פארוואס האסטו נאכנישט צינומען דיין סוכה?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

פארוואס האסטו נאכנישט צינומען דיין סוכה?

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:18 am

לכבוד מיין טייערע שכן, קרוב, בני בית, ולכל מאן דבעי למידע.

ווייל די יאר איז קוים געווען ביזנעס טעג צווישן די ימים טובים און פארשטייסט אליין אז איך בין צירוקגעשטאנען מיט אפאר הינדערט אימעילס, און איך דארף זיך קודם אליין צאמנעמען. ווי אויך האסטעך אליין געזען אז איך האב אריינגעהאקט די לעצטע טשוואק אין מיין סוכה מיט די נאסע פיאות 10 מינוט נאכן זמן, סאיז נישט געווען ווייל איך בין פארשלעפט, און סאיז מיר נישט געקימען אזעלעכע שטרענגע בליקן.

במילא בין איך ענק מגלה אז די זמן וואס איך וועל אי''ה צינעמען מיין סוכה איז נישט יעצט, ווייל עס רעגנט, און נישט מארגן ווייל איך דארף אנהייבן דעם טאג, מען דארף אנהייבן באצאלן די קרעדיט קארד וואס האט זיך געשלישקעט די לעצטע 2 חדשים, סאו ווען יא? קודם קיק מיר נישט אן פארשלעפט.

האטס אלע א געזונטן ווינטער.
נ.ב. מען האט אמאל געפרעגט א חסיד וויאזוי איז דורכגעגאנגען די יום טוב ביים רבי'ן? האט ער גענטפערט עס איז נישט ''דורכגעגאנגען'' עס איז ''אריינגעגאנגען''
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:49 am

האלאו, צונעם זאפארט דיין סוכה! איך דארף נישט ליידן צוליב דיינע ק"ק ביללס און עס גייט מיר נישט צו דיין רבי אדער יום טוב יז אדורכגעגאנגען אדער אריינגעגאנגען. צונעם עס נאך היינט אסרו חג פאר מנחה-מעריב.
דערנאך עלמער רעדן ווי גוטע שכנים.
מיט פארשטענדעניש.
דיין שכן
בד"וו וועסטו אויך בעסער פילן. א פרעשור אראפ פון קאפ.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:09 am

פאר אזעלכע ווי דיר איז פשטות א שאד צו צונעמען דיין סוכה, ווייל ווי עס שיינט וועסטו נעקסטע יאר זיך נישט ערלויבן צו בויען די סוכה קיין סאך פאר ערב יום טוב ביים שקיעה, אויב אזוי לאז שוין פאר קומעדיגע יאר די סוכה, אזוי אז פאר סוכות תש"פ וועסטו קענען מסדר זיין אלע ביללס און נאך סוכות שוין האבן צייט צו צונעמען... און ע"פ חשבון ביז חנוכה תש"פ וועסטו שוין זיין געהעריג אן סקעדזשול צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער און וועסט רואיגערהייט קענען צינדן ערב שבת חנוכה אנע דאגות פון א שנייאיגע סוכה...
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 7:52 am

צק
ווייל איך האב עס נישט אויפגעשטעלט דאס יאר.

נעם און אכט אז נעקסטער יאר איז דער זעלבע אויסשטעל פון די תשרי טעג נאר די טאג איז קורצער ווי יעצט מיט א שיין ביסל.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 8:55 am

דו פרעגסט גוט!!!
איך ווייס נישט פארוואס, אבער צו אויפשטעלן דע סוכה, האב איך אסאך חשק און כח, וואס ס'פארלירט זיך ווען ס'קומט צום צונעמען דע סוכה.
ס'קען זיך שלעפן, טעג און וואכן.
איך ווייס טאקע נישט פארוואס..................
מי האיש החפץ חיים.... נצור לשונך מרע

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 8:59 am

האניש קיין מורא. כ'גיי עס היינט צינעמען

נעכטן האט פשוט גערעגנט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:00 am

איר זענט פון קאפ געפאלען.......

א מינוט נאכן זמן מיז מיין סוכה זיין צונימען?????

דיין סוכה האט געמעגט שטיין פון אינמיטען זימער? ???????

