסט אז טראמפ איז א תינוק בן יומו דאן פארלאנג איך נישט צו אפלאזן דיין רעליגיע


איך און דו ווייסן פיין, אז די און ענליכע סטיעטמענטס זענען סתם געשאסענע פראזן אין די לופט, נישטא וואס אריינצוטראכטן, אדער יא און קען זיין אז נישט. והבוחר יבחר.

עכט היימיש האט געשריבן:דער ענין שטערט מיר זייער ווייל למעשה איז 95 פארצענט פון אונזער היימישער עולם שטארקע פארברענטע טראמפיסטן, און לגבי דעם ענין שפיר איך זיך נישט באקוועם, און איך וויל זיין מיט יעדן זיך פרייען מיט טראמפ'ס געווינסן און קלאגן מיט זיינע פארלוסטן,


אויב ווילסטו ווערן א טראמפיסט, דארפסטו דאס ערשטע זיך אויסלערנען נישט נתפעל צו ווערן אז 95% האלט אנדערש ווי דיר, טו וואס עס איז גוט פאר דיר און פערטיג.
הוי מחשב...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:55 pm

גוט פאר דיר? ווי איז דא אזא מהלך?

אויב איז עס בגדר חייך קודמין, זאג איך שוין גארנישט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:57 pm

אה.. ער פרעגט דאך די טראמפיסטן.. ניין? וואס ווייס איך..
הוי מחשב...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 7:01 pm

האסט גוט געזאגט; אויב מען קוקט עס אן ווי א פערזענליכע אישו קען מען נישט זיין א טראמפ סופארטער, משא"כ אז מען קוקט עס אן מיט א כלל ישראל'דיגע פערספעקטיוו ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט געמאנט, דענמאלט וואס גייט מיר אן צו איך גלייך אים יא צו נישט. איך דארף אים נישט גלייכען אים צו שטיצען. און דאס איז דער טעות (א יסודות'דיגע טעות) וואס די אנטי טראמפערס מאכען; זיי מיינען אז מיר זענען חסידים פון טראמפ! השם ירחם פון אזוי טראכטען. עס איז ליגענט און פאלש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 7:09 pm

דאס ביזטו אוודאי גערעכט, אבער דער פותח האשכול האט דאך טאקע יא/נישט געוואלט עס נעמען אויף א פערזענליכע לעוועל.

א פאנאטישע פארגלויבטקייט איז נישט שווער צו טרעפן אויפן היימישע גאס, אבער קלוגע יודן האלטן טאקע די אויגן אפן צו אלץ.
הוי מחשב...

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 8:16 pm

פארוואס בלייבסטו נישט קיין אנטי טראמפער, עס פעהלט נישט גארנישט דארט א חוץ א מהלך וויאזוי צו פירען א לאנד.

איך בין קיינמאל נישט געוועהן פרא טראמפ, די מינוט וואס טראמפ האט באשלאסען צו לויפען האב איך געשריבען די ווערטער דא אויף אייוועלט - קענסט עס נאך קוקען:

איך האב שוין א סך געלייענט און געזעהן איבער טראמפ, ער איז א געלונגענע מענטש און ביזנעס, ער האט א שטארקע כאראקטער און הצלחה שטייט ביי אים העכער אלעם, ער איז גוט משוגע אבער זיין פירערשאפט סטייל קען שטארק צוניץ קומען פאר די לאנד, איך קען אים נישט זעהן געווינען איך קען אים אבער אויך נישט זעהן פארלירען.

נאכדעם וואס די רעפובליקאנע קאנדידאטען, די מידיע און די דעמאקראטען האבען אים פערזענליך אראפגעריסען טאג טעגליך אויף שטותים האט ער צוריק געשאסען זייער אגרעסיוו - וואס איז נישט שיין - אבער עכט נישט קיין פראבלעם ווען די עכטע פראבלעם איז די וואשינגטאן גרידלאק.

