בלאט 1 פון 36
דורכפעלער
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 05, 2006 4:08 pm
דורך סאכדעס
אוי האב איך געהאט היינט א דורכפאל,
http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=7
קוקט דא וועט איר זעהן אז איך האב געשריבן מיט'ן דאיענס ניק אנשטאט מיט מיינע, ביים זיך באדאנקן פאר ארענדאר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 05, 2006 4:35 pm
דורך יאנאש
פון וועלכן תגובה רעדסטו?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 09, 2006 1:06 am
דורך קרעמער
איך האב די פאריגע וואך דינסטאג געהאט א שטיקל דורכפאל, ווען איך בין כדרכי געגאנגען א ווייטע מהלך צו נעמען די פאסט פון איינער וועלכער איז געפארן אין קאנטרי, אנקומענדיג אהין האב איך זיך געכאפט אז עס איז יולי 4 און די פאסט איז נישט געגאנגען היינט...
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 09, 2006 1:05 pm
דורך סאכדעס
קרעמער האט געשריבן:ווען איך בין כדרכי געגאנגען א ווייטע מהלך..
קרעמער ווען קויפסטו שוין דיין קאר?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 09, 2006 1:34 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'האב אפגעשריבען א לאנגע תגובה ס'האט מיר גענומען צאוואנציג מינוט און איך דריק שלח זאגט ער מיר אז איך בין נישט אריין געסיינט, סיין איך מיך אריין זעה איך אז אאאפפפססס! כ'דארף אלעס איבער שרייבען ער האט גארנישט געסעיווט .. ס'טוט וויי
(כ'ווייס יעדער גייט יעצט זאגען אז איך זאל עס שרייבען אין ווארד, אקעי פאר נעקסטיים)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:54 pm
דורך יאנאש
יאנאש האט געהאט א דורכפאל (נישט די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע).
היות עס איז פארגעקומען א שטיקל צוזאמלויף דא אינעם קרעטשמע, האט יאנאש געמאכט א פרינט סקרין דאס צו קענען שפעטער סעוון און ארויפלייגן דא אינעם קרעטשמע (וואס ביי די וועי האט נאך יאנאש נישט וויאזוי), כדי צו פאראייביגן דעם מאמענט, וואס עס האט אבער פאסירט, יאנאש האט וויכטיג געדארפט קאפיען א לינק, אין דאס איז דאס.
סאו לאמיר האפן אז א צווייטער האט דאס אויך געטאן, און אז נישט איז גז"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 4:00 pm
דורך איך_הער
איך האף אויך אז איינער האט עס געטוהן , ווייל איך בין געווען אזוי ביזי צו קוקן די נייע הודעות מאז ביקורי האחרון , אז איך האב נישט אראפ געקוקט ביז אונטן , און שפעטער באמערק איך גאר אז ס'האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק , און איך ווייס אפילו נישט ווער ס'האט אלץ מיטגעהאלטן , און איך וואלט געקענט באשטיין איינער זאל ווען געבן א קאפי וויאזוי ס'האט דארט אינטן אויסגעקוקט .
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 4:12 pm
דורך יגרסהדותא
איך האב איין טאג דאס געהאט אויף מיין סקרין, איך האב מיך אזוי דערשראקן, ביז איך האב געכאפט ס'איז נאר א פאלס-אלארם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 4:18 pm
דורך יגרסהדותא
דאס זעלבע מיט דעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:47 pm
דורך בןהרחמן
יאנאש האט געשריבן:יאנאש האט געהאט א דורכפאל (נישט די ערשטע און מסתם נישט די לעצטע).
היות עס איז פארגעקומען א שטיקל צוזאמלויף דא אינעם קרעטשמע, האט יאנאש געמאכט א פרינט סקרין דאס צו קענען שפעטער סעוון און ארויפלייגן דא אינעם קרעטשמע (וואס ביי די וועי האט נאך יאנאש נישט וויאזוי), כדי צו פאראייביגן דעם מאמענט, וואס עס האט אבער פאסירט, יאנאש האט וויכטיג געדארפט קאפיען א לינק, אין דאס איז דאס.
סאו לאמיר האפן אז א צווייטער האט דאס אויך געטאן, און אז נישט איז גז"ל.
