בלאט 35 פון 36

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 6:04 pm
דורך נשמה
יוראפ האט געשריבן:געגעסן אן איטאליענישע אייסיס [נישט די סיריאנענישע], גע'חלומ'ט אז ווען מ'וועט אנקומען צום גרונד, זוי כמעט צום סוף, איבערדרייען די אייסיס און זיך פאערמאסקעווען מיט די געמויזשאכץ דארט אונטן, מה עשה הקב"ה? כאמיך פאר'חלומ'ט און אויפגעגעסן די גאנצע על הסדר...

איי וויי.
חחח

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 9:29 pm
דורך כרם
יוראפ האט געשריבן:געגעסן אן איטאליענישע אייסיס [נישט די סיריאנענישע], גע'חלומ'ט אז ווען מ'וועט אנקומען צום גרונד, זוי כמעט צום סוף, איבערדרייען די אייסיס און זיך פאערמאסקעווען מיט די געמויזשאכץ דארט אונטן, מה עשה הקב"ה? כאמיך פאר'חלומ'ט און אויפגעגעסן די גאנצע על הסדר...

האסטוך נישט פארחלום'ט זיי האבן געטוישט אינגרידיענס אין עס האט מער נישט די געמויזשאכץ

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 10:13 am
דורך פאטאקי08
היינט אז מען גייט אין גראסערי זוכן אייסעס וועסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל פון אלע קאלירן, מיט שוגער פרי, פעט פרי, מיט קאלסיום, מיט ספלענדע, נאר 40 קאלאריעס פער פאפ אדער נאר 30 קאלאריעס, מיט א אינטש מעסטער ארום דער פאפ ווי א גארטל... וכולהו...
איך זוך און איך זוך א נארמאלע וואס מען פלעגט עסן אמאליגעצייטן נישטא צו טרעפן....
פארוואס איז נישטא קיין אייסעס מיט א גרויסן אויפשריפט "דייעט פרי!"? אדער "סוויטענד סעים עס 30 יערס עגאו"? וכדומה...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 9:54 pm
דורך לכאורה
פאטאקי08 האט געשריבן:היינט אז מען גייט אין גראסערי זוכן אייסעס וועסטו טרעפן א ריזיגע אויסוואל פון אלע קאלירן, מיט שוגער פרי, פעט פרי, מיט קאלסיום, מיט ספלענדע, נאר 40 קאלאריעס פער פאפ אדער נאר 30 קאלאריעס, מיט א אינטש מעסטער ארום דער פאפ ווי א גארטל... וכולהו...
איך זוך און איך זוך א נארמאלע וואס מען פלעגט עסן אמאליגעצייטן נישטא צו טרעפן....
פארוואס איז נישטא קיין אייסעס מיט א גרויסן אויפשריפט "דייעט פרי!"? אדער "סוויטענד סעים עס 30 יערס עגאו"? וכדומה...

ענדליך האב איך א בן גיל... ביי מיר אינדערהיים ווייסט מען שוין אז יעדע זאך וואס שמעקט נאר מיט דיעטע ברויך מען לאזן אין גראסעריי.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:38 pm
דורך מאנ-יימער
און איך האב אריינגעביסן אין א רויטע האט פעפער וואס מיר האבן געקליבן אין לי טוירקי פארם ביי א לעצטיגע באזוך דארט, דאס אריינבייסן אזוי דערין מיט אלע ציין איז א געהעריגע סכנת מות ממש מ'פארלירט די אטעם, און ביי מיר איז די געווענליכע האט פעפער א גאנגאבארע ארטיקל.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:42 pm
דורך יוראפ
אמממ א הערצליכן אפעטיט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2014 10:37 pm
דורך motorola
איז דאס געווען א דורכפאל!!!

היינט האב איך מיר געיאגט צו מעריב אזוי אינמיטן לויפן צו די קאר האט זיך די טעלעפאן צוקלינגן

חבר: האלאו? יא דא רעדט משה זרח

מאטי: אאהה! משה זרח! וואס זאגטסו עפעס גוט?