די עקאנאמיע זאל בומען און דאס לאנד זאל זיין סעיף איז וואס אמעריקע דארף ערשט, א באטעמטע און א באחנטע בעל דרשן מיט שיינע מידות איז גוט פאר וויצע פרעזידענט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:02 pm

צום קעפל:

כ׳האב נאכנישט געליינט ביז אהער, פארן ליינען מיז איך קודם ריספאנדן..

נקוט האי כללי בידך. יעדע טראמפיסט דא אויף אייוועלט, און אפילו אסאך, אדער גאר רוב לוילאני׳ס האלטן גענוי דאס וואס די האלטס! און דאס איז אז; טראמפ איז א משוגענער, טראמפ איז א בעל גאוה, טראמפ האט א פריי פיסק, טראמפ איז א עקל_האפטיג שמיציגער גוי... אא״וו.

פארוואס מ׳האט אויסגעוועלט אזא צודרייטער פון די ערשטע מינוט איז שוין טויזענט מאל אויסגעשמועסט געווארן דא, און דאס איז א קאמבענאציע פון אסאך הסברים. טראמפיזעם לעת עתה האט אבער נישט קיין שייכות מיט די סיבה פארוואס ער האט געווינען די פריימערי, און נאכדעם די פרעזידענסי.

קיינער, קיינער, קיינער דא אויף אייוועלט איז נישט קיין ״מיסטער טראמפ״ שוואנץ! מיר זענען א עם הנבחר, יעדע גוי איז ביינונז גרויליג, ווער רעדט פון טראמפ וואס זיין גרויליגקייט איז אפען פאר די פאבליק מער ווי די אנדערע פאלאטישענס.

די קונץ פון זיינע שטיצער איז נאר, קענען אפטיילן זיינע מעלות פון זיינע מידות... כ׳האב ספעשעל נישט געשריבן חסרונות, ווייל זיינע מידות איז קיין שום חסרון ווען ס׳קומט צו זיין ארבעט. הגם ס׳פאסט נישט, און אמעריקא האט נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ציפידעלטער פרעזידענט, פארט איז ער יעצט פרעזידענט, און עז לאנג טראמפ טוט זיין ארבעט גוט האט ער שטיצער פון זיין פארטיי!!!

זיינע כאראקטער איז די סיבה פארוואס ווען ער האט געווינען האט ער נישט געהאט די שטיצע פון קיין מנין ריפאבליקאנער פאלאטישענס און וואשינגטאן, און יעצט איז נישט דא קיין מנין ריפאליקאנער וואס שטיצן אים נישט!

זיין ארבעט ווערט עפראוועד דורך די ריפאבליקאנער ווייל זיינע פאליסיס איז אין-ליין מיט זייער אגענדעס, און ער ווערט דיסעפראווד דורך די דעמעקראטן ווייל דאס איז נישט אין-ליין מיט זייער׳ס. #פאליטיק בתפארתו

און ווער ס׳האט אים פיינט, מיז די סיבה זיין איינע פון די צוויי

1) ווייל ער קען נישט אראפשלינגען דעם דיקן פיל און פעיסן די פעקט אז אזא באשעפעניש האט באוויזן דורכצושפרייזן דעם וועג און און באוויזן אנצוקומען אונעם העכסטן אפיס און לאנד.
2) ער איז אויך א בעל גאוה, איך האב שלעכטע מידות, און איך קען נישט סובל זיין אז א צווייטע בעל גאוה האט דאס באוויזן!

אז עימיצער איז א מיסטער טראמפ שוואנץ!?.. חלילה צו חושד זיין א איד אויף אזאנס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צום קעפל:

כ׳האב נאכנישט געליינט ביז אהער, פארן ליינען מיז איך קודם ריספאנדן..