איינער האט געסעיווט א סקרינשאט פון ערב ת"ב פארנאכט ווען מען האט געבראכן די רעקארד פון 17 משתמשים? ווייל איך האב דאס ליידער פארפאסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:52 pm
דורך מעסטערמיינד
איך האב עס אויך פארפאסט
אין איך זעה אז נאך במילא דארף מען זיך נאכאמאל צוזאם נעמען און באשטימען א דאטום ווען מ'וועט זיך אלע אריין זעצען אין קרעטשמע אויף אמאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2006 9:54 pm
דורך קרעמער
דער עיקר אז די טאג און שעה איז געסעיווט געווארן דורך די רעגירונג דא. איך וואלט נישט געקלערט אז מען וועט ברעכן דעם רעקארד ערב תשעה באב (יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז די נעקסטע רעקארד וועט זיין כ"ו אב, אדער גאר שלש עשרה מדות..
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 9:55 am
דורך סאכדעס
כו אב לכאורה נישט, דער עולם וועט דאך זיין ביין ציון פון סאטמער רב זי"ע
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 11:34 am
דורך יאנאש
יאנאש האט היינט געהאט נאך א דורכפאל.
אריינקומענדיג דא אין קרעטשמע זעט יאנאש אז עס איז דא קייניינעהארע פיל נייע תגובות, נא ברויך מען פשוט דריקן דעם "הצג הודעות מאז הביקור האחרון" קנעפל, און אלעס וועט זיך שיין מסדר זיין.
אבער אנשטאט דאס דריקן האט יאנאש גאר געדריקט דעם "סמן את כל הפורומים כנקראו" קנעפל.
עס האט גענומען יאנאש'ן באלד אן האלבן שטונדע ביזן שרייבן דו ערשטע תגובה (וואו יאנאש האט איינגעזעהן פאר וויכטיג פארשטייט זיך).
ווי זאגט מען, קיינמאל קיין ערגערס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 12:50 pm
דורך סאכדעס
יוי רבוש"ע דאס איז שוין ממש געפערליך, ביין מיר כאב געפענט א נייע ווינדאו און נאכאמאל אריינגעסיינט, און אפס נישטא קיין נייע הודעות, אבער כ'בין געגאנגען לויט די זמן פון די לעצטע הודעה, אזוי ווי מיין זיידע פלעגט זיך פירן.
ווער קען די מאנסע מיט יענעם וואס האט געווארט אין די רייע אין רעסטוראנט, און האט געסטראשעט אז אויב געט מען איהם נישט שוין גייט ער טוהן וואס זיין טאטע האט געטוהן?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 04, 2006 3:49 pm
דורך יאנאש
איך נישט.
וואס האט זיין טאטע געטאן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 6:05 am
דורך סאכדעס
כעל פארציילן די מאנסע, א פערזאן קומט אריין אין רעסטוראנט, און ער זעהט אז סיז דא א לאנגע (וועא"מ) רייע מענטשן וואס ווארטן אויף זייער פארציע, ער איז געווען זייער הונגעריג, רופט ער זיך אהן: געט'ס מיר א טעלער זופ, אז נישט וועל איך טוהן וואס מיין טאטע האט געטוהן. די פארזאמעלטע האבן זיך דערשראקן, און זיי האבן געהייסן פאר די סארווירער זאלן איהם באלד געבן א טעלער זופ, ער באקומעט עס ער זעצט זיך עסן, גייט איינער צו צו איהם און פרעגט איהם, וואס האט דיין טאטע געטוהן? זאגט ער, מיין טאטע ווען סיז געווען א לאנגע רייע האט ער געווארט ביז מ'איז אנגעקומען צו איהם.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2006 10:00 am
דורך יאנאש
סאכדעס;

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 11:27 am
דורך יז בתמוז
איך בין געווען אין א רעסטוראנט, זע איך צוויי יונגעלייט, רעדן דארט ארום ביים טישל ווי מ'טיילט די עסן, אינמיטן הויבט איינער אן צו רעדן פון די קרעטשמע, זיי האבן זיך נישט געכאפט אז איך הער, דער צווייטער געט זיך גראד א דריי אויס צו מיר און ער הייבט אן צו רעדן אז תשעה באב האט ער נישט געהאט וואס צו טוהן האט ער זיך געדרייט אין גראסערי און געטראפן מיני פיצאס.