משה זרח: איך גלייב דו האסט געזעהן די צעטלעך אין בית המדרש פון די טיי אווענט וואס איך מאך היינט

מאטי: ניין גראדע נישט איך בין נישט געווען דא לאקא....

משה זרח: איך זאג דיר איך קען דעם איד פרעזענליך..

מאטי: האלאו? דו לאזט מי..

משה זרח: עס איז זייער א וויכטיגע צוועק.. בלא בלא בלא..

איך האב מיר געכאפט אז איך רעדט דא צו א וואנט... דאס איז נאר א ריקארדינג... איך בין געווארן רויט בלוי פערפעל און ווייס!.. נאך איין מזל עס איז טינקעל אין גאס אזוי האט קיינעם נישט געזעהן...

און צו דיר משה זרח הער מיר גוט אויס! מיט אזא רויטע פנים קען איך נישט אריין קומען צו א טיי אווענט! סאו סארי פארן נישט קומען...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2014 10:17 am
דורך סמארט גאי
מאנ-יימער האט געשריבן:און איך האב אריינגעביסן אין א רויטע האט פעפער וואס מיר האבן געקליבן אין לי טוירקי פארם ביי א לעצטיגע באזוך דארט, דאס אריינבייסן אזוי דערין מיט אלע ציין איז א געהעריגע סכנת מות ממש מ'פארלירט די אטעם, און ביי מיר איז די געווענליכע האט פעפער א גאנגאבארע ארטיקל.

געהאט דעם זעלבן דורכפאל,
איך האב אלץ געמיינט אז סאיז א קליינע פעפער וואס מ'מאכט עס האט....

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 1:06 pm
דורך בנימין הלוי
פיינער דורכפאל
געשיקט אן אימעיל צו א קאמפאני מיט א שאלה
קומט צוריק א ריפליי
Hi Rikki,

Can you tell me how to help this man please lol.



אוטש

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 2:48 pm
דורך בערקא
ווייסטו כאטש אז מען ארבעט פאר דיר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 11:04 pm
דורך בנימין הלוי
נישט מיין דורכאל איז עס, זייערס!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2015 12:35 pm
דורך צווייפעל
א פארבלאנדזשע ביים דאווענען ווען מדאוונט אויסענווייניג איז א אפטע ערשיינונג.

מיין ערגסטע אזא פארפארעניש גרייז ביים דאווענען איז געווען איינמאל ראש חודש בין איך אינמיטן הלל אנגעקומען צו 'סברי מרנן, ברוך אתה ה' וכו' בורא פרי הגפן', דארט בין איך געווארן סטאק.

[כוס ישועות אשא ובשם ה' אקרא וכו']

געווענליך קען אזא בלאנדזשע אנהאלטן א לענגערע וויילע, מפארט און מפארט ביז מקען אפי' צוריק קומען...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 26, 2015 6:14 pm
דורך שכל טוב
אמאל געהאט א בעל תפילה שבת ביינאכט נאך ויכלו האט ער אנגעהויבן סברי מרנן ברוך ...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 11:33 am
דורך טאגליכט
אוי איז דאס א דורכפאל

די וואך שבת בין איך געווען אין שפיטאל, מיט א שמחה האב איך געדאווענט איך די שבת שטוב אינאיינעם מיט נאך עטליכע גליקליכע טאטעס, נאך שמונה עשרה זעץ איך מיר זאגן די יוצרות פון פרשת פרה, געדענקענדיג אז די וואך איז שבת פרה.

אבער דאס איז נאך נישט אזא זיסע דורכפאל, איך האב דערנאך זיך געטענה'ט מיט די אנדערע, און אפילו אויפגעוויזן אז סאיז שבת פרה. און סאיז מיר געלונגען, זיי האבן אלע געזאגט די יוצרות.

קוקנדיג אויף די לוח די וואך זעה איך אז יא יאך גיי געבן קידוש אום שבת פרה תשע"ה.....

ווייסעך נישט ווי זיך אוועקצולייגן פון בושה.................

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 11:44 am
דורך געלעגער
גוט! נאר אויף שמחות

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 12:16 pm
דורך כרם
;l;p- מזל טוב אסאך נחת
מיט וואס האסטו זיי אויפגעוויזן?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 12:20 pm
דורך לכאורה
מזל טוב!

קיינמאל קיין ערגערס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 4:04 pm
דורך ווינקל
חחח!

מזל טוב!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 4:11 pm
דורך אויסערן מיניסטער
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב!

קיינמאל קיין ערגערס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 4:15 pm
דורך איימעניט
ווינקל האט געשריבן:חחח!

מזל טוב!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 4:57 pm
דורך גלגלשלג
האסטו חאטש דארט אויפגעלגבט אפאר אידן מיטן זיך טענ'ן?
מזל טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 6:04 pm
דורך בעמבא
היכי תמצא מען זאגט די יוצרות פון פרשת פרה צוויי וואכן איינס נאכ'ן צווייטען??

געווען כאטש 2 ספרי תורה דארט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 9:39 pm
דורך לאמפ
האהא... זאל עס אייך זיין א כ'פרה..

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 9:42 pm
דורך דרייסטקייט
חחחחחחח.

טאגליכט מיינסט אז דו ביזט דער איינציגסטער?

געווען בין איך די וואך ביי אן אויפרוף, ווי מען האט געמאכט דעם באווארפן אינעם זאל, און נישט אין ביהמ"ד. שחרית ביי הויכע שמו"ע און דער בעל תפלה האלט שוין אט אט ביים ענדיגן מחיה מתים, קומט דער בעל שמחה צו לויפן צום בעל תפלה מיט א סידור אין דער האנט, אז מ'האט פארגעסן זיך אפצושטעלן פאר יוצרות לשבת פרה. נאך א קליינע טענה'ריי האט דער בעל שמחה צירוקגעצויגען און מען איז געגאנגען ווייטער מיט שומ"ע אן די יוצרות.

זעהט אויס אז מיין בעל שמחה האט נישט געהאט אזויפיל ראיות ווי דיר. :lol:

בכל אופן מזל טוב און אסאך נחת.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2015 10:52 pm
דורך לאמפ
דיין מעשה דערמאנט מיר פון אן אנדערע דורכפאל וואס איך האב מיטגעהאלטן א שבת אין ביקור חולים שטוב מיט עטליכע יאר צירוק.

געווען איז דאס ווען איך בין אריין אין שפיטאל פרייטאג צונאכטס צו האבן א קינד און שוין פארבליבן דארט אויף ביז נאך שבת. דער גרעסערער חלק פונעם טאג האב איך פארשטייט זיך פארברענגט צווישן די ווענט פון דעם ארטיגן ביקור חולים שטוב ווי עס איז געווען צוגעשטעלט צו טרונקען קאווע שבת אינדערפרי, טליתים און סידורים צו דאווענען, צייטונגען און ביכער צו לעזן און פארשטייט זיך ברייטע סעודות לכבוד שבת קודש.

אריינקומענדיג שבת פארטאג'ס אין דעם ביקור חולים שטוב צו טרינקן א קאווע אנטפאנגט מיר א פרייליך אידל מיט א הילכיגן 'גוט שאבעס!' און ווענדט גלייך זיינע אויגן צו מיין לינקע האנט און דערנאך צו מיין רעכטע האנט און זעהענדיג דעם ברעיסלעט אנגעהאנגן אויף מיין ריסט האט ער ספאנטאניש אויסגעשטרעקט זיין האנט און דערמיט גענומען שאקלען מיין מידע האנט ארויף און אראפ שרייענדיג מזל טוב! א באנטש נחת! און נישט געבענדיג קיין טשאנס פאר מיר צו ענטפערן אמן אדער צירוק נעמען מיין האנט וואס ער האט גאר שטארק אנגעהאלטן האט ער ארויסגעשאטן א טוץ מיט קשיות.. וואס האסטו געהאט? א אינגעלע אדער מיידעלע? ווען איז עס געשעהן? וויפילטע קינד איז דאס ביי אייך? ווי וואוינט איר? שוין דא פון נעכטן? וויפיל וועגט דאס קינד? האסט שוין געדאווענט? אויף וועלכע שטאק איז ס'ווייב? האט זי שוין א שטוב? וועלכע דאקטאר? און נאך אפאר זאכן וואס ער האט שטארק וויכטיג געברויכט וויסן, נאכדעם וואס אלעס איז אים שוין פארענטפערט געווארן האט ער ענדליך באפרייט מיין פארוואונדעטע האנט און מיר געלאזט גיין ווייטער.

איך גיי צו צום שאפע און נעם ארויס א האט קאפ, לייג אריין קאווע און צוקער, איך גיס אריין די הייסע וואסער אין א כלי שני און... א פרישער אינגערמאן - קוים גיענדיגט שנה ראשונה - פראלט אויף די טיר ווען אויף זיין האנט הענגט פראמינענט א ברעיסלעט וואס זאגט אן אז ער איז א נארוואס געווארענער טאטע, אונזער אידל ווארט נישט קיין מינוט און שפרינג אויף פון דעם באקוועמען קאוטש כדי אויפצונעמן דעם אינגערמאן מיט דעם זעלבע קבלת פנים וואס איך האב נארוואס געפילט אויף מיין אייגענע הויט.

נאך עטליכע מינוט איז צירוק געווארן שטיל אין צימער, איך ענדיג אנגרייטן מיין קאווע און זעץ זיך אראפ צום טיש זופענדיג דאס איבער א ביכל וואס איז דארט געלעגן. עס גייט נישט אריבער קיין לאנגער צייט און... אודך, דער טיר מאכט זיך ווידער אויף און דא וואקט אריין א דרייסיג יעריגער אינגערמאן, ווי נאר אונזער אידל האט אים דערזעהן איז ער ווידעראמאל אויפגעשפרינגען און גלייך געווענדעט זיינע אויגן צו יענעמס הענט זיכענדיג זיין סימן.. נישט טרעפענדיג וואס ער זיכט גיבט ער אים א פרעג אזוי הויעך אויפן קול: זאג! וואס זיכט איר דא? ביי וועלכע דעפארמענט זענט איר דא? איר זענט געקומען מיט א חולה? אדער געקומען מיט'ן ווייב דיינער? א.א.וו.

דא האט עס מיר שוין אנגעהויבן גיין אויף די געהירן, סארא חוצפה דאס משוגע מאכן דער מענטשהייט, דאס אויספרעגן און אריינקריכן אין די קישקעס פון יעדעם איינעם וואס טרעט נאר איבער דעם שוועל.. אזוי טראכטענדיג ווי אזוי מען קען שטיל מאכן דעם אידל, מאכט זיך ווידעראמאל אויף די טיר און עס וואקט אריין א פרישער קרבן, ווי נאר אונזער אידל האט געפינען אויף יענעמס האנט זיין סימן, איז ער צוגעלאפן צו יענעם מיט איין שמחה שרייענדיג מזל טוב! וואס האט איר געהאט? א אינגעלע אדער א מיידעלע? און נאך פאר ער האט געהאט א טשאנס צו גיין ווייטער מיט זיין קרייץ פארהער האט זיך געהערט א שטילע שטימע פון דעם אינגערמאן, וואס איך געהאט פרעגט איר? א נפל....!

איבריג צו זאגן אז אונזער אידל איז איינגעזינקן אין דעם קאוטש און דאס רואיגקייט האט זיך צירוק געקערט צום צימער..