נקוט האי כללי בידך. יעדע טראמפיסט דא אויף אייוועלט, און אפילו אסאך, אדער גאר רוב לוילאני׳ס האלטן גענוי דאס וואס די האלטס! און דאס איז אז; טראמפ איז א משוגענער, טראמפ איז א בעל גאוה, טראמפ האט א פריי פיסק, טראמפ איז א עקל_האפטיג שמיציגער גוי... אא״וו.

נישט אמת, אסאך מאל ווען עס קומט צו א היציגע טראמפ דעבאטע קען מען זעהן דעם עולם ארויסגיין ערנסט פון די כלים, ממש אזוי ווי איך פארן 'כינוס כללי...'
מען זעט ליידער יא צווישן היימישן עולם ערנסטע טראמפ חסידות.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:06 pm

א פעסטע טשאדעלע דאס, פיין געזאגט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:10 pm

הרב עכט, איך וויל נאר וויסן אויב מען קען רעכענען אויף דיין וואוט אויב מ'וועט עס דיר מסביר זיין,
אויב יא העמער אריינלייגן גרויסע כוחות!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:11 pm

מטעמים האט געשריבן:א פעסטע טשאדעלע דאס, פיין געזאגט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:14 pm

עכט היימיש האט געשריבן:נישט אמת, אסאך מאל ווען עס קומט צו א היציגע טראמפ דעבאטע קען מען זעהן דעם עולם ארויסגיין ערנסט פון די כלים, ממש אזוי ווי איך פארן 'כינוס כללי...'
מען זעט ליידער יא צווישן היימישן עולם ערנסטע טראמפ חסידות.
די רעדסט פון זיין בייעס פארן פארטיי פירער, אויך רעדסטו פון דאס אז טראפ׳סטערס ווילן נישט אנערקענען אז ער איז א משוגענער.

פארדעם זאג איך דיר אז קיינער לייקענט עס נישט, מיטדעמאלעם מיינט עס נישט אז מאיז זיינס א חסיד

ר׳ איד. איך בין א ריפאבליקאנער, איך האב נישט אויסגעהאלטן אז טראמפ איז דער וואס איז געווארן די נאמאני ביי די ריפאבליקענס, מיטדעמאלעם איך האב געוואלט ער זאל געווינען קעגן דעם קאראפטירטער קלינטאן, און יעצט טוט טראמפ א גוטע ארבעט און איך בין זיינס א סאפארטער, און איך וויל ער זאל געווינען נאכאמאל, און איך האלט נאכאלטס אז דעי מענטש איז א משוגענער!

שטאַנטאָ?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:16 pm

אייגענטליך, ישר כח פארן עפענען דעם אשכול! ס׳איז וויכטיג, משום והייתם נקיים.. ויש גורסים ׳ניקים׳
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:17 pm

עכט היימיש האט געשריבן:נישט אמת, אסאך מאל ווען עס קומט צו א היציגע טראמפ דעבאטע קען מען זעהן דעם עולם ארויסגיין ערנסט פון די כלים, ממש אזוי ווי איך פארן 'כינוס כללי...'
מען זעט ליידער יא צווישן היימישן עולם ט ערנסטע טראמפ חסידות.

איך לדוגמא, ווער שרעקליך אויפגעברויזט ווען איך זעה איינעם באגיין אן אומרעכט. איך האב שוין כמה פעמים אריינגעקלאפט אין קארס זאגן אז זיי זאלן זיך אוועקרוקן פון די קראסוואק, און כמה פעמים זיך אנגערופן צו פרויען (און מענער) וואס שמועסן אינמיטן גאס און שטערן דאס דורכגיין. איך האב שוין אפי' אריינגעגעבן אין פאבליק אויפ'ן אמן באס פאר אן עלטערע פרוי וואס האט געזאגט הויך אז זי האלט זיך נישט ביים רוקן פאר די ישיבה בחורים כאטש עס איז געווען האלב ליידיג ביי די פרויען.
ובכן, ווען איך זעה אז מען באגייט אן אומרעכט קעגן א פאליטישע, צו עס זאל זיין די רוסלאנד 'אויספארשונג' קעגן טראמפ אדער די קעווענאו הירינגס, אדער סתם אזוי ווען מען זאגט ליגנט אויף טראמפ כדי אים אראפצומאלן אלס פאררוקטער, שטערט עס מיר גאר שטארק און עס רעגט מיר אמת'דיג אויף. און דאס איז די סיבה פארוואס איך ווער צומאל אזוי שארף ווען עס רעדט זיך פון אזעלכע זאכן. איך וואלט געווארן אויפגערעגט פון עולות קעגן אבאמא אויך, אבער דערווייח איז נישטא קיין איין עולה קעגן אים, בעת וואס ער און זיין אדמיניסטראציעס זענען באגאנגען מערערע קרימינאלע און דיקטאטארישע שריט.