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:29 am

קודם ווער זאגט איך האב עס נישט צינימען?
צווייטענס וואס איז געשען זיבען טעג געפרייט צו זיצן אין דעם בידקעלע שוין דארף מען געבען א בריקע
משה יענקל האט געשריבן:דיין סוכה האט געמעגט שטיין פון אינמיטען זימער? ???????

די זעלבע ווי שבת מען הייבט אן פרי און מען ציט אויס לאנג, אויכט א הידר
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:10 am

יידישע קהילות האט געשריבן:האלאו, צונעם זאפארט דיין סוכה! איך דארף נישט ליידן צוליב דיינע ק"ק ביללס און עס גייט מיר נישט צו דיין רבי אדער יום טוב יז אדורכגעגאנגען אדער אריינגעגאנגען. צונעם עס נאך היינט אסרו חג פאר מנחה-מעריב.
דערנאך עלמער רעדן ווי גוטע שכנים.
מיט פארשטענדעניש.
דיין שכן
בד"וו וועסטו אויך בעסער פילן. א פרעשור אראפ פון קאפ.

אט פאר דיר האבעך דעך געשריבן די גאנצע זאך, און אזוי פראסקעסטע מיר צוריק אין פנים אריין, אפשר דאך נעמסטו אן מיין אפאלאדשי?
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:12 am

בלויע טינט האט געשריבן:פאר אזעלכע ווי דיר איז פשטות א שאד צו צונעמען דיין סוכה, ווייל ווי עס שיינט וועסטו נעקסטע יאר זיך נישט ערלויבן צו בויען די סוכה קיין סאך פאר ערב יום טוב ביים שקיעה, אויב אזוי לאז שוין פאר קומעדיגע יאר די סוכה, אזוי אז פאר סוכות תש"פ וועסטו קענען מסדר זיין אלע ביללס און נאך סוכות שוין האבן צייט צו צונעמען... און ע"פ חשבון ביז חנוכה תש"פ וועסטו שוין זיין געהעריג אן סקעדזשול צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער און וועסט רואיגערהייט קענען צינדן ערב שבת חנוכה אנע דאגות פון א שנייאיגע סוכה...

איך גלייב אז דיינע קנויטן פאר חנוכה ליגט שוין אריינגעלייגט אין די מנורה, און די ביסט רעדי צי צינדן.
איין מינוט, עס איז נאך דא כ''א כסליו אינדערמיט..
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:24 am

צ"ק
ווייל איך וועל עס צינעמען ווען ס'שמעקט "מיך"! נישט ווען עס פארגליסט זיך פאר "דיך"...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

איש חיל מי ימצא

תגובהדורך יש מזל » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:46 pm

ב"ה צונומען און...... אוועקגעלייגט
אלעס צו פארדאנקען די אשת ת"ח, ווייל ווען ס'ווענדט זיך ווען אין מיר וואלט מען נאך חמישאשער בשבט געקלערט אז מ'קען עס נאך צונעמען פאר פורים קטן אדער גדול
א געזונטען פרייליכן גליקליכן ווינטער

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:46 pm

יש מזל האט געשריבן:ב"ה צונומען און...... אוועקגעלייגט
אלעס צו פארדאנקען די אשת ת"ח, ווייל ווען ס'ווענדט זיך ווען אין מיר וואלט מען נאך חמישאשער בשבט געקלערט אז מ'קען עס נאך צונעמען פאר פורים קטן אדער גדול
א געזונטען פרייליכן גליקליכן ווינטער

זעהסט, ווען דו ווילסט קענסטע.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:14 pm

א גוטע קשיא, נערוועזע שכנים קענען זיך ווענדן צו די ב"ב מיט פארשלאגן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 10:25 pm

וויי-פיי האט געשריבן:קודם ווער זאגט איך האב עס נישט צינימען?
צווייטענס וואס איז געשען זיבען טעג געפרייט צו זיצן אין דעם בידקעלע שוין דארף מען געבען א בריקע
משה יענקל האט געשריבן:דיין סוכה האט געמעגט שטיין פון אינמיטען זימער? ???????

די זעלבע ווי שבת מען הייבט אן פרי און מען ציט אויס לאנג, אויכט א הידר

אדרבה, מלשון המשנה במסכת סוכה (דף ט.) נראה אז עס איז א הידור עס זאל געבויעט ווערן נאנטער צו סוכות.
Innocent until proven Republican


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט