בלאט 4 פון 36
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 10:06 pm
דורך מאשקע
איך_הער, פארוואס האסטו עס נישט געשריבן אין ווארד?
אוי, איי עם סארי...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 10:14 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:איך קען נאכנישט צו זיך קומען פון מיין מעכטיגן דוירעכפאל, איך האב אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס, ( פליקט מיך נישט יעצט אריין אז איך האב עס געדארפט מאכן אויף ווארד ) אנגעהויבן פאר מעריב נאך אינמיטן פאסטן, און געענדיגט נאכן אויספאסטן, ( איך רייץ ענק פשוט אן אז איר זאלט פילן א מעין פון דאס וואס איך פיל ) א לאנגע בריוו פאר די אייניקלעך, און אלל אפ עה סאדען, איך דרוק שלח, און איך טרעף מיך ארויס געסיינט פאר אלדע גוטע יארן, איך האף אז איך וועל צוזיך קומען און דאס גאנצע איבערשרייבן, אבער ס'וועט מן הסתם נעמען אביסל.
אבער דערווייל זאג איך ברבים גם זו לטובה, און איך זאל האבן אפגעקומען מיט דעם, און קיין ערגערס זאל נישט פאסירן.
גם אני, איך האב די לעצטע 24 שעה געהאט עטליכע מאל די זעלבע פראבלעם. דער ארענדער ווייסט שוין דערפון, אבער ער ווייסט נאכנישט דעם שורש פונעם צרה, און זאגט אז נאר מיר ביידע ליידן דערפון. אויב נאך איינער ליידט דערפון, זאל ער זיך ביטע אנרופן, וצרת רבים חצי נחמה.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 10:17 pm
דורך מאשקע
קרעמער, זאג עס פאר'ן ארענדאר מיט איינע - אדער עטליכע - פון דיינע אנדערע ניקס... אפשר וועט ער זיך רעכענען מיט אזויפיל פארלאנגען...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 11:02 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:איך_הער, פארוואס האסטו עס נישט געשריבן אין ווארד?
אוי, איי עם סארי...
איך האב דאך דיר געבעטן אז מען זאל מיך נישט אריין פליקן איבער דעם ענין,
אפס, איי עם סארי, איך זע אז דו האסט זיך שוין אנטשולדיגט, נו גוט איך בין דיר מוחל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 11:03 pm
דורך קרעמער
איך וועל לכבודך נאכאמאל קלאר שטעלן: דערווייל פארמאג איך נאר איין ניק אין ניי-קרעטשמע!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 11:06 pm
דורך איך_הער
ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן אז וועגן דעם איז זיין חתימה עומד ומשקה, ער שרייבט נאר אזעלעכע תגובות, וואס יענער זאל אים האבן באלד וואס צוריק צו זאגן, נישט נאר ער שרייבט אליין נאר ומשקה ער טרינקט יענעם אויך אן, יענער זאל האבן וואס צו שרייבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 9:35 am
דורך מאשקע
קרעמער האט געשריבן:איך וועל לכבודך נאכאמאל קלאר שטעלן: דערווייל פארמאג איך נאר איין ניק אין ניי-קרעטשמע!
און לכבודך וועל איך ענטפערן, אז ווען איך שרייב דריי פינטלעך (כזה...), און אפילו ווען נישט, איז בשו"א נישט ערלויבט מיך צו נעמען ערנסט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 9:36 am
דורך מאשקע
איך_הער האט געשריבן:ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן אז וועגן דעם איז זיין חתימה עומד ומשקה, ער שרייבט נאר אזעלעכע תגובות, וואס יענער זאל אים האבן באלד וואס צוריק צו זאגן, נישט נאר ער שרייבט אליין נאר ומשקה ער טרינקט יענעם אויך אן, יענער זאל האבן וואס צו שרייבן.
דו גיבסט שוין ארויס צופיל פון מיינע סודות...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 9:58 am
דורך יאנאש
איך מיין אז יגר'ל האט זיך שוין עטליכע מאל אפגערעדט איבער דעם פראבלעם, מיר האבן אפילו אין באזיץ עטליכע געלונגענע אשכולות איבער דעם ענין פון אים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 7:59 am
דורך יגרסהדותא
כ'האב געזאגט היינט די "עקידה". (ס'איז ראש חודש)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 8:26 am
דורך יאנאש
און איך בין הערשט געוואר געווארן ביים אנטון די ר"ת אז עס איז ר"ח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 11:19 am
דורך סאכדעס
האסטו געמוזט דאווענען שמו"ע מיט די ר"ת, הא?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 12:10 pm
דורך יאנאש
פון וואנעט ווייסטו???
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 12:48 pm
דורך גאליציאנער
נישט געפערליך
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 1:13 pm
דורך איך_הער
יאנאש האט געשריבן:פון וואנעט ווייסטו???
זייער פשוט, אז דו דערמאנסט דיך, אינמיטן אנטהון ר"ת, מיינט עס דאך אז דו האסט נישט געזאגט קיין יעלה ויבא, און אז דו האסט ר"ת, דאוונסטו איבער מיט ר"ת.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2007 2:58 pm
דורך סאכדעס
יאכער, שערקויעך.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 2:05 pm
דורך סאכדעס
ליינענדיג
דא מיללערס תגובה איבער דעם אונגארישן גדול, טרענספער איך אריבער דעם ביזנעס טלפון קאלל צו א קאלעגע דא, און ער פרעגט מיך ווער איז אויף די ליניע, זאג איך איהם אונגארן....
ופני חפו
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 2:07 pm
דורך קרעזי
חחחחחחח.......
ס'גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2007 2:51 pm
דורך דרך אגב
איצט געהאט א מעכטיגע דורכפאל, כ'פארשטיי נישט וואס זיי רעדן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 9:16 am
דורך איזאק
אגב, כהאב דזשאסט געהאט דעם זעלבן דורכפאל
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 1:47 pm
דורך סאכדעס
א גוטע לאנטש, אבער קיין לעפל איז נישט דא פאר א נויט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 4:59 pm
דורך דרך אגב
נאך אלץ נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 5:02 pm
דורך סאכדעס
ניין ליידער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 5:05 pm
דורך דרך אגב
כ'האף אז דו ביסט נישט אזא מפונק, און האסט שוין געגעסן אפילו אן א לעפל.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 6:56 pm
דורך מאשקע
סאכדעס;
פריי דיך אז די מעשה איז נישט געווען פארקערט... שטעל דיך פאר אז דו האסט א פעקל מיט 50 לעפלעך און 50 גאפלעך, אבער דו האסט נישט וואס אין מויל אריינצונעמען...