אויב ליינט ער עס דא איז ער א מעכטיגע דורכפאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2006 5:12 pm
דורך איך_הער
יז , דו ביסט מיר זייער פישי , עפעס רעדסטו דארט פון איך הער , איך ווייס נישט פון קיין רעסטאראנט , איך האב מורא אז דו האסט עפעס געשריבן אין קאוד שפראך פאר " איינעם " .
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 8:39 pm
דורך סאכדעס
אוי אקאורשט געהאט א דורכפאל, איך עפן אויף א פריש באקסל פארלמענט, און איך נעם דעם ציגרעטל אין מויל, בינו לבינו כאפ איך א קוק אין קרעטשמע וואס איז עפעס נייעס וכו', איך נעם אינסטינקט ארויס די צינדער פון טאש און איך צינד אן די ציגרעטל, און אפס.. הילד איננו די שפיץ איז נישט אין מויל נאר די טאבעקא.
אלץ בחור פלעג איך רייכערן מארלבארא, און ווען איך פלעג אמאל קויפן א שאכטל פארלמענט, פלעגן רוב ציגרעטליך אוועקפאלן צוליב דעם דורכפאל.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 11:10 pm
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:אוי אקאורשט געהאט א דורכפאל, איך עפן אויף א פריש באקסל פארלמענט, און איך נעם דעם ציגרעטל אין מויל, בינו לבינו כאפ איך א קוק אין קרעטשמע וואס איז עפעס נייעס וכו', איך נעם אינסטינקט ארויס די צינדער פון טאש און איך צינד אן די ציגרעטל, און אפס.. הילד איננו די שפיץ איז נישט אין מויל נאר די טאבעקא.
אלץ בחור פלעג איך רייכערן מארלבארא, און ווען איך פלעג אמאל קויפן א שאכטל פארלמענט, פלעגן רוב ציגרעטליך אוועקפאלן צוליב דעם דורכפאל.
אלץ א נישט-רייכערער, בין איך אומבאהאווענט אין די דיפערענצן צווישן מארלבארא און פארלאמענט, על כן, ביטע שעהן, זיי מסביר וואס איז פונקטליך געווען דער דורכפאל דא, און פארוואס פאסירט עס נאר ביי פארלאמענט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 23, 2006 11:31 pm
דורך שוועמל
שונה פארלימענט ממארלבארא, מיט די זייט פון די וואטע.
דהיינו, ביי פארלימענט איז די וואטע אביסל קורצער און עס ווערט נישט געענדיגט אינאיינעם מיטן פאפיר, דאס מיינט אז ס'יז דא חלל, א גרובעלע, אינעם פאפיר ביז צום וואטע. דעריבער, איינער וואס איז געוואוינט צו מארלבארא וועט נעמען די 'פולע' זייט אין מויל צוליב געוואוינהייט, וואס ביי א פארלימענט ציגראטעל איז די פולע זייט די טאבעקא זייט., פארשטאנדתא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 10:16 am
דורך סאכדעס
שוועמל די שמייכל פון מיין געזיכט גייט נאך נישט אראפ, אזוי געשמאק צולייגן דעם ענין, ממש א מחי', ביסט א געשמאקער מענטש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 6:26 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:שונה פארלימענט ממארלבארא, מיט די זייט פון די וואטע.
דהיינו, ביי פארלימענט איז די וואטע אביסל קורצער און עס ווערט נישט געענדיגט אינאיינעם מיטן פאפיר, דאס מיינט אז ס'יז דא חלל, א גרובעלע, אינעם פאפיר ביז צום וואטע. דעריבער, איינער וואס איז געוואוינט צו מארלבארא וועט נעמען די 'פולע' זייט אין מויל צוליב געוואוינהייט, וואס ביי א פארלימענט ציגראטעל איז די פולע זייט די טאבעקא זייט., פארשטאנדתא?
גאנץ א פיינע ביאור, אבער איך ברויך ספעציעלע עדיוקעישאן (חינוך מיוחד):
ערשטענס, קוקט מען דען נישט אויב עס איז ווייסליך ביים עק אדער ברוין?
צווייטנס, קומען זיי דען נישט אלע געפאקט אויפן זעלבן וועג אינעם שאכטל, מיטן וואטע אויף ארויף?