אבער האלטן פון דעם שמוציגן טראמפ פערזענליך?! חלילה וחס!! איך האב אים שוין כמה פעמים אראפגעריסן דא אויף אייוועלט ווען איך האב געהאלטן אז ער איז נישט גערעכט, וכן קענסטו טרעפן פון יעדן איינציגן פרא טראמפ שרייבער תגובות וואו ער רייסט אראפ טראמפ. אבער פארקערט, קענסטו ליידער כמעט נישט טרעפן. דאס ווייזט אז ענדערש ווי אהבה מקלקלת את השורה, איז די רעדע דא פון שנאה מקלקלת ביי די אנדערע זייט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:21 pm

וואָף.. דערוילעם קומט אריין קלאר!!! שפוזמן, מטעמים, טינק און נאך.... יעדער ברענגט ארויס דעם זעלבן נקודה. קיפ איט אפ!
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:27 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:הרב עכט, איך וויל נאר וויסן אויב מען קען רעכענען אויף דיין וואוט אויב מ'וועט עס דיר מסביר זיין,
אויב יא העמער אריינלייגן גרויסע כוחות!

אין מיין פתיחה צום אשכול האב איך דאס געשריבן
דער אמת איז אז רעגאסטרירט בין איך אלץ קאנסארוואטיווער, פשוט ווייל אזוי האט די קר"י ווילידזש דאן געוואלט איך זאל זיין...
איז קענסטו פון דעם זעהן אז טראץ וואס עס איז שוין פארביי געלאפן אזויפיל יארן זינט איך האב געלערנט אין קרית יואל, בין איך נאך אלס דארט רעגאסטרירט, קענסטו דיר שוין פארשטעלן צו איך וועל גיין וועלן.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:37 pm

Think and Thank האט געשריבן:איך וואלט געווארן אויפגערעגט פון עולות קעגן אבאמא אויך, אבער דערווייל איז נישטא קיין איין עולה קעגן אים.

:roll:
און ווי אויך האט נאך קיין ריפאבליקען נישט באגאנגן קיין עוולה זייט די וועלט שטייט.

והכל שריר וקיים נאום .....

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:50 pm

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך וואלט געווארן אויפגערעגט פון עולות קעגן אבאמא אויך, אבער דערווייל איז נישטא קיין איין עולה קעגן אים.

:roll:
און ווי אויך האט נאך קיין ריפאבליקען נישט באגאנגן קיין עוולה זייט די וועלט שטייט.

והכל שריר וקיים נאום .....

ערעב איד, וואס לייגסטו אריין ווערטער אין מיין מויל?! איך האב שוין כמה פעמים אראפגעריסן רעפובליקאנער, און אפי' טראמפ אויף וועם דו זאגסט אז איך האב א בלינדע אהבה (רח"ל מהאי דעתא), און כמה פעמים געגעבן קרעדיט פאר דעמאקראטן ווען זיי האבן געטון וואס איז ריכטיג (פרעג נאר מיין ווייב ווי שטארק איך האלט פון גאווערנאר קואמא). דו האסט שוין אמאל געגעבן קרעדיט פאר איינעם פון די אנדערע זייט?
איך גיי נישט זוכן קיין שמוץ אדער עולות ביי קיינעם, אבער אויב קומט ארויס עולות און מענטשן מאכן זיך טעמיש און באגראבן די קאפ אין זאמד ווייל ער איז דאך טראמפ, אדער ווען איינער פארדרייט איינעמ'ס ווערטער (אזויווי דו האסט דא געטון) כדי ער זאל אויסקוקן פאני, נעמט עס מיר ארויס פון די כלים. אפשר קענסטו אנצייגן ווען און וויאזוי אבאמא איז באקריוודעט געווארן, בא'עול'ט געווארן, געווען אויסגעשטעלט צו א KGB סארט אויספארשונג? וואס דרייסטו א קאפ?!
(שריי נישט בענגאזי ווייל 1) בענגאזי איז נישט געווען קיין קרימינאלע אויספארשונג נאר אן אווערסייט אויספארשונג דורך קאנגרעס, און שנית והיא היעיקר, עס איז געווען קראנטע סיבות אנצוהייבן די אויספארשונג, משא"כ ביי ראשע וואס עס איז היינט קלאר אז עס איז געעפנט געווארן און געפירט געווארן מיט'ן בלויזן ציל צו באגראבן טראמפ. עטליכע פון די וואס זענען געווען אינוואלווד האבן עס שוין מודה געווען, אריינגערעכנט פעידזש, און נעכטן נאך אן הויכראנקיגער FBI אגענט.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

איך וויל ווערן א פראו טראמפ'ער...

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:53 pm

די יסוד הדבר איז אזוי.

בכלליות די זאך מענטשהייט באשטייט פון קנאה, לפעמים איז קנאה א גיטע זאך, קנאת סופרים תרבה חכמה, אבער געווענליך איז עס סתם שלעכטע מדות, סא די זעלבע איז מיט פאליטישענס, מענטשן האבן פיינט פאליטישענס, און מענטשן זענען אלעמאל רעדי צו ארויסווארפן די באמס אין אלבעני אין וואשינגטאן אין סיטי האל און ווי אימער, די סיבה פארוואס פאליטישענס ווערן יא ווידערוויילט איז ווייל זיי האבן נעים רעקאגנישען, מען הערט זייער נאמען געניג מאל, אז ווען מען גייט אין שטום בודקע וועלט מען די נאמען וואס מען קען, טאמער קומט איינער מיט א ווינט און שטארקע נעים רעקאגנישען קען ער צוטרייסלען דעם שטערקסטן פאליטישען, פארשטייט זיך אז פינעף מינוט נאכן געווינען האט מען אים פיינט פונקט ווי זיין פארגייער, אזוי ארבעט עס אין אונזער קוקו לאנד, טראמפ האט באקומען משוגענע נעים רעקאגנישען, און האט געריטען אויף די קנאה ושנאה פון דאס מענטשהייט ביז צום שפיץ.

דאס איז טראמפ אין א נאטשעל.

בנתיים איז דא מענטשן וואס מתוך קנאה האבן זיי אנגעקלעבט אויך אין א פארטיי, צו פיינט האבן די אנדערע פארטיי, וכו', די מענטשן זענען וואלנערעבל אנצוהאלטן בלינדע שטיצע אפילו נאכן געווינען, און אפילו נאכן זיך אויפפירן ווי א וואנזיניגער.

ממילא הרב עכט היימיש אויב האסטו נישט פון די קנאה אין דיין בליט איז פאליטיק נישט פאר דיר, מוזט מגולגל ווערן צו קענען ווערן א טראמפיסט, טו בעד.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:57 pm

הרב @עכט היימיש, ווען דו וועסט זעהן און פעיסן וואספארא פוסטע בעלי גאוה די דעמאקס זענען, וועסטו זעהן אז טראמפ איז א צובראכענע נשמה קעגן זיי....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], פאלקס קיך און 8 געסט